בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - הלכות און מנהגים פון תשעה באב
הלכה, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן נאכט וועלן מיר זיך אלע אוועק זעצן אויף דער ערד און זאגן מגילת איכה, מיר וועלן אלע וויינען אויף די ביטערע גלות.


ט' באב ביינאכט פאסטן אלע, אפילו קינדער; אלע טרויערן אויפן גלות. אינדערפרי קענען קינדער עסן, אבער נישט קיין נאש; מען לערנט אויס די קינדער אז אלע דארפן טרויערן אויפן חורבן בית המקדש.


אויך מיידלעך פון די צוועלף יאר, אויך ווייבלעך - אלע פאסטן; אויב איז מען אין די חדשים וואס מען ווארט, אדער אין די חדשים וואס מען זייגט - זאל מען פרעגן א רב אויב מען דארף פאסטן.


ט' באב טוט מען אויס די שיך, ט' באב דארפן זיך מאן און ווייב דערווייטערן, ט' באב טאר מען זיך נישט שמירן דעם גוף און נישט די פנים.


ט' באב ווער עס שלאפט געווענליך מיט צוויי קישנעס - זאל שלאפן מיט איין קישן, און ווער עס שלאפט מיט איין קישן - זאל שלאפן אן קיין קישן.


ט' באב באדט מען זיך נישט, אפילו קינדער, און אפילו די הענט וואשט מען נאר ביז די עק פינגער. אויך די פנים וואשט מען נישט, און אויב עס איז דא שמוץ ביי די אויגן מעג מען דאס אראפנעמען מיט פייכטע הענט.


ט' באב גריסט מען זיך נישט ביז חצות היום, און אויב איינער גריסט מעג מען צוריקגריסן האלבוועגס.


ט' באב לערנט מען נישט ווייל מען דארף טרויערן און לערנען תורה מאכט פרייליך. נאכמיטאג נאך מנחה קען מען לערנען שיעורים כסדרן וואס מען לערנט יעדן טאג, ווי ח"י פרקים משניות, יום תהלים, וכדומה.


אשר בנחל קען מען לערנען ט' באב.


ט' באב ארבעט מען נישט, נאך חצות קען מען מקיל זיין ביי געוויסע פעלער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - הנהגות פאר תשעה באב וואס געפאלט אום זונטאג
הפצה, שבת קודש, מנהגים, הלכה, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז מאכט מען נישט קיין שום אבילות שבת חזון; מען זינגט לכה דודי אזוי ווי אלע וואכן און מען ליינט די פרשה אזוי ווי אלע וואכן, מען זינגט נישט דעם פסוק "איכה אשא לבדי" מיט'ן ניגון פון איכה.


שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום צייכענעס פון אבילות.


ביי אונז מאכט מען אלעס געהעריג אזוי ווי אלע שבתים; מען עסט אינאיינעם שלש סעודות, מען הויבט אן אביסל פריער, מען ענדיגט עסן ביי די שקיעה און מען בלייבט ווייטער זינגען אינאיינעם ביזן זמן רבינו תם. מען גייט אהיים זיך איבערטון וואכנדיגע קליידער און מען קומט צוריק צו מעריב און מגילת איכה.


פרויען און קינדער וואס פאסטן נישט מאכן נישט קיין הבדלה, זיי עסן אן הבדלה; זיי הערן הבדלה פון די מענער ביים אויספאסטן.


זע צו האבן חיות פון הפצה, נישט פון אויסלעשן די לעקטער ביי איכה, פון אראפנעמען די פרוכת וכו'; אונזער חיות דארף זיין 'ווי קען מען נאך א איד מקרב זיין צום אייבערשטן'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש
תפילות אויף אידיש, אמונה, בין המצרים, הפצה, צדיקים, אומאן, ראש השנה, צייטונגען, פאליטיק, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו


זייט מיר מוחל, איך דארף ווען שרייבן פאר אייך יעדן טאג א בריוו, כאטשיג איין מאל א וואך; וואס זאל איך טון, איך קום נישט אן, איך האב אזויפיל זאכן וואס ליגט אויף מיר צו טון, זייט מיר דן לכף זכות; איך וועל פרובירן פון יעצט צו מאכן צייט צו שרייבן פאר די טייערע אנשי שלומינו פון ארץ ישראל.


