בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - אכטונג געבן אז די מיידלעך זאלן נישט פארשעמען דאס קינד
קינדער, סכנה, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאכטער קומט אהיים זאגן אז מען טשעפעט איר, מען רופט איר 'עקלדיגע מיידל', מען זאגט איר זי האט א שלעכטע גערוך, זאלט איר רעדן צו די לערערינס זיי זאלן אכטונג געבן אז די מיידלעך זאלן איר נישט פארשעמען, אויך זאלט איר אכטונג געבן זי זאל זיך באדן און האבן א גוטע גערוך, און גיין אנגעטון שיין צאמגענומען.


בנוגע וכו'; אז דער שכן קומט מיטן האק און ברעכט אויף די טיר – זאלט איר גלייך רופן די פאליציי, ווארטס נישט קיין מינוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - די בעסטע פלאץ צו צינדן ליכט פאר צדיקים איז ביי א ציון פון א צדיק
צדיקים, סכנה, ליכט צינדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב מען האט נישט קיין ברירה קען מען אפשטופן די נאכט וכו', אבער אויב מען האט א ברירה - זאל מען ענדערש אפזאגן די ארבעט ווי מבטל זיין די נאכט.


בנוגע צינדן ליכט פאר נשמות פון צדיקים; די בעסטע פלאץ צו צינדן ליכט פאר נשמות פון צדיקים - איז ביי א ציון פון א צדיק, דארט איז צוגעשטעלט א פלאץ, דארט איז נישט קיין סכנה. אויך קען מען צינדן ביי א ציון פון איין צדיק - פאר אנדערע צדיקים, אזוי אויך קען מען צינדן א ליכט פאר א נשמה פון עלטערן ביי א ציון פון א צדיק, עס איז א טובה פאר די נשמה.


אין שטוב דארף מען אכטונג געבן מיט ליכט, עס זאל נישט זיין קיין סכנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - די שרעקליכע שוידערליכע נייעס פון ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, אמונה, ניגונים, סכנה, נייעס, ארץ ישראל, מלחמה, השתדלות

בעזרת ה' יתברך


אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געהערט די שרעקליכע שוידערליכע נייעס, אז רוצחים אראבער זענען געקומען און גע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, און געפאנגען אומשולדיגע אידן, קינדער און עלטערע אידן; פון אינמיטן יום טוב ווען די נייעס איז אנגעקומען צו אונז - האבן מיר נישט קיין מנוחה.


מיר דארפן געדענקען וואס די הייליגע תורה זאגט (תהלים קכז, א): "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר", אויב דער אייבערשטער היט נישט דעם שטאט, "שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר", איז גארנישט ווערד די היטערס; דאס זעט מען יעצט, ווען זיי בארימען זיך מיט זייער מיליטער, מיט זייער קלוגשאפט, מיט כוחי ועוצם ידי, זאל אזוינס פאסירן; עס זאל אריבערגיין צענדליגער שעות וואס אראבער זאלן גיין פון הויז צו הויז און אויס'שחט'ן טייערע אידישע קינדער.


אודאי דארף מען זיך היטן פון די רוצחים, און אז עס איז א צייט פון מלחמה - דארף מען טון וואס מען קען זיך צו היטן, אבער זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די שומרים - זיי קענען העלפן; נאר דער אייבערשטער, ער העלפט און ער וועט אונז ראטעווען.


מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה און תפילה. געבט אכטונג נישט זיך פארלירן, היט אויף ענקערע משפחות, זעט עס זאל זיין רואיג אין שטוב, די קינדער זאלן זיין רואיג. הערט נישט די נייעס, נאר אביסל וויפיל עס פעלט אויס צו וויסן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל זיי ווארפן א פחד און א שרעק.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער. מיר דאווענען פאר אלע וואס זענען פארוואונדעט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה, און אלע געפאנגענע וואס זענען ביי די הענט פון די רוצחים - זאלן באפרייט ווערן.


זינגט ניגונים פון אמונה דאס וועט אייך בארואיגן.

#27 - טוט נישט קיין סכנה'דיגע זאכן
סכנה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


תלמידות בית פיגא שתחיו


איר זענט גרויסע קינדער, דארפט איר פארשטיין נישט צו טון קיין סכנה'דיגע זאכן. עס איז א גרויסע סכנה ארויף צו גיין אויפן דאך פון סקול און טאנצן, און אזוי אויך ארויפקריכן אויפן דאך פונעם באס אין טאנצן; איך וויל נישט טראכטן וואס קען פאסירן חס וחלילה אז א קינד פאלט אראפ, מען קען זיך צעברעכן די ביינער, און אויך איז דאס א סכנה פאר אונזער גאנצע מוסד; א שכן א גוי האט אריינגערופן זאגן 'וואס גייט פאר? מיידלעך קריכן ארויף אויפן דאך פון סקול! עס איז נישטא קיין צוים און עס איז א גרויסע סכנה!' איך בין געווארן גוט פארשעמט.


