בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#18 - ארבעט נישט צו האבן געלט צו קענען גיין אויף וואקאציע
כולל, חינוך הילדים, תהלים, שטעטל, סיום, משניות, פרנסה, היכל הקודש, וואקאציע, דרך הלימוד, קאנטרי, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט האט מיך א אינגערמאן אין שטעטל איינגעלאדנט ביי זיך אין שטוב צו א סיום אויף הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; איך בין געזיצן ביי די סיום און אזוי הנאה געהאט, איך האב באקומען פרישע כוחות. איך האב געזאגט ביי די סיום, מענטשן פרעגן כסדר 'וואו איז די שטעטל?' מען זוכט עפעס צו זען; וואס איז שייך צו ווייזן? וואס איז שייך צו זען? ביימער איז דא אין יעדע פלאץ; דא איז די שטעטל! דער שטעטל איז זען אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה און זענען דבוק צום אייבערשטן, דבוק צו די הייליגע תורה.


ביי דער סיום האבן זיך באטייליגט די זיידעס, אויך הרב רבי דניאל שליט"א. מיר האבן געהאט שיינע שיחת חברים, פון די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן אין די חדר פון היכל הקודש, מיר האבן דעם דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר קענען לערנען וואו מיר זענען; אין שטאט, אין קאנטרי, נישט משנה וואו מען געפינט זיך, און די רחמנות אויף די וואס האבן נישט דעם וועג צו לערנען; יעדע מינוט האט מען אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען, און די אינגעלייט און בחורים אין די קאנטריס זוכן אזא בוים צו לערנען, נאך אפאר מינוט שלעפט מען דעם טיש אויף א צווייטע פלאץ, ביז מען איז מחליט 'אפשר גיין אין אן אנדערע קאנטרי?' מען גייט און מען קומט, און מען קומט און מען גייט, און אזוי גייט אריבער דאס לעבן אן אפילו ענדיגן איין מאל ששה סדרי משנה, איין מאל ש"ס, און אפילו איין מסכתא.


נאך א שיינע זאך האב איך געהאט נעכטן, א ווייבל פון שטעטל שרייבט א בריוו אז זי האט נעכטן מסיים געווען די הונדערט'סטע מאל ספר תהילים; דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, דאס איז די שטעטל; זען ווי מען לעבט מיט תכלית, מען לעבט באקוועם, יעדער האט זיין הויז, זיין געזינדל, און דאס פלעכט מען אינאיינעם מיטן באשעפער; דער מאן מיטן משניות און דאס ווייבל מיטן תהילים, דער מאן מיטן טלית ותפילין און דאס ווייבל מיט אויפציען א שטוב מיט אמונה, מיט שמחה.


איך האף שוין אנצוהויבן שיעורי התחזקות יעדע נאכט; ביז דערווייל איז דער פלאץ נאכנישט געווען גרייט, איך האף צום אייבערשטן, אדער היינט אדער מארגן - וועט שוין זיין די טעגליכע שיעורים יעדע נאכט אום אכט דרייסיג.


ארבעט נישט איבער דיינע כוחות אז דו זאלסט קענען האבן געלט צו גיין אויף וואקאציע, זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט; צעטייל די וואקאציע אויף אביסל יעדן טאג, נאך פינף אזייגער אדער זעקס אזייגער - גיי אהיים אויף וואקאציע, דארפסט נישט צעטיילן די קינדער, זוכן טובות פון אנדערע; האלט די קינדער מיט דיר, רעד מיט זיי, הער זיי אויס; זייערע מעשה'לעך, חכמה'לעך, און נעם וואקאציע; נעם דיין משניות, זיץ אונטערן בוים און זאג נאך א פרק און נאך א פרק, און ווען דו ווילסט זיך אפרוען - רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, דאנק און לויב, און ווען דו ווילסט זיך שוין אפרוען פון התבודדות - גיי צוריק צום משניות און גמרא.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין בית המדרש אשר בנחל, מען האט געגאסן די מקוה. דער דיין מיט די כולל אינגעלייט וועלכע האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען דארט געווען און געזען אז אלעס זאל זיין כשר וישר, די אינגעלייט האבן דאס געגאסן, איך האלט שוין נישט חשבון די וויפלטע מקוה מען האלט שוין.


