בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#214 - אויסלויבן און אויסרומען די גרויסע קינדער אן א שיעור
חינוך הילדים, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גריס פון דיין טייערער זון ... נרו יאיר, ער איז ביי מיר ליכטיג און טייער, ער לערנט זיינע שיעורים, ער דאווענט ערליך, אויך העלפט ער אין ישיבה.


איך געב זייער אכטונג אויף אים, און ווען ער קומט שפעט בין איך מעלים עין, איך מאך זיך ווי איך זע נישט, ווייל איך וויל אים נישט פארלירן, ער איז ביי מיר זייער חשוב.


איך בעט דיר זייער זאלסט אומגיין מיט אים זייער איידל, אים זאגן איין מאל, מערסטנס צוויי מאל און נישט צופיל דרוקן, יעצט אין די יארן דארף מען נוצן די ימין מקרבת, אויסלויבן און אויסרומען אן א שיעור.


ווען קינדער זענען יונג דעמאלט איז די צייט פון גיין שטרענג, אבער ווען זיי ווערן גרויס – דארף מען זיך אנטון זיידענע הענטשיך און פארמאכן די אויגן, און נאר אויסרומען.


איך זאג דיר צו דו וועסט האבן נחת פון אים, אבער איך וויל זאלסט מיט ארבעטן מיט מיר, אים נאר אויסרומען און אויסלויבן, וסוף הכבוד לבוא.


דיין ראש ישיבה וואס וויל נאר די טובה פון דיר און דיינע קינדער.

#213 - א באזוך אין שטעטל, מיט אלע טעמים
כולל, הדפסה, שטעטל, נעגל וואסער, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אויף א באזוך אין שטעטל, ווען איך בין אנגעקומען אינדערפרי בין איך ערשט געגאנגען קוקן די נייע בנין אין מחנה אילן החיים, קוקן ווי די ארבעט האלט און צו מאכן די פלענער פארן זומער הבא עלינו לטובה.


פון דארט בין איך געגאנגען אין אונזער ישיבה, די ישיבה האט אלע טעמים; די בחורים לערנען זייער פלייסיג, פירן זיך מיט יראת שמים און מידות טובות. איך האב געלערנט חומש פון די וואכנדיגע סדרה, נאכדעם האבן מיר געדאווענט, די דאווענען איז געווען מיט א חיות און געשמאק. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיט יארן צוריק ווען עס איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער ישיבה פאר קיין שום ישיבה; עס איז ממש אזוי, די בחורים אין ישיבה זענען פול מיט חיות, מיט שמחה; עס איז א חידוש אין עולם הישיבות צו געפינען פרייליכע בחורים וואס האבן ליב דאווענען, ליב לערנען, ליב צו טון וואס שטייט אין די תורה.


נאכן דאווענען האב איך געגעסן פת שחרית מיט די בחורים, מיר האבן גערעדט שיינע זאכן, אלעס געפלאכטן מיט די הקדמות פון רבי'ן.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען באזוכן די חדר און בית פיגא, אויך אין אפיס בין איך געווען. די אפיס איז יעצט אין א מצב וואס די גמרא זאגט (תענית כה): "מי שאמר לשמן וידלוק, הוא יאמר לחומץ וידלוק", דער אייבערשטער וואס מאכט אז אויל זאל ברענען - קען מאכן עסיג זאל ברענען; די ניסים וואס טוט זיך אפ אין אפיס - איז שלא כדרך הטבע, ווען איך קוק צוריק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אונז - געבט מיר דאס כוחות צו גיין ווייטער. איך דארף האבן אויף די וואך דאנערשטאג ניינציג טויזנט דאלער צו באצאלן נאר די איינגעשטעלטע, נאך הונדערטער טויזנט דאלער צו באצאלן ווענדארס און אין באנק איז דא א מיינוס פון זעקס טויזנט דאלער; וועסטו פרעגן ווי אזוי גיי איך אן, וואס איז די פלאן? די פלאן איז נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, אים נאכאמאל בעטן, און ער וועט אונז ווייטער נישט פארלאזן.


אויך בין איך געגאנגען באזוכן די בית הדפוס; וואס דארט טוט זיך אפ... זיצן אינגעלייט, איינער פירט די חשבונות, א צווייטער איז מגיה אשר בנחל, א דריטער איז מגיה עצתו אמונה, א פערטער שרייבט די וועכנטליכע בלעטל 'קרית ברסלב', א פיפטער מאכט די קול ברסלב האטליין; א גאנצע בנין וואס שטייט נאר פאר איין סיבה, פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א רבי מיט עצות וואס קען יעדן איינעם העלפן, יעדער קען אנקומען צו זיין א צדיק.


אויך בין איך געווען ביי די אפיס פון די כולל, דארט דארף מען אויך ניסים צו קענען וויייטער באצאלן די כולל אינגעלייט, און פון דארט בין איך צוריק געגאנגען צו די ישיבה און געדאווענט מנחה, איך בין געגאנגען שפאצירן מיט זיי, געשמועסט פון הייליגן רבי'ן.


זיי מקפיד אויף נעגל וואסער. מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו און ביטערליך געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, יעצט האט איר זון זיך רחמנא לצלן אפגעשניטן די פיאות, און די צער גידול בנים וואס זי גייט אדורך; האט איר דער סטייפלער גאון געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "דעמאלט וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה פון ביינאכט אויף די הענט און וואס מען כאפט אן ווערט טמא, דעריבער איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן. וואס קען איך טון אז איר אליין האט זיך גורם געווען די צרות?" מיר האבן דאס דערציילט אלץ א חיזוק פאר די פרויען זיי זאל זיין נזהר אין מחנך זיין די קינדער זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#212 - אז מען קומט צייטליך, איז דער גאנצער טאג גוט
ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר, ווי פלייסיג דו לערנסט און ווי שיין דו פירסט זיך; איך האב זייער הנאה, איך פריי זיך זייער.