איך וויל איר זאלט האבן הנאה, און טאנצן און שפרינגען, אבער טוט נישט קיין סכנה'דיגע זאכן. איר זענט גרויסע קינדער, איר דארפט פארשטיין ווי צו טאנצן און ווי צו מאכן לעבעדיג; דאס קען מען נישט טון, ארויפקריכן אויפן באס אדער אויפן דאך.


איך בעט ענק, העלפט מיר, מאכט מיר גרינגער די ארבעט - נישט שווערער.

#26 - די גרעסטע עבודה ביי אידישע מאמעס איז פירן א ווארעמע שטוב
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סכנה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס האט פאסירט אז אייער קינד האט גענומען דעם ביגל-אייזן, דאס איינגעשטעקט און עס האט געפעלט א האר אז עס זאל ווערן א שריפה השם ישמרינו; זאלט איר פון היינט אכטונג געבן ווי די שטוב פירט זיך, עס זאל זיין אפגעהיטן פון סכנות. א ביגל-אייזן דארף מען לייגן אין א פלאץ וואו קינדער קענען עס נישט דערגרייכן, ווייל אויב חס ושלום א קינד נעמט דאס און שטעקט עס איין - קען זיין א גרויסע סכנה.


די גרעסטע עבודה ביי אידישע מאמעס איז פירן א ווארעמע שטוב, אנגרייטן עסן פאר די קינדער און אכטונג געבן די שטוב זאל זיין אפגעהיטן פון סכנות.


ווען איר וועט זיין א באבע, די קינדער וועלן שוין זיין חתונה געהאט - דעמאלט וועט איר קענען ענדיגן תהילים יעדן טאג און טון אלע מצוות, יעצט איז דא איין זאך: "די קינדער"; דאס איז אייער עבודות השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - מאכט נישט די זאך פון אויסרייניגן די קערפער
קינדער, רפואה, סכנה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געב אכטונג, מאכט נישט די זאך פון אויסרייניגן די קערפער, נישט פאר אייך און זיכער נישט פאר די קינדער. דא איז געווען א אינגערמאן וואס די רעגירונג האט אים צוגענומען זיינע קינדער ווייל זיין ווייב פלעגט מאכן ענעמעס פאר די קינדער.


טוט נישט די זאכן, מאכט נישט די סכנה'דיגע זאכן, הערט נישט אויס די פרויען וואס רעדן פון די זאכן. אז א קינד שפירט נישט גוט - גייט מען צום דאקטער און אז דער דאקטער זאגט נעמען אנטי-ביאטיק - זאלט איר נישט טראכטן קיין איין מינוט אז דאס שאדט, איך נעם אנטי-ביאטיק ווען עס פעלט אויס און איך געב פאר מיינע קינדער אנטי-ביאטיק ווען עס פעלט אויס. מוהרא"ש האט גענומען, און געגעבן פאר זיינע קינדער, און נישט אויסגעוואשן די קאולען וכו' וכו'.


א רחמנות ווען מען גייט נאך די אייגענע שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#24 - אז מען היט נישט די הלכות, ברענגט מען צרות אויף זיך און אויף די שכנים
צרות, תשובה, סכנה, אידישע שטוב, טהרת המשפחה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מען מוז היטן די הלכות נאך די חתונה, מען דארף האלטן חשבון אויף די טעג וכו', ווייל אז מען היט נישט די הלכות - ברענגט מען צרות אויף זיך און אויף די שכנים.


איך ציטער וואס גייט זיין. יעצט באקום איך אן הודעה אין מירון אז מען האט געטראפן ביי א יונגע ווייבל, א מאמע פון א שטוב מיט קינדער וואס וואוינט אין שטעטל - יענע מעשה. אז מען היט די הלכות, מען שפילט נישט ארום מיט די הלכות - איז מען אפגעהיטן, סיי ביי זיך און סיי ביי די שכנים.


טו תשובה, און פון היינט און ווייטער זאלט איר לעבן מיט די הלכות, מיט די הרחקות, מיט די לוח יום החודש, יום הפלגה וכו'.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, עס זאל נישט זיין קיין צרות ביי קיינעם.


 

#23 - שלאגן די קינדער וועט גארנישט העלפן, נאר מאכן צרות
חינוך הילדים, סכנה, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תזריע מצורע, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך מיש זיך נישט וואו מען זאל וואוינען, דאס האט מיט דיר, דיין ווייב און דיינע קינדער.


איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, און אויב איך מעג ווארענען וואלט איך געווארענט; מען טאר נישט שלאגן א קינד און זיכער נישט א בחור, עס איז א קלארע איסור פון שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ), און ווער רעדט נאך שלאגן מיט א שעפ-לעפל; דו שרייבסט מיר דו האסט געשלאגן דיין זון מיט א שעפ-לעפל שוין צען מאל, דאס איז אסור, דאס איז א סכנה; אפגערעדט אז עס העלפט נישט, עס טוט גארנישט אויף, און אפהיטן זאל דער אייבערשטער אויב איינער וועט דאס הערן, קען מען אוועק נעמען אלע קינדער פון שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#22 - געב אכטונג פון אלקאהאל
סכנה, דרייוון, לימוד התורה, משקה המשכר, דאווענען, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט די מנהג וואס דו האסט זיך צוגעוואוינט, צו מאכן א לחיים נאכן דאווענען אויף ברוינפן.


אויך קען דאס זיין א סכנה. אז דו וועסט טרינקען איין גלעזעלע און נאך א גלעזעלע און גיין ארבעטן; דרייוון א קאר - קענסטו חס ושלום אראפקלאפן אדער הרג'ענען, און מען וועט דיך לייגן אין תפיסה.


ריר נישט אן קיין אלקאהאל, ברוינפן; מאך א לחיים נאכן דאווענען אויף א פרק משניות, א בלאט גמרא, א קאפיטל תהילים.


יעצט קומט פסח, דארפן מיר בעטן מיר זאלן זוכה זיין צום פסח, צו די קדושה פון פסח און צו אמונה.


 

#21 - טו די צוויי זאכן יעדעס מאל איידער דו פארסט מיט דיין קאר
תפילה והתבודדות, צדקה, סכנה, דרייוון, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ביסט אריינגעפארן מיט דיין קאר אין א צווייטע קאר - איז נישט די עצה אויפצוהערן דרייוון; קענסט ווייטער דרייוון און דו זאלסט ווייטער דרייוון, און אז דו ווילסט זיין זיכער אז דאס וועט נישט נאכאמאל פאסירן - זאלסטו טון צוויי זאכן יעדע מאל איידער דו פארסט.


ערשטנס, יעדע מאל איידער דו פארסט מיט דיין קאר - זאלסטו זאגן תפילת הדרך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כט:) אליהו הנביא האט געזאגט פאר רב יהודה: "כְּשֶׁאַתָּה יוֹצֵא לַדֶּרֶךְ" ווען דו גייסט אין וועג, "הִמָּלֵךְ בְּקוֹנֶךָ" זאלסטו קודם נעמען רשות פונעם אייבערשטן, זאלסט זאגן תפילת הדרך, "וָצֵא" און נאכדעם זאלסטו גיין; מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגן תפילת הדרך יעדע מאל מען זעצט זיך אריין אין קאר, אפילו מען פארט נישט ארויס פון שטאט, און אפילו צוואנציג מאל א טאג - זאל מען יעדע מאל זאגן תפילת הדרך, נאר נישט אויספירן די ברכה מיט'ן שם, מען זאל זאגן די ברכה "בָּרוּךְ אַתָּה שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה" - אן די שם; זאלסטו אזוי טון.


צווייטנס, זאלסט געבן צדקה. דער רבי זאגט (ספר המידות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", ווען דו גייסט אין וועג זאלסטו געבן צדקה; אנשי שלומינו האלטן אין קאר א פושקע, און יעדע איינציגסטע מאל איידער מען פארט - לייגט מען א פרוטה אין פושקע און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל צוריקקומען בשלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - רעד צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט לאזן וואקסן א טשופ
בחור, יבנאל, סכנה, מוהרא"ש, דרייוון, בארד און פאות, אמונת חכמים, טשופ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט געהערט די ביטערע נייעס, איינער איז נעבעך אומגעקומען פון פארן מיט א מאטאר-סייקל. דו ווייסט וויפיל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געווארנט אנשי שלומינו אין יבנאל נישט צו פארן מיט א מאטאר ביציקל, ווייל דאס איז סכנת נפשות; אזויפיל מענטשן ווערן גע'הרג'עט פון דעם, כמעט יעדן טאג איז דא הריגות פון דעם.


אז דו לערנסט מיט בחורים אין יבנאל און זיי פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש - דארפסטו רעדן צו זיי דיבורים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. זאג זיי, אויב מען פאלגט א צדיק - איז גוט, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער; אלע וואס גייען אין די וועג פון צדיק האבן א גוט לעבן, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער.