אינדערפרי איז דא דער שיעור אונטן אין וואלד ביי די בחורים, מען לערנט אינאיינעם א בלאט גמרא; עס איז אזוי מחי'דיג, אזוי געשמאק; לערן דו אויך דעם בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - זיך פירן איידל און צניעות'דיג ביי אונז אין קאנטרי
צניעות, קדושה, קאנטרי, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי מחנה אילן החיים


איך האף די משפחות וואס וויילן ביי אונז אין קאנטרי דעם זומער - וועלן זיך פירן איידל. איך וויל נישט, און איך וועל פארשפארן די סווימינג פול, אויב פרויען וועלן שווימען מיט די פריצות'דיגע קלייד 'בעידינג-סוט'; איך שטעל דיך דו זאלסט זען אז אלעס אין קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


אויך זאלסטו זען אז די קינדער, די מיידלעך פון די משפחות - זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג; נישטא קיין נאקעטע פיס, פון די דריי יאר דארף די פיס זיין צוגעדעקט אינגאנצן.


איך דארף נישט קיין געלט, איך דארף נישט קיין קאנטרי, נאר אויב עס איז בצניעות, הייליג און ריין; איך בעט דיר זייער זאלסט זען אונזער קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - זיך האלטן אינאיינעם אין קאנטרי "אילן החיים"
מוסדות, הכרת הטוב, ריינקייט, אידיש געלט, אחדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן א גאנץ יאר אין חדר, און אויך יעצט זומער העלפסטו די נייע קאנטרי "אילן החיים", אויך וועסטו אהערשטעלן די שיינע פלעי וואס די תלמידות פון בית פיגא שטעלן אהער אין די זומער וואכן.


געב אכטונג אין קאנטרי אויפ'ן רבינ'ס געלט, זיי מודיע די משפחות זיי זאלן נישט לאזן ברענען לעקטער, עירקאנדישן - ווען מען נוצט נישט די באנגעלאו.


אויך זאל די פלאץ זיין ריין; א ברסלב'ע קאנטרי, א ברסלב'ע פלאץ - מוז זיין ריין.


און אויך זע עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.

#15 - אנשי שלומינו דארף מען אויך מקרב זיין און מחזק זיין
הפצה, זיכוי הרבים, אחדות, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער מוסד.


זומער ווען דו וויילסט אין קאנטרי - זאלסטו מיט חכמה אריינברענגען דעם אייבערשטן צווישן אלע משפחות.


אונזער זאך איז "הפצה"; וואו מען גייט און וואו מען שטייט - דארפן מיר עוסק זיין אין "הפצה".


ווען מען רעדט פון הפצה מיינט מען נישט נאר די זאך פון אויסטיילן ספרים, קונטרסים, קארטלעך וכדומה; ווען מען רעדט צו מענטשן, מען פארברענגט מיט מענטשן, מען פירט זיך שיין מיט מענטשן - איז דאס די גרעסטע הפצה וואס איז שייך.


אנשי שלומינו דארף מען אויך מקרב זיין און מחזק זיין; אנשי שלומינו גייען אריבער אזויפיל התנגדות מבית ומחוץ, בלבולים און חלישות הדעת; זיי דארפן אזוי שטארק א גוט ווארט, און אויסרעדן וכו' וכו'.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי און וואס און ווען צו רעדן, שמועסן, שפילן וכו'.

#14 - קאנטרי "אילן החיים" א גוטע סביבה פאר די זומער
חברים, חובות, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק ארויס אויפ'ן קומענדיגן זומער אז דו גייסט זיין אין אונזער קאנטרי "אילן החיים" דחסידי ברסלב.