מיר זענען יעצט אריין אין די דריי וואכן, די טעג זענען טעג וואס מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סז) אז דער עיקר חורבן בית המקדש איז אז מען ווייסט נישט פונעם צדיק, די צדיקי אמת זענען פארשטעלט פון די וועלט, ווער איז גרויס? ווער איז חשוב? טאָטערן, זאכן וואס זענען גארנישט, דאס איז שריפת בית המקדש; אויף דעם וויינען מיר, אויפ'ן צדיק וואס איז פארשטעלט פון דער וועלט. ווייל ווען דער צדיק וואלט ווען נישט געווען פארשטעלט, וואלט נישט געווען דער חורבן בית המקדש. קוקט דעם לשון פון רבי'ן: "וְעַל זֶה נֶאֱמַר: 'תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים הַמְסֻלָּאִים בַּפָּז' וְכוּ' (אֵיכָה ד), דְּהַיְנוּ שֶׁיִּשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים מִתְגַּלְגְּלִים, חַס וְשָׁלוֹם, בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, כִּי נִסְתַּלֵּק וְנִתְעַלֵּם הָרֹאשׁ בַּיִת, דְּהַיְנוּ הַצַּדִּיק הָאֲמִתִּי, וְנִתְגַּבֵּר, חַס וְשָׁלוֹם, הַהֵפֶךְ, שֶׁהוּא בְּחִינַת שֵׁם שֶׁל הַטֻּמְאָה שֶׁל הַחִיצוֹנִים, בְּחִינַת רֹאשׁ כָּל חוּצוֹת כַּנַּ"ל", אידישע קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן, נישטא קיין הויז פאר זיי; דער צדיק, דער ראש בית - איז פארהוילן.


מיר דארפן אין די טעג זיך שטארקן אין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, ביתר שאת וביתר עוז, דאס איז בנין בית המקדש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶּׁיֶּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", ווער עס האט שכל, ביי אים איז אזוי ווי דער בית המקדש איז אויפגעבויט, ער שפירט יעצט וואס מען האט געשפירט אין בית המקדש; אין בית המקדש איז געווען א שטארקע גילוי אלוקית, א פלאץ וואו מען האט געשפירט דעם אייבערשטן. ווען מען האט דעה, מען האט שכל, מען ווייסט, מען גלייבט און מען לעבט מיט 'מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם', מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס - איז מען נישט אין גלות, דער גוף איז אין גלות, אבער דער קאפ, דער מח - איז נישט אין גלות, די נשמה איז נישט אין גלות. ווען מען פאלט אונטער טבע, מקרה און מזל - דעמאלט איז מען אין גלות בגוף ונפש; אין די טעג דארף מען מער עוסק זיין אין הפצה, אריינברענגען אין אלעמען 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער פירט די וועלט'.


טייערע ברידער, טייערע חברים, אנטלויפט פון פאליטיק, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן די זאכן; אלע פארטייען, פון אנהייב ביזן ענדע - איז נאר שררה, כבוד און געלט. איך האב נישט מורא דאס צו זאגן און צו שרייבן, קען זיין איר זענט נישט צוגעוואוינט צו די שפראך, קען זיין עס זענען דא צווישן אייך וואס טראכטן אז די פארטיי איז א ישועה, די פארטיי איז א גאולה וכו' וכו'; זאלט איר וויסן אז אלעס איז פאליטיק, אלע פארטייען זענען איין שטיק ליגנט, אך און וויי ווער עס האט שייכות מיט זיי.