אזוי אויך זאלסטו רעדן צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט לאזן וואקסן א טשופ ווי די אומות העולם. זאג זיי וואס איז שיין; שיין איז אפגעשוירן ווי א איד. אזוי ווי מיר זעען, דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער (שיר השירים א, טו): "הִנָּךְ יָפָה רַעְיָתִי" כנסת ישראל, ביסט אזוי שיין; "הִנָּךְ יָפָה" ביסט שיין, "עֵינַיִךְ יוֹנִים" אזוי ווי די אויגן פון א טויב; זאגן די הייליגע חכמים (שיר השירים רבה א, טו): "מַה יּוֹנָה זֹאת מְצֻיֶּנֶת", אזוי ווי א טויב איז אויסגעצייכנט, מען דערקענט א טויב צווישן אנדערע פייגל, "כָּךְ יִשְׂרָאֵל מְצֻיָּנִין בְּתִגְלַחַת", אזוי אויך זענען אידישע קינדער אויסגעצייכנט מיט די וועג ווי מען שערט זיך אפ די האר, מען לאזט נישט איבער קיין טשופ אזוי ווי די אומות העולם און מען שניידט נישט די פיאות מיט די בארד; לייג אריין אין זיי וואס מיינט שיין, די וועג ווי אזוי דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן גיין - דאס איז שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - מיר פארן צום רבי'ן אונז מתקן צו זיין, כאטש ס'איז א שווערע נסיעה
וויכוחים, אומאן, ראש השנה, סכנה, נייעס, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס נישט א סכנה צו פארן קיין אומאן. יעדע יאר קומט דער סמ"ך מ"ם מיט א נייע מעשה; פאריאר האט ער יעדן דערשראקן אז אויב מען וועט נעמען די וואקסין וועט מען שטארבן און מען וועט נישט האבן מער קיין קינדער, שוין אריבער א יאר פון זיין אין אומאן ראש השנה - אלע האבן קינדער און אלע לעבן; די יאר קומט ער מיט א נייע מעשה, אז עס איז א סכנה וכו'; עס איז נישט קיין סכנה, עס איז נאר צו אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן.


טענה'עט נישט מיט קיינעם, רעדט נישט מיט קיינעם פון דעם, דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן האט א געפיל צום צדיק. די יאר האבן די מתנגדים נישט וואס צו זאגן, אלע יארן שפעט מען פון ברסלב'ער חסידים, מען זאגט: "מען טוט זיך וואס מען וויל און מען פארט זיך אויף אומאן"; די יאר זעט מען וואס הייסט מסירת נפש צו פאלגן א צדיק, די יאר איז די נסיעה א שווערערע, מען קען נישט פארן גלייך קיין אוקריינא, מען דארף זיך שלעפן מיט א באן אדער קאר פון א צווייטע מדינה, דאך פארן מיר צום רבי'ן דער רבי זאל אונז מתקן זיין.


איך ראט אייך איר זאלט מער נישט הערן קיין נייעס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#18 - מיר נעמען אלע מיט די קינדער קיין אומאן
קינדער, אומאן, ראש השנה, סכנה, קיבוץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב מען זאל מיט שיקן היי יאר די קינדער קיין אומאן; איך קען אייך זאגן וואס מיר טוען, מיר נעמען אלע מיט די קינדער. ווייל ממה נפשך, אויב איז די נסיעה א סכנה - קענען מיר אויך נישט פארן, און אז עס איז נישט קיין סכנה, נאר עס איז א שווערע נסיעה, א שווערע טלטול הדרך - דארפן דאך די קינדער באקומען א חינוך ווי אזוי מען פארט צו א רבי, ווי אזוי מען שלעפט זיך צו א צדיק אויף ראש השנה.


עס איז נישט שייך צו זאגן פאר יענעם וואס צו טון; מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. איך שרייב אייך וואס מיר טוען, מיר נעמען די קינדער היי יאר אויך - מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


בנוגע וואס איז ענדערש די יאר, פארן מיט א חבורה וואס מען דארף ארויספארן א טאג פריער, אדער ענדערש פארן אליינס שפעטער; די יאר ווען די נסיעה איז נישט קיין גרינגע - איז ענדערש פארן א טאג פריער מיט א חבורה; מיר טוען אויך אזוי, מיר פארן ארויס א טאג פריער פון אלע יארן מיט א חבורה אינאיינעם.


בנוגע אויב מען וועט פארמאכן די גרעניץ, אויב אייער מאן זאל קומען קיין אמעריקע מיטהאלטן אונזער קיבוץ; עס פעלט נישט אויס, ענדערש זאל ער בלייבן אין ארץ ישראל און דאווענען מיט א מנין אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש וואס זענען מקושר צום רבי'ן דורך פאלגן די עצות, וואס לערנען סדר דרך הלימוד, זענען עוסק אין הפצה און זענען זיך מתבודד, עס פעלט נישט אויס קומען קיין אמעריקע. מוהרא"ש פלעגט אלע יארן זאגן: "דער קיבוץ איז אין אומאן, און אז מען קען נישט פארן קיין אומאן - איז דאס נישט מצומצם אין קיין שום מקום, נאר איבעראל וואו עס איז דא א מנין אנשי שלומינו - דארט איז דער רבי".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - אז די וואסער האט זיך אויסגעקלארט איז א סימן אז מען לעבט בשלום
שלום, אומאן, סכנה, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך פריי זיך צו הערן אז די וואסער אין בית הדפוס איז שוין ריין און זויבער, ווייל די גאנצע צייט וואס די וואסער איז געווען שמוציג - האט דאס געוויזן אויף נישט א גוטע זאך.