מיר האבן א נאמען געגעבן אונזער קאנטרי "אילן החיים", אויפ'ן ספר הקדוש אילן החיים וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שמא קא גרים; די פלאץ, די ביימער – זאלן אריינבלאזן א חיים, א לעבן - אין אנשי שלומינו, אלע שמועסן און פארברענגען אונטער די ביימער – זאלן זיין פון רבי'ן, פון רבי נתן, רבי נחמן טולטשינער און רבי אברהם בן רבי נחמן זכותם יגן עלינו. מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן דעם ספר לויט די השתלשלות פון די צדיקים וואס האבן אונז איבערגעגעבן דעם רבינ'ס ווערטער: מוהרנ"ת, רבי נחמן טולטשינער, זיין זון רבי אברהם בן רבי נחמן און ר' לוי יצחק זכרונם לברכה.


די קאנטרי האב איך געקויפט מיט גרויס מי און פלאג, איך האב געבארגט קרוב צו צוויי מיליאן דאלער. איך האב דאס געטון נאר כדי עס זאל זיין א פלאץ פאר אנשי שלומינו צו קענען זיין אינאיינעם, מחנך זיין די קינדער בקדושה ובטהרה, נישט פאלן אין יראת שמים, נאר צובאקומען יראת שמים.


אזוי גייט עס, וואו א מענטש דרייט זיך, מיט וועמען מען זיצט – אזוי ווערט מען; אז מען גייט אין א קאנטרי וואו מען שיכור'ט – וועט מען אויך א שיכור, אז מען גייט אין א פלאץ וואו מען טרונקט פון די יין המשומר (חיי מוהר"ן, סימן רס) – וועט זיך אויך עפעס אנקלעבן.


 

#13 - גיין אין קאנטרי נאר מיט א גוטע סביבה
חברים, נעגל וואסער, פירושים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האברך ... נרו יאיר האט מיר געוויזן דיין נאמען צווישן די משפחות וואס קומען אינעם נייעם ברסלב'ער קאנטרי.


איך פריי זיך זייער אז דו וועסט זיין זומער מיט אנשי שלומינו, עס איז זייער וויכטיג זיך צו דרייען צווישן אנשי שלומינו ברסלב'ער חסידים; ווייל א מענטש וועט באאיינדרוקט פון די ארומיגע.


קענסט זען וואוילע אינגעלייט וואס האבן נאך א ברעקעלע יראת שמים, זיי גייען אין קאנטרי מיט נישט א גוטע סביבה, עס האט אן השפעה אויף זיי, ביז זיי פארלירן דאס ברעקל יראת שמים.


מיר געפונען (פסחים קיב:), רבינו הקודש האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", זיי זאלן נישט גיין קיין שכנציב וואוינען; דעמאלט איז געווען א קאנטרי וואס האט געהייסן "קאנטרי שכנציב", וואס איז געווען דער פראבלעם דארט? זיי זענען געווען לצים; זעט מען פון דעם אז אפילו אזעלכע הייליגע מענטשן ווי רבינו הקדוש'ס קינדער האבן זיך אויך געדארפט באווארענען מיט וועם זיי דרייען זיך.


זיי שטארק מיט נעגל וואסער; פאר דיר, דיין ווייב און דיינע קינדער זאלסטו אנגרייטן נעגל וואסער – וועט די שטוב זיין הייליג און ריין.


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין מירון, איך וועל בעטן פאר דיר.

#12 - ס'לוינט זיך צו פארן אויף זומער צו די קאנטרי
פרנסה, שמירת עינים, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארגעס נישט וואס טוט זיך אין שטאט זומער; מען קען נישט גיין אין גאס, די גוים ווערן אינגאנצן צעלאזט, זיי פירן זיך אויף ווי חיות, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז אידישע קינדער; מה שאין כן אויבן אין קאנטרי איז דא א ריינקייט, עס לוינט זיך די גאנצע שלעפ און טרחה וכו' אבי איין שלעכטע קוק ווייניגער.


אז דו האסט א פרנסה אין קאנטרי און אויך דיין ווייב וויל זייער שטארק גיין - זאלסטו אננעמען די פרנסה פון מלמדות און גיין אין קאנטרי; סיי דיין ווייב וועט זיין פרייליך, דיינע קינדער וועלן זיך קענען גוט אויסגעבן, קאנטרי איז זייער א געזונטע זאך פאר די קינדער - און דו וועסט אויך מרוויח זיין פון דעם, דו וועסט זיך גוט קענען מתבודד זיין צווישן די וועלדער און פעלדער.