שטארק זיך צו קומען צייטליך, בעט דיינע עלטערן זאלן דיר אויפוועקן, אז דו זאלסט קענען זיין אין ישיבה צייטליך, ווייל זמנים איז דער יסוד אין הצלחה; אז מען קומט צייטליך, מען קומט אינדערפרי - איז דער גאנצער טאג א גוטע טאג.


גיי שלאפן צייטליך, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין צייטליך.


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#211 - גיין נאך צדקה אום פורים
ישועות, צדקה, ישיבה, דאווענען, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט צוזאמנעמען די בחורים בימי הפורים און גיין צאמנעמען צדקה פאר די ישיבה. היינט איז אנדערש ווי יארן צוריק, היינט איז דא זייער אסאך אידן וואס זענען ווארעם צו די ישיבה, זיי האבן א געפיל פארן רבי'ן, אידן טיילן אסאך צדקה; איז גוט זאלסט ארומגיין מיט די בחורים.


זאג פאר אלע בחורים זיי זאלן נישט ארויפקומען צו מיר אין שטוב פורים, איך נעם נישט אויף קיין בחורים. פארנאכטס וועלן מיר מאכן א סעודה אין ישיבה, און אריין טאנצן אין די נאכט, דעמאלט קענען די בחורים קומען, אבער דורכן טאג זאלן זיי עוסק זיין אין צאמנעמען צדקה, אויך די אינגעלייט קענסטו אנווארעמען זיי זאלן גיין נאך צדקה בימי הפורים.


איך דארף יעצט האבן זייער אסאך געלט, סיי צו קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע, סיי צו העלפן משפחות איינצורישן דעם יום טוב פסח, א שאד צו קומען זיצן ביי מיר אין שטוב, א שאד צו פארברענגען די צייט; מילא איינער וויל ברענגען משלוח מנות – מילא, דאס דארף נישט נעמען מער ווי צוויי דריי מינוט.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, דארפסט דאך א ישועה, דארפסט א שידוך; זאלסטו זיך מקבל זיין מער נישט צו רעדן ביים דאווענען, אויך נישט זיצן נעבן איינער וואס רעדט צו דיר אין שול.

#210 - א חבורה פון בחורים און אינגעלייט צו העלפן אין ישיבה
ריינקייט, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט העלפן אין די ישיבה, זיך אומקוקן און מסדר זיין אלעס זאל זיין מסודר, ריין, און וואס מען דארף פאררעכטן – צו פאררעכטן. היינט זענען דא געווען אינספעקטארס, זיי האבן פארמאכט אונזער קאך צוליב זאכן וואס איז נישט מסודר, און צוליב מייז.


נעם אפאר געטרייע אינגלייט און בחורים, מאך א חבורה פון בחורים און אינגעלייט וואס ווילן העלפן, פאררעכטן, שענער מאכן, און בעיקר רייניגן די ישיבה.


אויך זאלסטו זיך אביסל פאראויס רוקן מיטן פארלענען פאר די בחורים, די ווינטער זמן איז שוין אריבער, שוין צייט צו ענדיגן די מסכתא און גיין צו נאך א מסכתא, לאז נישט אויס קיין איין טאג פון פארלערנען פאר די בחורים.


אויך זאלסטו מיר מודיע זיין יעדע מוצאי שבת קודש אלע אינגעלייט וואס ווילן קומען רעדן צו מיר זונטאג, עס איז מיר גרינגער ווען איך ווייס א טאג פאראויס אלע וואס קומען רעדן.

#209 - ארבעט מיט געטרייע בחורים די בנין הישיבה זאל זיין מסודר
משמש דעם רבי'ן, ישיבה, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם אפאר געטרייע בחורים וואס האבן א געפיל צו די ישיבה, און ארבעט מיט זיי אינאיינעם אז די בנין הישיבה זאל נישט זיין נאכגעלאזט און נישט מסודר.


היינט זענען דא געווען אינספעקטארס, זיי האבן אונז פארמאכט די קאך צוליב נישט מסודר און נישט ריין.


בעט איך דיר, אויב דו קענסט מיר העלפן; מאך א חבורה בחורים וואס זענען ווארעם צום רבי'ן, עס זענען דא בחורים וואס האבן א שטארקע געפיל צום רבי'ן, זיי זענען גרייט פאר אלעס, זיי וועלן גיין אין פייער און וואסער צו העלפן די ישיבה, העלפן די מוסד.


ביטע העלף מיר.


אויך אין חדר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער א חיות; זינג און טאנץ מיט זיי ניגוני אמונה און ברסלב'ער ניגונים.

#208 - געב פאר יעדן בחור גוטע ווערטער
קאמפלימענטס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל ישיבה היכל הקודש קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און שטארק די טייערע תלמידים; לייג אריין אין זיי א ברען און א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


געדענק וואס איך האב דיר געבעטן פאר צוואנציג יאר צוריק ווען איך האב דיך גענומען זאלסט מיר העלפן אין די ישיבה ... מיט די בחורים, האסט מיך געפרעגט וואס איז דיין פליכט, האב איך דיר געזאגט: "איין זאך דארף איך פון דיר, זאלסט געבן יעדן בחור גוטע ווערטער, סיי פריוואט און באזונדער ברבים, און במשך די וואך זאלסטו כאפן א שמועס מיט יעדן בחור".