יעדע זאך קומט אונז עפעס ווייזן, יעדע זאך לערנט אונז עפעס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן יא): "עֲכִירַת הַמַּיִם", שמוציגע וואסער, "הוּא סִימָן שֶׁאֵין שָׁלוֹם", איז א באווייז אז עס איז נישטא קיין שלום; דעריבער יעצט אז די וואסער האט זיך אויסגעקלארט - איז גוט, עס איז א סימן אז מען קומט זיך אויס, מען לעבט בשלום.


איך האף צום אייבערשטן מיר וועלן זוכה זיין אנצוקומען בשלום קיין אומאן, זיין ראש השנה ביים רבי'ן. גרייט אן אלעס, זע אלעס זאל זיין על צד היותר טוב, בעיקר זאל אלעס זיין גוט אן קיין סכנה. זע צו באשטעלן ראבערס פאר די מקוה מען זאל זיך נישט אויסגליטשן, אויך זאלסטו בעטן ... ער זאל שוין אנפילן די בור מי גשמים כדי די מקוה זאל זיין כשר. אויך דארף מען אנגרייטן ביי די טרעפ לעקטערס וואס צינדן זיך אן ווען מען פארלעשט די דזשענערעיטאר, עס זאל נישט זיין קיין סכנה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#16 - דרייוון די קינדער ווי עס דארף צו זיין
צניעות, מוסדות, אידיש געלט, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען צוויי קאמפלעינס, איינס אויף דיר, אז דו פארסט צו שנעל; די קינדער און די טיטשערס זאגן עס איז סכנת נפשות, זיי קומען אן אינגאנצן אויפגעשאקלט.


די צווייטע איז אויף איינער פון די דרייווערס, אז ער פירט זיך אויף אביסל צו העפליך שקורין היימיש - מיט די מיידלעך. וויל איך דיר בעטן, סיי דו געב אכטונג צו פארן פארזיכטיג, און אויך זאלסטו רעדן מיט אלע דרייווערס זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ און מיט יראת שמים.


אויך זאלסטו רעדן מיט די בחורים וואס דרייווען, זיי זאלן אכטונג געבן אויף דעם רבינ'ס געלט; אז מען איז מפסיד די ישיבה'ס געלט - טשעפעט מען דעם רבינ'ס געלט.


דער רבי האט אמאל פארטריבן זיין תלמיד רבי שמעון זכרונו לברכה ווייל ער האט מזלזל געווען אין זיין געלט.

#15 - ווען דו זעסט א מחלוקת-פייער צינדט זיך אן, דערשטיק עס
מוסדות, הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום, סכנה, גמרא, גבאי, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט יעדן פרט; עס איז אזוי געשמאק צו זיין דא אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו.


אינדערפרי אום 8:00 לערן איך פאר דעם בלאט גמרא הונטערן בית המדרש, צווישן די ביימער. עס קומען אנשי שלומינו מיט האלטן דעם שיעור גמרא, עס איז א מחי', עס האט אלע טעמים. איך זאג פאר די אינגעלייט אז דאס איז טעם גן עדן, פרעגט מיך איינער: "דער ראש ישיבה איז שוין געווען אין גן עדן, צו זאגן אז דאס איז טעם גן עדן?" זאג איך אים: "איך מיין צו זאגן אז איך האף צו שפירן דעם טעם אין גן עדן; די טעם פון לערנען גמרא מיט אנשי שלומינו הונטער ביימער"; נישטא עפעס בעסערס.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט פאררעכטן די לעקטער ביי די פארקינג לאט; עס איז וויכטיג, ווייל מען זעט נישט קיין מענטשן און קארס פארן. בפרט מאנטאג נאכט ביי די פרויען צאמקום, איז א סכנה.


אויך אויב דו קענסט ארויפלייגן א ספרינג אויף די טירן אין ישיבה, ווייל עס ארבעט די עירקאנדישן, עס קאסט אזויפיל די לעקטער; עס איז ממש א שאד אידיש געלט.


נאך א וויכטיגע זאך; ברענג אריין צווישן אנשי שלומינו ליבשאפט. ווען דו זעסט א פייער צינדט זיך אן - גיס וואסער אדער ווארף זאמד, דערשטיק די פייער עס זאל זיך נישט פארשפרייטן.


ווען אלע וואלטן אזוי געטון - וואלט גוט געווען; בפרט די וואס העלפן, די גבאים - די דארפן האלטן קאפ אויף דעם; דעמאלט וועלן מיר זייער מצליח זיין.