עס איז אן אנדערע התבודדות צווישן די ביימער און גראז, דער רבי איז אמאל געווען א שפאציר מיט זיין טאכטער שרה, דער רבי האט איר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


איך וועל אויך זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צווישן די בערג במשך די זומער וואכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - אלעס איז כדאי אבי צו זיין אין א גוטע סביבה
חברים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען זוממער אין קעמפ מחנה היכל הקודש ברסלב; א גריס פון אייער מאן ... נרו יאיר, ער איז ממש נישט צום דערקענען, ער איז צוריק דער אלטער ..., ער איז פול מיט חיות און געפיל צום רבי'ן, ער לערנט און דאוונט.


דאס איז א שטיק "תפלה מעשה"; איך האב זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר אים און פאר אייך אז עס זאל אריינגיין אין אים צוריק א רוח טהרה.


אלעס איז תלוי אין די חברים; דא אין קעמפ האט ער גוטע חברים, חברים וואס לעבן מיט'ן רבי'ן.


די קלוגסטע זאך וואס איר האט געטון איז צו קומען אין קעמפ; אפילו עס קאסט אסאך געלט און עס איז נישט אזוי באקוועם ווי אין שטוב, דאך איז אלעס כדאי אבי צו זיין אין א גוטע סביבה, א גוטע חבורה; א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן רבי'ן.

#10 - נישטא קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן אהערשטעלן ביידע קעמפס
שידוכים, הכרת הטוב, לימוד התורה, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, וואס דו ביסט מיר באליבט ווי מיין אייגן קינד.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן אהערשטעלן ביידע קעמפס; די בחורים קעמפ און מיידל קעמפ. דו האסט געארבעט יומם ולילה במשך וואכן און חדשים אז מיר זאלן קענען זיצן אינדרויסן פון שטאט בקדושה ובטהרה צווישן די גראז און ביימער. די זכותים פון אלע גוטע זאכן פון די גאנצע מחנה גייט אויף דיין חשבון; דאס וועסטו מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


איך בעט דיר זייער זאלסט קומען אין בית המדרש יעדן טאג לערנען אביסל; אמת טאקע די גאנצע קעמפ ווארט אויף דיר, יעדער ציט דיר צו זיינע באדערפענישן; דער דארף וואסער, דער דארף סוער, איינער דארף א געז רענדזש, א צווייטער א בעט וכו' וכו', מיט דעם אלעם זאלסטו זיך אריינ'גנב'ענען אין בית המדרש לערנען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא און תהלים.


אנטלויף נישט, ווייל נאך אביסל וועסטו שוין שטיין אונטער די חופה און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#9 - זיי ממשיך העלפן אויפצושטעלן דעם רבינ'ס מוסדות, וועסטו אויך געהאלפן ווערן
שידוכים, מוסדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו וועסט נאך זען ווי שיין דו וועסט געהאלפן ווערן; נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע דורות. איך בעט פאר דיר יעדן איינציגסטן טאג דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.


שטארק זיך און זיי ווייטער ממשיך מיט די גרויסע מצוה וואס דו האסט זוכה געווען אז דו העלפסט מיר אויפשטעלן די הייליגע מוסדות.


איוב האט געזאגט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד", יעדער איינער בזה העולם מוטשעט זיך, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות יז.): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה", וואויל איז דעם וואס לייגט אריין די מי און פלאג אין די תורה אדער אין בויען מוסדות וואו מען לערנט תורה, דאס וועט בלייבן פאר אים א זכות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


קודם זאל אלעס זיין מסודר אין מיידל קעמפ, נאכדעם זאלסטו זארגן פאר די בחורים און אינגל קעמפ.

#8 - מאכן דעם עירוב ארום דעם נייעם מיידל קעמפ
שבת קודש, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט'ן מאכן די עירוב ארום דעם נייעם מיידל קעמפ.