די בקשה בעט איך יעצט פון פריש, איך דארף נישט קיין מנהל צו געבן פסקים, איך דארף דיך פאר חיזוק; יעדער בחור זאל באקומען גוטע ווערטער און א ווארעמע שמייכל.


איך דארף מקצר זיין.

#207 - איך האף דו וועסט זיך צוריק באנייען און צוריק קומען אין ישיבה
ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך ווארט זאלסט צוריק קומען אין ישיבה. יעדן טאג אין ישיבה איז אזוי ווי א יאר אין די שפעטערדיגע יארן, דער מגיד שיעור האט אזויפיל וואס צו משפיע זיין.


איך וויל וויסן אויב דיין נישט קומען אין ישיבה איז א זאך וואס האט מיט די ישיבה, מצד די בחורים, אדער מצד המגיד שיעור, אדער איז דאס נאר עצבות און עצלות? דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "וּמַה שֶּׁהָאָדָם אֵינוֹ נוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק, הוּא מֵחֲמַת עַצְבוּת וּכְבֵדוּת", דאס וואס א מענטש קומט נישט צום צדיק איז ווייל ער איז בעצבות; אבער אויב איז דאס מצד הישיבה וויל איך דאס פאררעכטן.


איך האף דו וועסט זיך צוריק באנייען און צוריק קומען אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#206 - קענסט אזויפיל קונה זיין אין ישיבה
תפילה והתבודדות, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"א טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד יעדן טאג וואס דו פארסט נישט קיין ירושלים זיין אין ישיבה, דו וועסט אזויפיל קונה זיין דארט; דער מגיד שיעור משה שמואל האט אזויפיל דיר צו געבן, א שאד יעדן טאג וואס דו גייסט נישט.


קום אין ישיבה און הער זיך צו צום מגיד שיעור, לערן דיינע שיעורים כסדרן און גיי התבודדות, וועסטו שנעל טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#205 - די בחורים זאלן גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל
חינוך הילדים, דרך ארץ, ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


פארלאנג פון אלע בחורים צו גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל; מוהרא"ש האט מיר געשריבן יארן צוריק איך זאל זען ביים דאווענען זאלן די בחורים גיין אנגעטון מיט דרך ארץ.


לערן אויס די בחורים זאלן זיך אויפפירן איידל מיט דרך ארץ. מען דארף רעדן און רעדן און רעדן, דאס טו איך שוין זיבעצן יאר אן אויפהער; אמאל גייט מען מער שטרענג, אבער בעיקר דארף מען גיין מיט אסאך ליבשאפט.


אז דו וועסט ליב האבן די תלמידים וועלן זיי אננעמען דיינע רייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#204 - די בחורים זאלן זיך באשעפטיגן מיט גוטע זאכן אין די פרייע צייטן
חינוך הילדים, ניגונים, ישיבה, נחת, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער; זיי לערנען פלייסיג און פירן זיך מיט מידות טובות, זיי זענען פון די אויסגעצייכנטע בחורים ביי אונז אין ישיבה.


מען קען קויפן ביליגע אינסטרומענטן, פלעסטיק פייפערס; אפשר איז כדאי דאס צו קויפן פאר דיינע קינדער, אז ביי הפסקה זאלן זיי זיך אויסלערנען שפילן אויף כלי זמר. אויסער די מעלה פון קענען שפילן ניגונים, זיך מחי' זיין מיט א ניגון – איז אויך גוט זיי זאלן האבן וואס צו טון און נישט גיין אין די גאסן אין ליבערטי; אין לייברערי, אדער אפילו אין גראסערי – וואס איז בעצם נישט שלעכט, אבער די בחורים האבן אנגעהויבן גיין נאך געלט דארט פאר עסן, פאר פיצא; ענדערש זאלן זיי האבן גוטע זאכן מיט וואס צו זיין באשעפטיגט.


אויך איז א שאד אז זיי קומען נישט ביינאכט צום הלכה שיעור; איך האב געמאכט מוצאי שבת א מלוה מלכה פאר די בחורים וואס לערנען הלכה, איך וואלט זיך זייער געפרייט צו דיינע קינדער.


הצלחה בכל ענינים.

#203 - געב דיין מעשר און דיין צדקה געלט פאר די ישיבה
צדקה, ישיבה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל בעטן פון דיר זאלסט געבן דיין מעשר און דיין צדקה געלט פאר די ישיבה. דו ביסט דאך א תלמיד פון די ישיבה, דארפסטו העלפן די ישיבה. דער רבי שרייבט אין א בריוו פאר אנשי שלומינו (הובא בתחילת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפינען", דער רבי בעט אונז מיר זאלן נישט פארגעסן ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען ווען מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן, און העלפן די פלאץ וואס העלפט דיר.


נעם א פושקע פון די מוסד אין שטוב, אין אפיס און אין קאר; און ווען עס ווערט פול זאלסטו מיר עס ברענגען, די פרוטה'לעך העלפט מיר צאלן די איינגעשטעלטע.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה, אויך שבת וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#202 - גיין נאך געלט צו קויפן נארישקייטן, איז ריכטיג גניבה
חברים, שידוכים, צדקה, גניבה, ישיבה, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע גניבה דאס וואס דו טוסט, גיין נאך געלט צו קויפן א מאטער סייקל, מאטער סקוטער, ביבי גאן וכו'; דאס איז ריכטיג גניבה, און אז דו וועסט נישט באצאלן די אלע געלטער פאר עכטע צדקה – וועסטו דארפן מגולגל ווערן.