#14 - אז דיין צוקער איז הויך זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן
רפואה, סכנה, דאווענען, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אז דיין צוקער איז הויך זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן, פרעג דעם דאקטער וואס דו מעגסט עסן און געב זיך זייער אכטונג. אז מען געבט זיך אכטונג קען מען לעבן אפילו מען ליידט אויף צוקער; חס ושלום אז מען שפילט זיך, מען עסט וואס מען טאר נישט - קען מען פארלירן איברים, מען פארלירט א פוס רחמנא לצלן, און אויך די לעבן ה' ישמרינו.


יעדע מינוט וואס מען היט זיך - איז מען מקיים א מצוה, "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם" (דברים ד, טו), דער אייבערשטער וויל מען זאל זיך היטן; דיינע קינדער דארפן א טאטע, א געזונטע טאטע.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, עס זאל דיר זיין א זכות פאר א רפואה.

#13 - א גרויסע מודעה, וואך נאך וואך, מ'זאל נישט פארן שנעל אין שטעטל
שטעטל, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די שטעטל בלעטל וואס דו געבסט ארויס ווערט שענער און שענער. דאס איז געווען מיין חלום; עס וועט קומען א צייט וואס אנשי שלומינו וועלן האבן וואס צו ליינען, אן אויסגאבע אנגעפילט מיט אמונה, תפלה, עצות פון הייליגן רבי'ן.


ביטע לייג אריין וואך נאך וואך א בקשה פאר אנשי שלומינו, מען זאל אכטונג געבן צו פארן שטייט, מיט אחריות - אין די גאסן פון שטעטל.


די שטאטישע באאמטע האבן געלייגט סיינס אז מען קען פארן ביז פערציג מייל א שעה; דאס איז לויט זייער קאפ, אז עס וואוינען דא אלטע מענטשן אנע קינדער, למעשה איז נישט אזוי, מען טאר נישט פארן אזוי שנעל, די גאסן זענען פול מיט קינדער, עס איז ממש סכנת נפשות.


איך האב שוין געבעטן און געשריבן, אבער איך רעד צו טויבע אויערן, מען הערט נישט.


בעט איך דיר, לייג א גרויסע מודעה מיט גרויסע אותיות, וואך נאך וואך, ביז עס וועט אריינגיין אין אנשי שלומינו, מען זאל וויסן אז דאס איז זייער מסוכן, מען קען הרג'ענען חס ושלום; עס איז שוין אפאר מאל געווען קליינע קינדער אויפ'ן ראוד השם ישמרינו.

#12 - חובות איז א שרעקליכע סכנה פאר'ן מענטש
הפצה, צדקה, פרנסה, סכנה, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג נישט אריינצופאלן נאכאמאל אין די גרוב פון חובות. חובות איז א שרעקליכע סכנה פאר'ן מענטש, סיי ביים לעבן און נאכן שטארבן, מען דארף נאכאמאל מגולגל ווערן רחמנא לצלן.


דיין זון ... נרו יאיר זאגט מיר ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער וויל דיר נישט וויי טון, ער וויל נישט מזלזל זיין אין דיר, אבער ער איז געווען ביי מיר און געוויינט מיט טרערן איך זאל דיך ראטעווען פון די אפגרונד פון חובות.


גיי נאך געלט, גיי הפצה, צאל אפ דיינע חובות און געענדיגט מיט חובות, געענדיגט מיט קרעדיט קארדס. האסט מזומן – קענסטו געבן צדקה, אבער חס וחלילה בארגן געלט אדער נוצן קרעדיט קארדס פאר צדקה, זיך גראבן א גרוב פון חובות, אויף דעם איז געזאגט געווארן "מצוה הבאה בעבירה".

#11 - איך דאנק דיר פאר'ן נעמען די פולסטע אחריות אויף די חדר
חינוך הילדים, מלמדים, סכנה, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן א תלמוד תורה וואו מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט ריינע אמונה אויפ'ן וועג ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר העלפן מיט'ן אראפנעמען פון מיר דעם עול פונעם חדר, איך בין רואיג אז דו שטייסט על המשמר אויף די מלמדים זיי זאלן קומען צייטליך, עס זאל נישט זיין קיין הפקרות. האב נישט מורא צו פארלאנגען פון די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, עס קען נישט זיין קיין הצלחה נאר אז עס איז דא א שטארקע סדר; אזוי אויך, אז די קינדער זאלן זיין צייטליך, דאס אלעס איז נישט מיין זארג, דאס דארף זיין דעם מנהל'ס זארג.