פאריאר האסטו מתקן געווען דעם עירוב אינעם בחורים קעמפ וואס שטייט נאך יעצט נאכ'ן אריבערגיין א גאנץ יאר – ווינטן, שנייען און רעגן, דו האסט דאס געמאכט גוט שטארק אויף אן אופן אז עס זאל זיך גוט האלטן. בעט איך דיר דו זאלסט דאס מאכן אין מיידל קעמפ אויך אויף אן אופן עס זאל זיך גוט האלטן.


אין דעם זכות זאלסטו געהאלפן ווערן מיט בני חיי מזוני רויחי; עס איז מקובל פון צדיקים אז דער וואס מאכט אן עירוב איז זוכה צו גרויסע נסים, בפרט אין זרע של קיימא. אזוי ווי עס איז ידוע דער סיפור אז א איד וואס האט נישט געהאט קיין קינדער איז געקומען צום הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו פאר א ברכה און דער ייטב לב האט אים געזאגט ער זאל מאכן דעם עירוב, אזוי האט ער געטון און ער האט זוכה געווען צו זרע של קיימא.


אויך בעט איך דיר אויב דו קענסט זען עס זאל זיין א וועג מיט צו האלטן דעם שיעור גמרא יעדן אינדערפרי פאר אלע תלמידים וואס זענען געבליבן אין שטאט; עס גייט מיר בנפשי אז אלע תלמידים זאלן לערנען יעדן טאג גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - אז מ'לערנט תורה ווערט מען נישט אלט
לימוד התורה, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג אביסל משניות און גמרא.


קוק זיך גוט ארום אויפ'ן וועלטל וואס גייט פאר; מענטשן ארבעטן, שוויצן און רייסן זיך איבער פאר גארנישט און פאר נישט. עס גייט אריבער די פאר יאר וואס מען לעבט און פלוצלינג ווערט מען אלט, מען ווערט דעפרעסט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משניות קנים ג, ו): "זִקְנֵי עַם הָאָרֶץ, כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין דַּעְתָּן מִטָּרֶפֶת עֲלֵיהֶן", מענטשן וואס לערנען נישט, ווי עלטער זיי ווערן אלץ מער נאריש, דעפרעסט און צעקלאפט ווערן זיי, מה שאין כן ווען מען לערנט יעדן טאג תורה, מען כאפט אריין אביסל תורה יעדן טאג, דעמאלט (שם): "כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין", ווי עלטער מען ווערט, "דַּעְתָּן מִתְיַשֶּׁבֶת עֲלֵיהֶן", ווערט מען מער באזעצן, פרייליך און צופרידן.


פארגעס נישט וואס איך האב געלערנט מיט דיר די אלע יארן אין ישיבה, אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן. מען זאל ארויסכאפן יעדן טאג פרקים משניות.


איך זיץ יעצט אונטערן בוים אין מחנה היכל הקודש ברסלב, מאנטיסעלאו; איך בין פריער אנגעקומען אין קעמפ, אויפן וועג האב איך געלערנט דריי מאל ח"י פרקים משניות, אשרינו מה טוב חלקינו! מיט'ן דרך הלימוד קען מען יעדן טאג לערנען, אפילו אויפ'ן וועג ארויס צום קאנטרי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אריינברענגען א חיות צווישן די יונגעלייט
חברים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט געגאנגען זומער אין מיידל קעמפ צוזאמען מיט די יונגעלייט.


איך בעט דיר זייער זאלסט אריינברענגען א חיות צווישן די יונגעלייט, יעדע שבת זאלסטו זיי צוזאמנעמען – סיי פרייטיג צונאכטס, די ווייבלעך וועלן גיין זינגען מיט די מיידלעך לכבוד שבת, אין די זייט זאלסטו זיצן מיט די יונגעלייט זינגען אביסל זמירות און זיך מחזק זיין אינאיינעם. שבת אינדערפרי זאלסטו זאלסטו פארלערנען סיפורי מעשיות און ביי שלש סעודות זאלסטו פארלערנען שיחות פון רבי'ן.