עס איז א פרעכע זאך גיין קלאפן אין הייזער 'צדקה פאר אן ארעמע משפחה' און נעמען דאס געלט פאר זיך; ווי שעמסטו זיך נישט צו טון אזא זאך?!


טו תשובה, מאך זיך א חשבון וויפיל געלט דו האסט גע'גנב'עט פון מענטשן און באצאל אלעס פאר צדקה.


איך ארבעט אזוי שווער פאר דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, איך וויל דיר ברענגען א גוטע שידוך, אבער מיט גניבה איז זייער שרעקעדיג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל", ווער עס גזל'ט, "וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן", איז א סימן אז ער וועט טון אלע עבירות רחמנא לצלן, "וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", און עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען פון דעם.


זוך גוטע חברים, חברים וואס גייען טון חסד מיט אידישע קינדער, חברים וואס נעמען נישט קיין איין פרוטה פון צדקה. אויך זאלסטו נישט גיין אין קיאסק, וואס דארפסטו פראבלעמען? נוץ אויס דיינע יארן אין ישיבה.א


איך וויל דיך זייער העלפן מיט א שידוך, אבער נאר בתנאי אז עס ענדיגט זיך מיט די גניבה וגזילה.


איך ווארט אויף אן ענטפער.

#201 - פארברענג און שפאציר מיט די קינדער, וועלן זיי דיך אויסהערן
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש


איך בעט דיך זייער, לייג אריין יראת שמים אין די בחורים, און מידות טובות. עס מיט זיי, פארברענג מיט זיי און שפאציר מיט זיי, אזוי וועלן זיי דיך אויסהערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה י:) אברהם אבינו האט מגלה געווען עס איז דא א באשעפער דורך רופן געסט צו זיך אין שטוב און זיי געגעבן עסן און טרינקען, "לְאַחַר שֶׁאָכְלוּ וְשָׁתוּ עָמְדוּ לְבָרְכוֹ", ווען זיי האבן אפגעגעסן זענען זיי אים געקומען באדאנקען, "אָמַר לָהֶם, וְכִי מִשֶּׁלִּי אַכַלְתֶּם, מִשֶּׁל אֱלֹקֵי עוֹלָם אַכַלְתֶּם", האט זיי אברהם אבינו געזאגט: מיך דאנקט איר? די עסן איז נישט מיינס, דאס באלאנגט פארן אייבערשטן, "הוֹדוּ וְשִׁבְּחוּ וּבֵרְכוּ לְמִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", דאנקט דעם אייבערשטן וואס ער האט אלעס באשאפן; אזוי האט ער אריינגעברענגט דעם אייבערשטן אין אלע מענטשן, נאר אזוי האט ער געקענט אריינברענגען די אמונה אין די וועלט, דורך זיך אראפלאזן צו זיי דורך עסן און טרינקען, שפאצירן וכו' וכו'.


געב אכטונג, כל זמן דו ביסט מנהל אין ישיבה, נישט ווערן צו ערנסט. דו ווייסט דאך וואס פאסירט ווען מען ווערט עלטער, מען קען נישט מער ליידן די וועג ווי יונגע מענטשן פירן זיך, שפרינגען, טאנצן וכו' וכו'; מען הויבט אן געבן מוסר, יעדע זאך ווערט חוצפה. בעט איך דיר זייער, אן קיין ליצנות, פון איין זייט לייג אריין אין די קינדער יראת שמים, דרך ארץ און מידות טובות, אינאיינעם מיט דעם זאלסטו געדענקען ווי אזוי יונגע פירן זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#200 - יישר כח פארן אהערשטעלן א ווארעמע אכסניא פאר די תלמידי הישיבה
הכרת הטוב, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קודם כל א גרויסן יישר כח פארן אהערשטעלן א ווארעמע אכסניא פאר די תלמידי הישיבה, מיר זענען אייך זייער מכיר טובה אויף דעם.


צווייטנס, בזכות די גוטע מעשים אייערע – זאלט איר האבן ישועות און רפואות, וכל טוב סלה.


 

#199 - אלע סארט שפיצלעך און דריידלעך צו בלייבן פארקנופט ביים רבי'ן
בחור, פרנסה, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


זייער גוט טוסטו אז דו האסט נישט גענומען אן אנדערע ארבעט, ביסט געבליבן ארבעטן נעבן די ישיבה, אז דו זאלסט קענען ארויפקומען יעדן טאג אין ישיבה לערנען אביסל און בעיקר הערן די שיינע זיסע שיעורים פון רבי'ן.


איך געדענק יארן צוריק האט מיר מוהרא"ש געזאגט, בחורים מעגן ארבעטן אבער זע נאר זיי זאלן בלייבן צוגעבינדן צו די ישיבה.


רבי נתן האט געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, בינד מיך צו אין דיין זאק, איך זאל נישט קענען אנטלויפן"; דאס דארף מען בעטן און אויך טון במעשה, אלע סארט שפיצלעך און דריידלעך צו בלייבן פארקנופט ביים רבי'ן.


שרייב מיר אויך אמאל א בריוו. שרייבן בריוו איז א זאך וואס קנופט צו דעם מענטש.