א מנהל דארף שטיין אויף דעם אז די קינדער זאלן זיין צייטליך, אז דער זמן פון חדר הויבט זיך אן ניין אזייגער דארפן אלע באסעס און ווענס שוין זיין דארט צען צו ניין, אזוי אויך די ארבעטערס דארפן זיין ניין אזייגער אין תלמוד תורה, אין כתה; נישט אנקומען ניין אזייגער און זוכן וואו צו פארקן די קאר וכו'.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין סקול, עס האט מיר באפאלן א פחד; שטייען קינדער אן קיין טיטשער, אזא צעפארעניש, די קינדער ווילן עסן און די קאך איז פארשפארט, די טיטשער וואס האט די שליסל - שלאפט. דאס לאזט מיר נישט גיין ווייטער, אז איך דארף זיין דער באס-מענידזשער, איך דארף זארגן זיי זאלן זיין צייטליך - האלט איך נאך ביי א'.


מיין ווייב רופט מיר נעכטן דערציילן אז א פרוי וואס האט געלערנט מיט איר אלס מיידל רופט איר אן אז איר זון איז אהיים געקומען פון ישיבה, די ישיבה געפונט זיך אינדרויסן פון די אידישע געגנט. איר זון דערציילט אז אויפ'ן וועג אהיים האבן זיי באגעגנט א קליין קינד גיין, דאס איז זייער מאדנע, זיי פרעגן דעם קינד: "וואו גייסטו?" זאגט ער: "איך האב פארשפעטיגט די ווען אהיים פון חדר, איך גיי צופיס קיין בארא פארק"; א וועג פון דריי שעה צווישן גוים. די בחורים פרעגן דעם קינד: "וואו לערנסטו?" זאגט ער: "אין ברסלב"; בקיצור זיי האבן אים נישט געלאזט גיין ווייטער, זיי האבן אים צוריקגעברענגט און געגעבן געלט צו גיין מיט די באס.


א פחד פון א מעשה! איך רוף דעם באס מענידזשער - ער ווייסט פון גארנישט, איך רוף דעם דרייווער - ענטפערט ער מיט לייכטזיניגקייט: "די קינדער קומען נישט אראפ צייטליך פאר איך אוועק, איך לאז זיי איבער".


די מעשה לערנט מיר אז איך האלט נאך ביי א'; דאס לערנט מיר אז איך דארף ווערן מנהל, באס מענידזשער וכו' וכו'; דאס מיינט א שיף אן א רודער.


דערפאר דאנק איך דיר פאר'ן אראפנעמען פון מיר דעם עול, איך ווייס אז עס איז דא איינער וואס טראגט דעם פולסטן אחריות; דעמאלט קען איך ווייטער גיין, טון נאך און נאך, און אז קיינער נעמט נישט קיין אחריות -צעפאלט אלעס.


איך האב געהאט א גרויסע נס, א איד האט געברענגט אסאך געלט פאר די מלמדים, איך זאל זיי קענען אויסצאלן פאר יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.

#10 - עטליכע הדרכות פאר די שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי
שטעטל, שלום, בזיונות, סכנה, בין אדם לחבירו, דרייוון, יום טוב, חול המועד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה, ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מעגן קומען חול המועד ענדיגן מיט די וואסער טעסט, עס איז א דבר האבד; שוין אפאר יאר וואס מיר מוטשען זיך צו קענען אויפווייזן פאר די שטאט אז עס איז דא גענוג וואסער אין שטעטל, זיי זאלן לאזן בויען נאך הייזער; יעדעס מאל שלעפט זיך דאס מיט א צווייטע מעשה, יעצט אז זיי ווילן קומען חול המועד - מעגן זיי קומען.


צווייטנס עס איז צורך רבים, אזויפיל משפחות ווארטן פאר דירות צו קומען וואוינען אין שטעטל; אז דו וועסט צושטעלן היינט הונדערט דירות - וועסטו היינט האבן הונדערט פרישע משפחות וואס ווילן קומען וואוינען אין ברסלב, מחנך זיין די קינדער מיט די ברסלב'ער חינוך.


בנוגע גיין צו די טאון בעטן זיי זאלן פאררעכטן די גאסן אין שטעטל, אנפילן די לעכער; יעצט איז נישט כדאי דאס צו טון, יעצט קומט ארויס א טובה פון די גרויסע לעכער, אזוי פארט מען נישט אזוי ווילד; עס זענען דא וואס פארן אזוי שנעל - ממש סכנת נפשות, נאר די לעכער האלט זיי אפ.


א אינגערמאן פרעגט אויב ער קען גיין קלאגן די שטאט נאכדעם וואס זיין קאר האט זיך צעבראכן, די רעדל איז אים אריינגעפאלן אין א לאך; זאג אים אז ער וועט פארן ווילד - וועט מען אים קלאגן, בפרט יעצט ווערט זומער, די קינדער הויבן אן שפילן - איז ממש סכנת נפשות; ענדערש זאלסטו בעטן די שאטאט צו מאכן בערגלעך אפצושטעלן דאס שנעל פארן אז אונזערע קינדער און ווייבער זאלן זיין אפגעהיטן.