טייערער ..., עס גייט מיר אין לעבן אויפצושטעלן א קהילה וואס זאל זיין א פלאץ פון תורה ותפלה בתמימות ובפשיטות, א פלאץ וואו מען וועט רעדן פונעם אייבערשטן אן בושה און א פלאץ וואו מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן אפילו יעדער איינער האט זיינע דיעות וכו'.


איך האב ארויסגעברענגט א באזונדערע ספר תורה פאר די מיידל קעמפ.

#5 - טייל דיך נישט אפ פון די חבורה
חברים, היכל הקודש, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בין היינט ארויסגעקומען אין קעמפ "מחנה היכל הקודש ברסלב" מאנטיסעלאו, וואו איך זיץ יעצט אונטערן בוים. עס איז ממש מעין עולם הבא; מה אשיב לה' - כל תגמילוהי עלי, אז מיר האבן א פלאץ וואס איז געבויט אויף אמונה, קדושה און טהרה.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט קומען אין קעמפ און זיך נישט אפטיילן פון אונזער חבורה; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ"; פארוואס זאלסטו בלייבן אין שטאט איינזאם, איינער אליינס? קום אין קעמפ זיין צוזאמען מיט אלע טייערע חברים וואס לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות.


איך בעט פאר דיר דו זאלסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב, דו זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


שטארק זיך אין התבודדות; פרוביר אויס די עצה פון התבודדות – רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט יעדן טאג, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך דיר טוישן.

#4 - יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן מוסד איז א נצחיות
מוסדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט מיט געקומען מיט מיר זונטאג קוקן דעם קעמפ, אז דו וועסט מיר דאס יאר אויך העלפן זומער מיט די קעמפ.


וויסן זאלסטו אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן מוסד איז א נצחיות - א זאך וואס בלייבט פאר אייביג, אלעס אנדערש איז נאר פאר צייטווייליג; אז מען בויט מוסדות התורה, בפרט מוסדות וואו מען בויט אויף קינדער צו לעבן מיטן אייבערשטן דאס וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


ווען איך בין אריין געקומען דעם זונטאג אין בית המדרש פונעם קעמפ, בין איך געווארן זייער איבערגענומען; איך האב זיך געשטיקט פון טרערן פון לויב און דאנק פאר'ן אייבערשטן. איך האב געשפירט די ריינע לופט וואס מיר האבן געהאט דארט צוויי יאר, עס זעט אויס פון אינדרויסן ווי אן אלטע חרוב'דיגע שול, אבער תּוֹכוֹ רָצוּף אַהֲבָה מִבְּנוֹת יְרוּשָׁלִָיִם (שיר השירים ג, י)'; די דיבורים וואס מיר האבן דארט גערעדט, די תורה וואס מיר האבן דארט געלערנט - טויזנטער בלעטער גמרא, הונדערטער פרקים משניות און צענדליגער טויזנטער קאפיטלעך תהילים וואס איז ארויס פון דעם פלאץ, דאס איז א זאך וואס ברענגט אסאך געפילן און מען הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז, אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן.


איך ליידן דיר איין צום ליל הסדר און צו אלע סעודות יום טוב; וואס קען מען טון, דו האסט געמיינט אז דו וועסט שוין זיצן דאס יאר מיט דיין ווייב און פירן אליינס א סדר, אבער אז דער אייבערשטער וויל אנדערש דארפסטו זיך איבער געבן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#3 - די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן א קעמפ פאר די זומער טעג
מוסדות, זיכוי הרבים, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה מיטגלידער פון קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב" כל אחד בשמו הטוב יבורך.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אייער עבודת הקודש.


אייער זכות איז זייער גרויס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", ווער עס איז מזכה א צווייטן איד וועט ער זוכה זיין נישט צו קומען צו עבירות; ווי איז דא נאך א גרעסער זיכוי הרבים ווי שאפן א פלאץ פאר די ישיבה מחוץ לעיר וואו מיר וועלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס. זוממער אין שטאט ברענט א פייער, עס איז ביטער שווער צו האבן ריינע אויגן, הלואי וואלט מען ווען געקענט בלייבן א גאנץ יאר מיט די ישיבה חוץ לעיר.