#198 - צעבראכן און צעריסן אויף פיצ-פיצליך, און ער גייט אן אין עבודת השם
הכרת הטוב, חסידות ברסלב, עבודת השם, ישיבה, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברודער שטארק זיך, גיי אן מיט דיין עבודות השם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "כְּשֶׁאֲנִי רוֹאֶה אֵיזֶה עֲבוֹדַת ה' בְּעָנִי שֶׁבַּעֲנִיִּים", ווען איך זע ביי אן ארעמאן ווי ער דינט דעם אייבערשטן, "שֶׁהוֹלֵךְ בְּכוֹבַע קָרוּעַ וּמַלְבּוּשִׁים קְרוּעִים וּמִנְעָלִים קְרוּעִים", מיט זיין צעריסענע הוט, זיינע צעריסענע קליידער און צעריסענע שיך, "הוּא יָקָר אֶצְלִי עַד מְאֹד", איז דאס ביי מיר זייער טייער; ווייל ווען א מענטש איז צעבראכן און צעריסן אויף פיצ-פיצליך, און ער גייט אן אין עבודת השם - דאס איז וואס דער רבי וויל פון אונז, און דאס איז דעם רבינ'ס גרעסטע הנאה.


די ישיבה גייט אן מיט א פרישקייט. ווער עס קומט אריין אין ישיבה קען נישט קומען צו זיך ווי פריש די ישיבה איז; אלע לערנען, אלע דאווענען, עס זעט אויס ווי די ערשטע יאר ישיבה ווען מיר האלטן שוין ביי זיבעצן יאר.


נעכטן בין איך געווען אין מאנסי, רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#197 - ווילסט לערנען ביי מיר? בלייב אין ישיבת היכל הקודש אין דיין שטאט
ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אז דו ווילסט קומען קיין אמעריקע לערנען ביי מיר; איך זאג דיר, אין ישיבת היכל הקודש אין ירושלים, ביים מגיד שיעור האברך משה שמואל נרו יאיר - איז אזוי ווי דו לערנסט ביי מיר.


אויך האבן מיר געעפנט א ישיבה אין קרית ברסלב, איך זאג אלע בחורים, ווילסט לערנען ביי מיר? - בלייב אין קרית ברסלב אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - איך האב זיך מחי' געווען אין שטעטל און אין ישיבה קטנה
שכר לימוד, חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, הדפסה, שטעטל, סדר דרך הלימוד, תכלית, ישיבה, האטליין, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק געקומען פון שטעטל, איך באקום אזויפיל חיות יעדע מאל איך גיי דארט באזוכן, זען דאס שיינקייט פון אנשי שלומינו.


איך בין ארויסגעפארן פארטאגס, זעקס אזייגער, איך בין געגאנגען אין מקוה איידער איך בין ארויסגעפארן, איך בין געווען כמעט א גאנצן טאג אין אונזער נייע ישיבה. איך בין אנגעקומען נאך פאר די בחורים קומען אן, איך האב געלערנט מיינע שיעורים. בערך ניין אזייגער קומען די בחורים אן, איך האב אלע באגריסט און אלע האבן זיך געזעצט לערנען אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, אן קיין משגיח, אן קיין טרייבער, יעדער איינער ווייסט וואס ער האט צו טון; איינער מיט חומש, א צווייטער מיט א משניות, איינער מיט א גמרא און א צווייטער מיט א תהילים; א תענוג דאס צו זען.


מיר האבן געדאווענט אינאיינעם שחרית, און געגעסן פרישטאג, געשמועסט אינאיינעם. נאך פרישטאג האבן זיי א שיעור פון זייער מגיד שיעור, בין איך אריבערגעגאנגען אינעם בית הדפוס. ווען מען פארט אריבער דעם בנין פונדרויסן זעט מען גארנישט, עס זעט אויס ווי א שטילע ליידיגער בנין, אבער אינעווייניג טוט זיך א מעכטיגע אפעראציע, מען דרוקט טויזנטער ספרים, גליונות, אלע סארטן. אויבן זיצן אינגעלייט, איינער פירט דעם האטליין קול ברסלב וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן נעמען לופט טאג טעגליך צו אטעמען, א צווייטער מאכט דעם שטעטל בלעטל, אויך איז דא אין באזונדערע אפיסעס ווייבלעך וואס ארבעטן פאר הדפסה, איינער מאכט די בריוו אויף ענגליש, א צווייטע שטעלט אויס דעקלעך פאר אלע ספרים, אויך דער כולל אפיס געפינט זיך דארט, נאכדעם דער מנהל פונעם בית הדפוס און דער פאנדרעיזער. איך האב געקלאפט א מזוזה אויף די נייע אפיסעס, אויך האט מען מכבד געווען דעם נדבן מיט קלאפן א מזוזה, אויך דער פאנדרעיזער פונעם כולל. מיר האבן אביסל גערעדט דארט, זיך מחזק געווען מיט שיחות פון הייליגן רבי'ן.


איך בין גלייך צוריק געגאנגען אין ישיבה לערנען מיט די בחורים סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אויך האב איך געגעבן א שיעור גמרא, פארגעלערנט דעם בלאט. נאכדעם האבן מיר שפאצירט צום גראסערי, איך האב געזאגט יעדן בחור ער זאל עפעס נעמען און איך וועל דאס באצאלן; מען מוז אזוי מאכן, מען קען נישט נאר זאגן "לערן", "דאווען", "קוק אריין אין סידור", "שאקל זיך", מען מוז אויך שפאצירן, געבן גוטע זאכן, מאכן א לופטיגע פרייליכע אטמאספער, און אזוי קען מען נאכדעם פועל'ן לערנען און דאווענען.