ליינט נישט קיין צייטונג, בפרט די פרומע צייטונג; פון דעם זאלט איר זיך זייער היטן, זיך נישט איינרעדן אז דאס איז א חלק פון די תורה. אנשטאט ליינען די צייטונג זאלט איר לערנען די הייליגע תורה, מאכט אייך שיעורים אין כל התורה כולה. מאכט א שיעור אין חומש רש"י יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. נאך א שיעור זאלט איר מאכן אין משניות, יעדער איינער וויפיל ער קען, פון איין פרק משניות אדער צוויי דריי, אכצן אדער מער, וויפיל צייט איר האט. מאכט זיך א שיעור אין גמרא, לערנט דעם בלאט גמרא יעדן טאג, עס איז דאך א מחי' א טאג וואס מען לערנט דעם בלאט גמרא. מאכט א שיעור אין הלכה, אין מדרש, זוהר און אזוי ווייטער.


גרייט אייך צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה. ווי אזוי גרייט מען זיך? מיט תפילה והתבודדות. נעמט יעדן טאג א מינוט צוויי צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, זאגט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה, איך וויל א תיקון פאר מיין נפש, רוח ונשמה. הייליגער באשעפער, אלע שפעטן פון מיר, אלע מאכן חוזק פון מיר אז איך פאר קיין אומאן, מען ווארנט מיר אז מען וועט מיר שלעכטס טון אויב איך פאר קיין אומאן, הייליגער באשעפער, דו ווייסט דאך דעם ריינעם אמת, פארוואס פאר איך קיין אומאן? פארוואס גיי איך צום רבי'ן? נאר ווייל איך וויל מתקן זיין וואס איך האב פוגם געווען, קיינער ווייסט נישט ווער איך בין, דו רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט; איך האב אזא יצר הרע וואס ברענט אין מיר, ער ווארפט מיר אראפ אן א שיעור מאל, און דא איז דא א רבי וואס קען מיר העלפן, איך וויל פארן צו אים, העלף מיר איך זאל טאקע אנקומען צו אים".


איך בענק זיך צו אייך, איך באקום בריוו פון א טייל פון ענק, איך ווארט אויף בריוו פון יעדן באזונדער; איך קום נישט אן צו ענטפערן, אבער איך ליין אלע בריוו, איך בין זיך מחי' ווען איר שרייבט מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - הלכות פון די ניין טעג
בין המצרים, הלכה, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זיך באדן אין די ניין טעג; מען טאר זיך נישט באדן אין די ניין טעג לשם תענוג - פאר הנאה. אין די טעג דארף מען טרויערן אויפ'ן חורבן בית המקדש; מען באנייט נישט קיין נייע קליידער, מען עסט נישט קיין פלייש - אלעס כדי מיר זאלן געדענקען אז אפעס פעלט אונז, מיר האבן נישט דעם בית המקדש.


די אינגעלייט וואס ארבעטן אין די היצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך פון זיי, און אזוי אויך בחורים וואס שפרינגען און טאנצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך וכו', אין אזא פאל מעג מען זיך וואשן און אראפ נעמען די גערוך און שווייס. אפגערעדט פרויען און מיידלעך, זיי מוזן זיך וואשן.

#3 - הנהגות פאר די מיידלעך אין די ניין טעג
שמחה, מוסדות, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית חינוך לבנות "בית פיגא" ברסלב.


יעצט אין די טעג ווען מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש איז נישט כדאי אז די מיידלעך זאלן גיין אויף טריפס, אויך זאל מען נישט ברענגען יעצט די וואסער סליידס, נאר ענדערש זאל מען ווארטן אויף נאך תשעה באב.


ברוך ה' אז נאך א תלמידה איז א כלה געווארן בשעה טובה ומוצלחת; עס איז א שמחה פאר אונז אלע צו זען ווי שיין די קינדער וואקסן אויף, מען גרייט זיי אן וואס די לעבן איז, ביז מען מאכט זיי חתונה.


איך האף צום אייבערשטן אז עס וועט זיין דעם זומער נאך אפאר כלות פון אונזער סקול.


מיר וועלן מחנך זיין אונזערע קינדער אזוי ווי די תורה לערנט אונז, אזוי ווי מוהרא"ש האט שטענדיג גע'חזר'ט - אז בחורים און מיידלעך דארפן חתונה האבן וואס יונגער; דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי מיר קענען ראטעווען אונזערע דורות, אז די קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם פינסטערן גלות, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח במהרה בימינו.