אויב דו ווילסט מיר ווייטער העלפן מיט'ן בויען די קהילה נעם איך זיך אויס מיט דיר א תנאי כפול ומכופל, דאס קען נאר זיין אז דו וועסט נישט ווערן באליידיגט פון קיינעם, ווער נישט באליידיגט פון אנדערע; קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, מענטשן טראכטן נישט וואס זיי זאגן און ווי אזוי זיי זאגן דאס, אויב מען ווערט באליידיגט פון יעדע ווארט וואס א צווייטער זאגט - קען מען נישט ארבעטן מיט מיר.


ווען איינער שרייט אויף מיר זאג איך אים גלייך צוריק: "איך האב דיר זייער ליב"; ווען איינער רעדט אויף מיר געב איך יענעם גוטע ווערטער, ווייל נאר דאס פעלט יענעם; וואלט יענער באקומען גוטע ווערטער - וואלט ער נישט גערעדט אויף אנדערע.


זאלסט האבן א פרייליכן פסח.

#9 - גיי נישט אהיים נאר אויב דו ביסט אפגעהיטן
סכנה, אידישע שטוב, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויב דער מניוול איז דארט - זאלסטו נישט אהיים גיין. געב אכטונג אויף דיין לעבן, דו ביסט יונג, ער וועט דיר הרג'ענען דיין לעבן.


עס איז מיר א וואונדער אז דיינע עלטערן נעמען זיך נישט אן פאר דיר, זיי זענען ברוגז אויף דיר אז דו ביסט געגאנגען צו די פאליציי; ווי קען זיין אזא זאך, עלטערן זאלן לאזן זייער קינד גע'שחט'ן ווערן השם ישמרינו?!


גיי נישט אהיים נאר אויב דו ביסט אפגעהיטן.

#8 - אז מען האלט נישט קיין הלכות שטארבט מען יונגערהייט
סכנה, הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איין שאלה האב איך פאר אייך, ענק ווילן לעבן אדער שטארבן? אז מען האלט נישט קיין הלכות שטארבט מען יונגערהייט.


די הייליגע חכמים דערציילן, (שבת יג.) אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א תלמיד וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה? איר האט אכטונג געגעבן אויף הרחקות?" האט זי געענטפערט: "הרחקות האבן מיר נישט געהאלטן"; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".

#7 - מען דארף זייער אכטונג געבן אויפצושארן די שניי
רפואה, שטעטל, סכנה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, תושבי ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


מען דארף זייער אכטונג געבן אויפצושארן די שניי און אוועקנעמען די אייז ביים אריינגאנג פון שטוב, אויב מען לאזט שניי אדער אייז ביים אריינגאנג פון שטוב איז דאס סכנות נפשות; יעצט איז א פרוי אריין אין שפיטאל, זי האט זיך אויסגעגליטשט ביי א צווייטנ'ס שטוב; דער אייבערשטע זאל איר שיקן א רפואה שלימה.


דאס איז נישט קיין שפיל; מען קען אמאל גורם זיין אז איינער וועט זיך אויסגליטשן און בלייבן א גאנץ לעבן א קאליקער רחמנא לצלן, פון זיך איינמאל אויסגליטשן.


יעדעס מאל איר גייט אויפשארן די שניי אדער גיסן זאלץ און אוועקנעמען די אייז ביים אריינגאנג פון אייער שטוב - זענט איר מקיים א מצוה, איר נעמט אוועק בלוט פון אייער שטוב, די מצוה פון (דברים כב, ח): "וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ כִּי יִפֹּל הַנֹּפֵל מִמֶּנּוּ".

#6 - זיי זיך מקבל ארויפצולייגן א צוים אויף די פענסטער
שטעטל, אומאן, סכנה, קבלה טובה, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מי שגמלך כל טוב הוא יגמול עמנו כל טוב! אזא נס, דיין זון נרו יאיר איז ארויסגעפאלן פון פענסטער צוויי שטאק און עס האט גארנישט פאסירט; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די נס און אויף אלע ניסים וואס ער טוט מיט דיר און דיין משפחה.


דו פרעגסט וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין אויפ'ן גרויסן נס; זיי מקבל שוין מקיים זיין די מצוה פון (דברים כב, ח): "וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ", לייג ארויף א צוים אויף די פענסטער, "וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ", עס זאל נישט זיין קיין בלוט, "כִּי יִפֹּל הַנֹּפֵל מִמֶּנּוּ".


עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אויף צווייטע טעג יום טוב קיין וויליאמסבורג; דיינע בחורים שיק אריין, פאר זיי איז גוט זיי זאלן האבן הקפות מיט די בחורים מיט'ן ראש ישיבה, אבער משפחות פעלט נישט אויס די שלעפ אריין און שלעפ ארויס.


איין מאל א יאר דארפן מיר פארן קיין אומאן, זיך שלעפן אונזערע ביינער, אונזערע קישקעס - צום רבי'ן, מער פון דעם פעלט נישט אויס.


מאכט נישט קיין נייע זאכן.


חתימה טובה.