עס איז זייער וויכטיג פאר אלע וואס טוען אין חינוך, און אויך פאר עלטערן אין שטוב; מען קען נישט נאר זאגן "טו נישט", "מאך נישט", "גיי נישט", עס מוז זיין א געשמאקע לופט, מען דארף טון אסאך פרייליכע זאכן און געבן א סאך גוטע ווערטער, און אינדערמיט זאגט מען "מאך אזוי", "טו אזוי", "גיי אזוי"; און נאר מיט אסאך תפילה און בקשה זעט מען פירות.


מיר האבן געדאווענט מנחה און נאך אביסל פארברענגט מיט שיינע שיחות און שיינע שמועסן.


פון דארט בין איך געגאנגען צום נייעם קימפעטארין היים, אונזער "ילד שעשועים". דארט איז פארגעקומען א חנוכת הבית מיט א קביעות מזוזה אינאיינעם מיט א שבע ברכות פאר משפחת אפפעל און משפחות ברוין, איך האב געלייגט א מזוזה און מכבד געווען ר' אייזיק אפפעל וואס ער מיט זיין ווייב האבן גענומען דעם פראיעקט, זיי לייגן אריין זייער גאנצע הארץ און נשמה. אויך האב איך מכבד געווען יואל הכהן חבר הנהלה - זאל לייגן א מזוזה, ווייל ער שטייט אונטער די גאנצע זאך, עס איז אים צו פארדאנקען פון אנהויב שטעטל ביז יעצט, יעדע זאך איז אים צו פארדאנקען.


דערנאך האבן מיר זיך געוואשן צו א סעודה, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן פון רבי'ן. דער רבי העלפט אונז לעבן ברוחניות און בגשמיות, דער רבי מאכט אונז לערנען, ער דערמאנט אונז פונעם אייבערשטן, ער מאכט אונז טראכטן פון עלמא דאתי, עס קומט נאך א וועלט, און אין די זעלבע צייט העלפט ער אונז לעבן אין שטוב מיט א ווייב און קינדער, מיר קענען חתונה מאכן די קינדער פשוט, איידל און באשיידן.


איך בין יעצט אהיים געקומען, איך האב געהאלפן לייגן שלאפן מיינע קינדער. מען האט מיר געבעטן אין שטעטל איך זאל נאך קומען דא, און נאר דא, און נאר איין מינוט דא, אבער אהיים גיין העלפן די ווייב איז נאך מער וויכטיגער פון אלע זאכן.


איך בעט דיר זייער, דו זאלסט אויך אזוי טון, גיי אהיים, לאז אלעס אפ, אפילו מען וועט דיר פארנארן 'קום דא', און 'גיי דא', און 'מען מוז וכו' וכו'; דו גיי אהיים, רעד צו דיינע קינדער. פרעג יעדן טאג דיינע קינדער אויב זיי זענען דרך ארץ'דיג; זיי זאלן זען אז דאס איז נישט קיין שפיל, און דאס מוז זיין.


אונזערע מוסדות איז יעצט אין א שווערע מצב, מען האט נישט צו באצאלן די איינגעשטעלטע. די בחורים אין ישיבה אין שטעטל זיצן מיט די מאנטלעך פארפרוירן, איך בין היינט דארט געווען און אויך געזיצן אין די קעלט מיט זיי, ווייל עס איז נישטא קיין געלט צו מאכן הייצונג. קען זיין איך בין שולדיג אז איך האב נישט געלאזט בעטן קעמפ געלט, איך האב געוואלט טון א טובה פאר אנשי שלומינו, זאלן נישט דארפן צאלן טויזנטער דאלער; דער אדמיניסטראטאר רפאל זאגט, איך האב אוועק גענומען א פערטל מיליאן דאלער פון די מוסד מיטן נישט לאזן בעטן קעמפ געלט, אבער יעצט זע איך אז שכר לימוד צאלט מען אויך נישט, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, איז ווי אזוי וועל איך ווייטער קענען אנגיין מיט די מוסד...


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן צאלן שכר לימוד און זיך נישט שפילן מיט דעם, איך האב געדארפט טון די וואך א זאך וואס איך האב נישט געוואלט טון, מיר האבן צוזאמגענומען אלע טיטשערס און געזאגט מען גייט אראפ מיט די געהאלט, א גוטע פאטש אין פנים פאר מיר; גלייב מיר, איך בין גוט פארשעמט פון דעם. די מנהלת תחי' פרעגט, וואס גייט דא פאר? וואס זאל איך טון, אז אנשי שלומינו מאכן זיך נישט וויסנדיג פון די קינדער - איז נישט.


מארגן וועט זיין דער ליל שישי שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש אין לינדען ניו דשערזי אינאיינעם מיט א חנוכת הבית המדרש און סיום מסכת קידושין, סיום חצי ש"ס.


מאך א שיינע סיום אין שטוב, זאלן דיינע קינדער זען אז זייער טאטע לערנט תורה, ווייז זיי וואס איז חשוב; ביז אהער ווייסן זיי שוין אז א קאר איז זייער א חשוב'ע זאך, ווייל פון דעם רעדט מען טאג און נאכט. אויך ווייסן זיי אז האבן אן אייגענע הויז איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין לעבן, ווייל פון וויגעלע הערן זיי רעדן ווען גייט מען שוין קויפן א הויז, און מען קויפט שוין וכו' וכו', יעצט איז געקומען די צייט זאלסט זיי ווייזן וואס איז טאקע חשוב; מאך א סיום, נעם צוזאם די קינדער פון שטוב ביי נאכטמאל וכדומה, און זיי מסיים, געב א גוטע נאש, און זינג און טאנץ: "א מחי' א בלאט גמרא!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#195 - איך וועל זיך פרייען אויב דו קומסט אין ישיבה
התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין היינט געווען אין שטעטל אין ישיבה, איך האב געמיינט איך וועל דיך טרעפן. איך בענק זיך נאך דיר, ביסט א גוט קינד, איך וויל אזוי שטארק זאלסט קומען אין ישיבה.