אין שטאט איז ממש ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמג): "דַּע שֶׁיֵּשׁ בְּחִינַת 'אֲרִיךְ אַנְפִּין בַּקְּלִפָּה' (עין "עץ חיים" שער הקליפות פרק ג): וּמִי שֶׁפּוֹגֵעַ בְּאִשָּׁה מִבְּחִינָה זוֹ, קָשֶׁה לוֹ לְהִנָּצֵל מֵהִרְהוּר, וְאַף אִם יַעֲצִים עֵינָיו, אַף עַל פִּי כֵן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ, כִּי הִיא בְּחִינַת 'אֲרִיךְ אַנְפִּין שֶׁל הַקְּלִפָּה', שֶׁהֵם פָּנִים אֲרֻכִּים, וְעַל כֵּן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", עס איז דא אמאל וואס מען פאלט אריין אין א גרויסע קליפה וואס רופט זיך אֲרִיךְ אַנְפִּין, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען נישט גוטס.


דעריבער איז ענקער זכות זייער גרויס אז איר שטעלט אהער א קעמפ פאר די ישיבה און חדר וכו'.


בזכות די מצוה זאלט איר זוכה זיין צו זען נחת פון אייערע קינדער.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#2 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן מיט די קעמפ
מוסדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו האסט אראפגעהאנדלט די פרייז פארן קעמפ און נאך מער האב איך הנאה אז דו האסט נאך דעם געפיל פאר די ישיבה; דו שפירסט נאך אז די ישיבה איז דיין פריוואטע זאך און דו העלפסט מיר ארויס אז מיר זאלן קענען ארויס פארן אין קעמפ מיט די תלמוד תורה און ישיבה. דאס איז מיר נאך מער חשוב, ווייל איך וויל זייער שטארק דו זאלסט מיר העלפן ווייטער מיט די מצוה פונעם קעמפ.


קוקנדיג צוריק האסטו א גרויסער חלק אין די מוסד; במשך די אלע לעצטערע יארן האסטו מיט מסירות נפש אהער געשטעלט א קעמפ וואו מיר זאלן קענען ארויס גיין מיט די ישיבה און תלמוד תורה. דעריבער פריי איך מיך זייער אז דו האסט היינט געהאנדלט אויפן פרייז וכו', אזוי וועלן מיר קענען גיין דאס יאר אין קעמפ זיך מחזק זיין מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אכטונג געבן אין וועלכע סארט קאנטרי מ'פארט אויף זומער
חברים, היכל הקודש, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה?! אודאי זאלסטו נעמען א באנגעלאו ביי אונז אין קעמפ פארן גאנצן זומער, דאס איז נישט קיין מותרות. ווי קען מען בלייבן זומער אין שטאט? די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו האבן שמירת עיניים, מען ווערט יעדן טאג פארברענט השם ישמרינו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (רמ"א ביורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע געלט נישט עובר צו זיין אן עבירה; בפרט אז מיר האבן א פינת יקרת, א ווינקעלע פון אמונה, א ווינקעלע פון יראת שמים און התחזקות וכו' וכו', זאלסטו זיכער קומען.


איך פארשטיי נישט בכלל דיין ספק; אודאי זאלסטו ארויס נעמען א באנגעלאו, די באנגעלאו איז טאקע נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו', אבער שלמה המלך זאגט (משלי כא, יט): "טוֹב שֶׁבֶת בְּאֶרֶץ מִדְבָּר, מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים וָכָעַס", ענדערש זיצן אין מדבר וכו' ווי צו זיצן אין א פלאץ וואס ברענגט ווייטאג און כעס.


פארן אין סתם א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין רב אדער ערליכער איד - איז שוין ענדערש בלייבן אין שטאט; אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס רב משרשיא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא. ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


דאס איז ממש די זעלבע זאך; ענדערש בלייבן אין שטאט וואו עס איז ממש איין שטיק מיסט פלאץ השם ישמרינו, ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ווי אן ערליכע איד דארף רעדן, איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן איז דאס א מושב לצים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיין מיט ערליכע אידן, בפרט תלמידי היכל הקודש וואס זיי זענען די באהאלטענע צדיקים פון אונזער דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.