#2 - מ'דארף מיטהאלטן משפחה שמחות אפילו ווען ס'נישט באקוועם
חסידות ברסלב, משפחה, שמחות, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי זאלסטו גיין צו די באווארפן פון דיין ברודער; א משפחה שמחה דארף מען מיט האלטן, אפילו מען איז נישט באקוועם וכו'.


אז דו וועסט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ וועסטו מאכן א שיינע נאמען פארן רבי'ן; דיינע עלטערן וועלן זיך פרייען אז דו האלסט מיט אלע משפחה שמחות, וועסטו זיך נאך איינקויפן דעם זכות פון מחי' זיין טאטע מאמע.


בכלל איז א וואונדער פארוואס עס דארף דיר באדערן אריין צו גיין ביי זיי אין בית המדרש, זיי זענען נישט קיין מתנגדים אויפן רבי'ן, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף דעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס - אויף אים דארף מען טאקע קריגן, און אויף אים קריג איך אויך. נאך האט דער רבי געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


אונזער ארבעט איז אראפ צו נעמען דעם שלעכטן נאמען וואס עס איז דא אויפן הייליגן רבי'ן און אויף תלמידי היכל הקודש; מיר דארפן טון אלעס וואס מיר קענען אז מען זאל ארויף קוקן א ברסלב'ער חסיד, מען זאל וויסן אז ברסלב'ע חסידים זענען די צדיקים פון אונזער דור.


מיר דארפן פאלגן וואס דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", מיר דארפן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ אז אלע זאלן זען וואס דער רבי לערנט מיט זיינע תלמידים.


דיין ווייב זאל פאסטן תשעה באב ביינאכט, און אינדערפרי ווען זי שטייט אויף קען זי עסן (עיין שאלות ותשובות שבות יעקב חלק ג, סימן לז).


פרויען מאכן נישט קיין הבדלה; זאל דיין ווייב עסן אן הבדלה און זונטאג נאכט ווען דו וועסט אויספאסטן וועט זי הערן הבדלה פון דיר (משנת יעקב, אורח חיים סימן תקנ"ו).


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם פינסטערן גלות מיט משיח צדקינו, אמן.

#1 - מנהגים פון תשעה באב
מנהגים, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וועל דיר שרייבן אונזערע מנהגים פון תשעה באב.


מיר פירן זיך צו ליינען מגילת איכה ביינאכט, און אויך אינדערפרי כמנהג הגר"א.


וויבאלד תשעה באב איז א תענית דרבנן און עס הייבט זיך שוין אן פון פארנאכטס, דארף מען נישט ווארטן אויף צוויי און זיבעציג, מען קען שוין דאווענען מעריב ביים זמן פון די גאונים און נאכדעם אויספאסטן.


א פרוי וואס ווארט וכו' אדער זייגט וכו' זאל פרעגן א שאלה צי זי דארף פאסטן, מען קען נישט מאכן אין דעם א כלל.


בנוגע לערנען שיעורים כסדרן; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט נאכמיטאג נאך מנחה צו לערנען די שיעורים כסדרן. אזוי אויך האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז איך זאל זאגן פאר די בחורים אז מען קען לערנען פון נאך מנחה אלע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג.


ווען תשעה באב געפאלט אום שבת - אזוי ווי היי יאר, מאכט מען נישט הבדלה מוצאי שבת אויף וויין, מען מאכט בלויז די ברכה "בורא מאורי האש". די פרויען און קינדער וואס פאסטן נישט תשעה באב, עסן אן הבדלה, און זיי הערן הבדלה מוצאי תשעה באב פון די מענער (משנת יעקב, אורח חיים סימן תקנ"ו).


דער עיקר דארף מען אכטונג געבן זיך נישט ארום צו דרייען ליידיג, און נישט זיצן מיט מענטשן וואס מאכן ליצנות און רעדן דברים בטלים, מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו צוקומען צו שחוק וקלות ראש, און נישט פארגעסן אז מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש וכו'.


די בעסטע זאך איז צו גיין שלאפן, כדי נישט צו פארברענגען די צייט.