די יארן פון ישיבה איז נישט לאנג, עס איז ממש געציילטע יארן און נאכדעם האט מען חתונה און מען שטעטל אויף א אידישע שטוב, די יונגע יארן איז שיינע יארן, מען קען זיך אנזאפן מיט שיינע זאכן פאר די גאנצע לעבן.


קום אין ישיבה, קום צוריק; דו וועסט הנאה האבן, דיינע עלטערן וועלן הנאה האבן, אויך איך וועל זיך זייער פרייען.


ביטע שרייב מיר אפאר ווערטער וועסטו מיך מחי' זיין, שרייב מיר דיינע סיומים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#194 - צושטעלן הייצונג פאר די ישיבה קטנה
שכר לימוד, שטעטל, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין היינט ארויסגעקומען צום שטעטל, צו די ישיבה קטנה, איך האב זיך מחי' געווען צו זיצן מיט די טייערע קינדער, איך האב זיך געשפירט ווי זיבעצן יאר צוריק, ביים עפענען די ישיבה אין וויליאמסבורג.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט שאפן א נדבן פאר הייצונג; די בחורים זיצן מיט מאנטלעך, עס איז זייער קאלט, איך בין געזיצן א גאנצן צייט נעבן אן אייוועלע, בעט איך דיר זאלסט העלפן שאפן א נדבן פון צוואנציג טויזנט דאלער, ווייל די מוסד האט נישט יעצט קיין געלט. מען איז אונטערשטעליג מיטן צאלן די געהאלט פאר אפאר וואכן שוין, די עלטערן, נישט אלע טראכטן פון שכר לימוד, וואלטן אלע עלטערן באצאלט די שכר לימוד – וואלטן מיר זיך געקענט אויסהאלטן אן נדבות וכו'.


ביטע העלף מיר, האסט מיר אזוי געהאלפן אלע יארן, העלף מיר ווייטער.


 

#193 - גענוג לעקטער צו קענען מאכן הייצונג אין ישיבה קטנה
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דארף פון דיר א טובה. איך בין היינט געווען אין ישיבה אין שטעטל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיצן מיט די בחורים, איך האף צו קומען כאטשיג איינמאל א וואך זיצן מיט זיי במשך די טאג.


אבער די פלאץ האט נישט קיין הייצונג, די בחורים זיצן מיט מאנטלען, מיט סוועטערס, עס איז שטארק קאלט, יעצט איז שוין ווינטער אין שטעטל. מען זוכט א נדבן צו קענען אריינשטעלן הייצונג, און ביז דערווייל נוצט מען אייוועלעך, אבער די לעקטער האלט נישט, עס קראכט.


אפשר קענסטו קומען מאכן די לעקטער עס זאל נישט קראכן? מען זאל קענען איינשטעקן (היטער"ס) אייוועלעך.


שכוח, שכוח.

#192 - עס איז נישט געזונט צו זיין צוגעקלעבט צום טעלעפאן
חינוך הילדים, שלום בית, צדיקים, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, ליצנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וועק זיך אויף פון שלאף; עס איז נישט געזונט צו זיין צוגעקלעבט צום טעלעפאן, קוקן נייעס, קוקן די באל געים, קוקן סטעטוס וכו' וכו'; עס איז נישט גוט - נישט פאר שלום בית, נישט פאר חינוך הילדים, נישט פאר זיין ערליך, עס מאכט א חורבן אין יעדע פינטל פון לעבן.


ווען וועסטו זיך כאפן אז דו ביסט נישט אין ארדענונג מיטן זיין צוגעקלעבט צו די טעלעפאן פיר און צוואנציג שעה? ווען?! ווען דיינע קינדער וועלן אפלאזן אידישקייט? ווען דיינע קינדער וועלן אנטלויפן פון שטוב? ווען? זאג מיר, ווען וועסטו צוריק ווערן דיך?!


מילא דיין ווייב, זי איז דאך ביי דיר נישט ווערד אז דו זאלסט צוליב איר זיך טוישן, מילא אידישקייט איז אויך נישט אינטערעסאנט, שמירת עיניים איז אפגערעדט; ליבער ברודער - אבער פאר דיינע קינדער, פאר דיין שטוב...


זעכציג יאר צוריק האט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותות יגן עלינו אזוי געוויינט מען זאל נישט ארייננעמען אין שטוב טעלעוויזשן, די וואס האבן געפאלגט - די האבן איבערגעלאזט ערליכע אידישע דורות, און די אויבער חכמים האבן היינט אפשר אן אייניקל וואס גייט פאר איין שעה זונטאג אין א היברו דעי-סקול; אזוי איז היינט, די וואס הערן זיך צו בקול הצדיקים, מען טיילט אפ די שטוב פון די פרנסה; פרנסה איז איין זאך און די שטוב איז א צווייטע זאך, און אזוי אויך אין שול, מען טיילט אפ די פרנסה פון די שול, אין שול האט מען נישט די אפיס מיט די נייעס, וויצן וכו' וכו'; ווען מען דאווענט פארן אייבערשטן ברענגט מען נישט מיט זיך דעם טעלעפאן – די וועלן האבן ליכטיגע ערליכע דורות.


גיי שריי צום אייבערשטן ער זאל מאכן א נס דו זאלסט האבן די כוחות צו געבן א דריי דיין לעבן, דיין שטוב, דיינע חברים - אויף די גוטע זייט.


איך גיי אריבער גוטע ציפעדיגע טעג, אבער דאס שטעלט מיך נישט אפ פאר קיין איין רגע פון ווייטער טון וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן טון; סיי מיט די בחורים, סיי מיט די קינדער. די ישיבה איז אין א מצב וואס איז נאכנישט געווען, מיר זענען אריין אין די זיבעצנסטע יאר כמנין טו"ב, עס זענען אריינגעקומען פרישע בחורים, און אזוי אויך די בחורים פון פאריאר - אלע לערנען מיט אזא התמדה, אלע לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים. נישטא קיין בחורים וואס זענען איינגעטינקען אין פאליטיק, נישטא די וואס זענען פארנומען מיט לשון הרע און ליצנות. איך האב אסאך געבעטן ראש השנה אין אומאן אז היכל הקודש זאל זיך אויסרייניגן פון לצים, ברוך ה' צוביסליך ווערט עס צוריק שיין און ריין, די לצים אנטלויפן און די ערליכע בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#191 - יום בשורה היא לנו, מיר האבן געעפנט א ישיבה אין שטעטל
מוסדות, שטעטל, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך, די זמן אין ישיבה האט זיך אנגעהויבן נאך שטערקער ווי די ערשטע יאר; מיר זענען אריין אין די זיבעצנסטע יאר, שנת טוב - פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט.


יום בשורה היא לנו, מיר האבן געעפנט א ישיבה אין שטעטל, דאס איז א גרויסע שמחה; איך בין זייער פרייליך אז דאס האט פאסירט, נאך אזויפיל תפילות און התבודדות - האט דאס געקענט פאסירן. מיר האבן גאר גוטע מגידי שיעורים, נאך דאס האט געפעלט פארן עתיד פונעם שטעטל.


גיי אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. קוק אויפן הימל, "שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם וּרְאוּ מִי בָרָא אֵלֶּה" (ישעיה מ, כו), הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און טראכט איין סעקונדע 'דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס', און בעט אים פאר דיינע באדערפענישן, בעט אים פאר פרנסה, בעט אים פאר קינדער.


איך בין זייער פארנומען אין די טעג אוועק שטעלן אלעס פארן יאר, די תלמודי תורה'ס אין אלע שטעט, די סקולס, די ישיבות; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


 היינט נאכט וועט זיין פאר די פרויען א וויכטיגע צוזאמקום, מען גייט רעדן זייער וויכטיגע זאכן; זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#190 - דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן קענען זיך דעקן
התחזקות, מוסדות, ישיבה, חדר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אדמיניסטראטאר מוסדות היכל הקודש, ליבערטי


איך האב געהערט די מעסעדזש.


איך בעט דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, עס וועט נאר ווערן גרינגער. איך קען דיר דערציילן וואס איך בין אריבער די ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה און די חדר, ווי מיר האבן זיך געמוטשעט; איך פלעג זיך אראפווארפן ביינאכט אין שטוב אויף דער ערד און ווייינען צום אייבערשטן מיר זאלן קענען אנגיין נאך א טאג, מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע. נישט איין וואך זענען מיר געווען שולדיג, מיר האבן איין וואך א יאר באצאלט... פרעג די מלמדים וואס האבן געארבעט די יארן וואס די חדר האט זיך געעפנט, עס איז נישט געווען קיין פרוטה לפורטה, נישט געווען גארנישט, און מיט די חיזוק פון מוהרא"ש און מיט די עצות פון רבי'ן - האבן מיר זיך דערהאלטן, און קוק ווי מיר שטייען יעצט, ווי שיין די מוסד איז, און ווי עס פארשפרייט זיך יעדע מינוט אין נאך א שטאט אין נאך א לאנד; איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן קענען זיך דעקן.


א צווייטע זאך, דער מענידזשער, האברך אליעזר נרו יאיר זאגט מען האט אים געבינדן די הענט, ער קען זיך נישט רירן, מען לאזט נישט גארנישט מאכן, פאררעכטן וכו' וכו'; דארפסט פארשטיין אז ער דארף זיך קענען רירן, ער דארף באקומען געלט צו קענען פאררעכטן, בויען, מאכן וכו' וכו'; הלואי ווען מען קען ווען האבן אינגעלייט זאלן קומען העלפן אזוי ווי אין אנהויב ווען אלע האבן געהאלפן, אלע האבן געבויט; יעצט ווערט די מוסד גרעסער, ווערט עס אנדערש, אזוי גייט עס; זאלסטו אים געבן וואס עס פעלט אויס צו בויען וכו' וכו'.


בנוגע אריינקומען וכו'; עס איז גוט אז דו זאלסט קומען מזמן לזמן אין ישיבה אין וויליאמסבורג איבערגיין מיט מיר פנים בפנים אלע איינצעלהייטן פון די מוסד.


שטיי אויף פארטאגס און גיי אין פעלד, שריי צום אייבערשטן דו זאלסט קענען טון די ארבעט בנאמנות, מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע און מצליח זיין מיט יעדן קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים