בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#70 - ווי אזוי מעקט מען אויס עמלק?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, שלום בית, התחזקות, תשובה, ארץ ישראל, אחדות, פורים, שבת זכור, מגילה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, שבת זכור, י"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך וויל זיך שוין טרעפן מיט יעדן איינעם פון ענק, בפרט מיט די תלמידים; סיי די בחורים אין ישיבה, און מיט די תלמידים פון חדר; איך באקום גוטע גריסן אויף די בחורים און אויף די קינדער, איך האלט מיט פון דערווייטנס אלעס, איך האב גרויס נחת.


איך וויל ענק שרייבן אפאר ווערטער וואס מיר האבן גערעדט דעם ליל שישי, מיר האבן גערעדט אז מיר דארפן זיך זייער פרייען אז די וואך זענען מיר זוכה, מיר זענען מקיים די מצוה פון אויסמעקן עמלק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, ד): "אָמְרוּ יִשְׂרָאֵל", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", הייליגער באשעפער דו זאגסט אונז מיר זאלן אויסמעקן עמלק, מיר קענען נישט, "אוֹמֵר לָהֶם הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה, וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", זאגט דער אייבערשטער, ענק זאלן ליינען די פרשה פון די מצוה פון אויסמעקן עמלק און איך וועל שוין טון דאס איבריגע, איך וועל אים אויסמעקן.


דאס איז מורא'דיגע חיזוק פאר אונז, ווען מיר זעען ווי שטארק די נסיונות זענען, מען שפירט ווי מען קען נישט באזיגן דעם יצר הרע און מען שרייט: "אֵין אָנוּ יְכוֹלִין בּוֹ", באשעפער איך קען נישט באזיגן דעם יצר הרע, דעם עמלק; דארף מען זיך מחזק זיין, דער אייבערשטער זאגט: "תִּהְיוּ אַתֶּם מַזְכִּירִין שְׁמוֹ מִלְּמַטָּה", דו בעט און בעט, דו שריי און שריי, "וַאֲנִי מוֹחֵק שְׁמוֹ מִלְמַעְלָה", און איך וועל דיר העלפן; דער אייבערשטער וויל נאר מיר זאלן רעדן צו אים, מיר זאלן אים בעטן.


אויך האבן מיר גערעדט אז עס קומט א הייליגע טאג, דער יום טוב פורים, מען זעט עפעס גרויסע זאכן טוט זיך פורים, אפילו מענטשן וואס א גאנץ יאר טאנצן זיי נישט און זענען נישט פרייליך, ווען עס קומט פורים - טאנצן אלע; אלע שמייכלען, אלע זינגען, אלע רעדן פון באשעפער, עס איז זייער א הייליגע טאג, אלעס קען מען פועל'ן מיט טאנצן און מיט שמחה, דער אייבערשטער זאל העלפן יעדער זאל פועל'ן אלעס וואס ער דארף; מיט שמחה, מיט פאטשן און טאנצן - קען מען אלעס פועל'ן.


איך וויל דיר בעטן איין זאך, געב אכטונג אויף דיין שלום בית, רעד מיט דרך ארץ אין שטוב, רעד שיין, ווייך און איידל. אויף שלום בית זאלט איר דאס מערסטע אכטונג געבן, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח, קדושת מרדכי ואסתר. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז מען קען דינען דעם אייבערשטן אין שטוב, מיט א ווייב, מיט קינדער. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט נישט האבן צוטון מיט די ווילדע מעשיות פון איבערלאזן די ווייב אליין אין שטוב, זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט; דינט דעם אייבערשטן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.


נאך איין זאך, האטס ענק ליב, זוכט ליבשאפט, גייט שרייען צום אייבערשטן: "'כִּי נִמְכַּרְנוּ אֲנִי וְעַמִּי לְהַשְׁמִיד לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד' (אסתר ז, ד), הייליגער באשעפער המן וויל מיך הרג'ענען, הייליגער באשעפער איך בין אזא רחמנות, איך בין פארנומען מיט דעם, מיט יענעם, ווען איך אליין בין נאך אזוי ווייט! הייליגער באשעפער וואס וועט דא זיין מיט מיר? ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו געדענקען אז איך בין דא א גאסט און נאך אביסל וועט מען מיך אוועק לייגן אין א ווינקל אין פעלד און עס וועלן וואקסן גראז אויף מיר, איז וואס בין איך פארנומען מיט דעם, מיט יענעם?" אזוי זאלט איר שרייען צום אייבערשטן טאג נאך טאג, און אזוי וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען.


די הייליגע מגילה, די זיסע מגילה, די ווערטער וואס אסתר בעט דעם קעניג - די ווערטער דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן (אסתר ח, ג): "'לְהַעֲבִיר אֶת רָעַת הָמָן הָאֲגָגִי, וְאֵת מַחֲשַׁבְתּוֹ', ווי קען מען אוועק נעמען די שלעכטע מחשבות, העלף מיר באשעפער, ראטעווע מיך פון עבירות".


אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן יעדן טאג גיין התבודדות, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים בעטן ער זאל אונז מקרב זיין צו אים - וועלן מיר זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן בזה ובבא.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן פורים.

#69 - פורים זאלסטו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס קומט די הייליגע יום טוב פורים, זאלסטו אויסנוצן דעם טאג מיט תפילה והתבודדות. די ערשטע נאכט (די יאר איז עס מוצאי שבת קודש) טרינקט מען נישט, עס איז נישט קיין מצוה צו טרינקען – נאר פורים בייטאג; זאלסטו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פורים פרי, גיי אין מקוה און אז דו קענסט אויסזאגן תהלים – מה טוב ומה נעים. צדיקים טייטשן וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי מגילה א, ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יַד נוֹתְנִים לוֹ", דאס גייט ארויף אויף תפילה, פורים קען מען פועל'ן ישועות.


דו דארפסט דאך א גרויסע ישועה, דו דארפסט א שידוך; זאלסטו פורים זאגן תהילים און בעטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר מיין שידוך, הייליגער באשעפער איך בין פול מיט פארדרייטע חכמות, איך זאג אפ שידוכים, איך ווער עלטער און עלטער, העלף מיר איך זאל אפלאזן מיינע חכמות, נאר חתונה האבן פאר דיינעט וועגן".

#68 - די לימודים פון מרדכי און אסתר
פורים, תפילה, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס קומט יעצט דער הייליגער יום טוב פורים, עס קומט אראפ די הייליגקייט פון מרדכי ואסתר; קענען מיר זיך מיט כאפן און אויך זוכה זיין צו די לימודים פון מרדכי ואסתר. דער הייליגער רבי לערנט אונז די לימודים פון מרדכי ואסתר, מען זאל דאווענען, בעטן דעם אייבערשטן; מרדכי ואסתר האבן געוויזן פאר יעדן אז עס איז דא תפילה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יב:): "האיר עיניהם של ישראל בתפלתו", מרדכי הצדיק האט ליכטיגע געמאכט פאר די אידן מיטן אויסלערנען אז עס איז דא תפילה, נישטא אזא זאך ווי אויפגעבן, אפילו די גזירה איז שוין גע'חתמ'עט, אבער תפילה איז שטערקער.


אויך אסתר המלכה, איר גאנצע זאך איז געווען אויסלערנען מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף א בשר ודם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, טו:) פארוואס האט אסתר געבעטן אחשורוש צו רופן המן צו די סעודה? ווייל זי האט געוואלט דערשרעקן די אידן, זי האט געוויסט אז די אידן דאווענען נישט צום אייבערשטן פאר די גזירה, זיי טראכטן "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן א שוועסטער אין קעניג'ס פאלאץ, "ויסיחו דעתן מן הרחמים", און זיי בעטן נישט דעם אייבערשטן, און אז זיי זעען אז אסתר איז נאנט מיט המן זעען זיי אז מען קען זיך נישט פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן.


יעצט איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו אפלאזן אלע שטותים, אויפהערן זיך פארזיכערן אויף דעם און אויף יענעם, נאר עוסק זיין אין תפילה, נאר עוסק זיין אין התבודדות.

#67 - אפלאזן דעם 'ארור המן' און ווערן 'ברוך מרדכי'
התחזקות, התחדשות, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


עס קומען יעצט זייער הייליגע טעג, פורים איז א צייט וואס (אסתר ט, א): "וְנַהֲפוֹךְ הוּא", מען קען זיך אינגאנצן איבערדרייען, "יש עניין שיתהפך הכל לטובה" (ליקוטי עצות התחזקות, סימן לו), מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק, אפלאזן דעם 'ארור המן' און ווערן 'ברוך מרדכי'; אפילו אויב מען איז אין (מגילה יג:): "חֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", מען דערטרונקט זיך אין בלאטע – לערנען אונז די צדיקים מרדכי ואסתר: "אנטלויף פון די טומאה, לויף צום צדיק", חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם), אסתר זאגט אונז: "עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", שטיי אויף פון די שויס פון אחשורוש, "טוֹבֶלֶת", גיי אין מקוה, "וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", גיי צו מרדכי הצדיק'ס שויס.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "וְעַכְשָׁיו, וְלֹא סִיֵּים", קען מען זאגן: "ענדיג נישט זאגן 'ועכשיו'", מען דארף א גאנץ לעבן זיין גרייט צו זאגן "'ועכשיו', איך הויב יעצט אן", 'ולא סיים', און נישט ענדיגן אנהויבן מאכן פרישע התחלות.

#66 - די עצה פון המן ארבעט נישט
פורים, התבודדות, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס קומט יעצט דער הייליגער יום טוב פורים, מען קען זיך דערנענטערן צום אייבערשטן דורך מרדכי הצדיק וואס לערנט אונז מיר זאלן שטענדיג גיין צום אייבערשטן, די גאנצע מגילה דרייט זיך ארום מיט די ווערטער (אסתר ה, יג): "מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ", מרדכי זיצט ביים טויער פון קעניג, מרדכי גייט אלץ צוריק צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, פרוביר אויס די עצה פון מרדכי הצדיק, פון גיין צום אייבערשטן. די עצה פון המן ארבעט נישט, זיין טרויעריג, "אָבֵל וַחֲפוּי רֹאשׁ" (שם ו, יב), - דאס ארבעט נישט; די עצה פון צדיקים, זיך נישט מייאש זיין פון גיין צום אייבערשטן – די עצה העלפט.


פורים אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה און גיין א שפאציר, התבודדות; זיך אויסבעטן זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.

#65 - פארכאפט ביי ושתי
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב זייער רחמנות אויף אייך, איר קוקט עקלדיגע מאוויס, איר זענט פארכאפט ביי ושתי; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יב:): "היתה ושתי הרשעה מביאה בנות ישראל", ושתי האט גענומען טייערע אידישע טעכטער, "ומפשיטן ערומות", און זיי אויסגעטון, אוועקגענומען זייער איידלקייט און הייליגקייט.


פורים איז א הייליגע טאג, פורים קען מען אויסבעטן ביים אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מרדכי הצדיק, זוכה זיין צו ווערן הייליג, אנטלויפן פון אחשורוש.


פורים זאלט איר בעטן אויף די איין זאך: "הייליגער באשעפער, 'כִּי נִמְכַּרְנוּ אֲנִי', איך בין פארכאפט ביי די טומאה, איך בין צוגעקלעבט צו מאוויס, הייליגער באשעפער געב מיר ריינקייט, געב מיר הייליגקייט".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך.

#64 - קומט נישט מיט די משפחה צו מיר אום פורים
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי די מוסדות; ווי מער מען טוט פארן רבי'ן – איז דאס א סימן אז מען איז דאנקבאר פאר אלעס וואס מען האט זוכה געווען צו באקומען פון רבי'ן.


עס קומט יום טוב פורים, עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין שטאט, בלייב אין שטעטל. נעמט אייך צוזאם אנשי שלומינו, דאווענט מנחה, מאכט א סעודה, אלע זאלן ברענגען עפעס לכבוד די סעודה, טרינקט וויין לכבוד פורים, טאנצט אינאיינעם און שרייט אויס: "להודיע שכל קויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך!"


אויך געב איבער פאר אלע אברכים מען זאל נישט ארויפקומען צו מיר אין שטוב פורים, ווער עס וויל ברענגען משלוח מנות – קען ברענגען, אבער נישט קומען זיצן ביי מיר און נישט קומען מיט די משפחה למען קדושה וצניעות, איך האב א קליינע דירה און עס איז נישט אויסגעהאלטן צו קומען מיט די משפחה.


איך האף צום אייבערשטן אז אנשי שלומינו וועלן זיך צוהערן און טון וואס איז ריכטיג, ביי מוהרא"ש איז געווען א קליינע עולם, איז געווען אנדערש, היינט ביי אונז וואס דער עולם וואקסט – מוז מען מאכן אנדערש.

#63 - מחזק זיין די בחורים צו גיין נאך געלט מיט דרך ארץ
חינוך הילדים, בחור, צדקה, דרך ארץ, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... שליט"א, קרית ברסלב


זיי מחזק די בחורים ביי דיר אין ישיבה זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט פאר די ישיבה; א גאנץ יאר זאלן זיין עוסק זיין אין די מצוה, בפרט אינעם יום טוב פורים.


די בחורים קענען זיך צאמנעמען און גיין אין הייזער, טאנצן און פרייליך מאכן, און בעטן צדקה פאר אונזער ישיבה.


אויך זאלסטו זיי מחזק זיין זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ, איך הער פון מענטשן אז בחורים גייען נאך געלט ביי אונזער גראסערי צו קויפן פיצא וכו'. זאג זיי עס איז נישט קיין דרך ארץ, עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט; סיי דאס עסן אין געשעפט ווען עס איז דא עסן אין ישיבה, און סיי דאס בעטן געלט פון מענטשן פאר איבריגע זאכן.


ווער נישט מיד און שוואך ווען דו זעסט אז נאכן רעדן פועל'ט מען נישט, גלייב אז דיינע ווערטער גייען אריין אין די טייערע הערצער און יעדעס ווארט וואס מען רעדט מיט הארץ – ווערט אנגענומען, נכנסין ללב.


דו רעד, אז מען רעדט – פועל'ט מען, אמאל גלייך און אמאל נעמט עס אביסל צייט.


רעד צו זיי פון אמונה, פון תפילה, פון קדושת היסוד, און אפהיטן אות ברית קודש און פון מדות טובות.


ווען דו ווערסט מיד – זאלסטו זיך דערמאנען ווי מוהרא"ש האט געהאט כח צו אונז, גערעדט און גערעדט צו אונז און נישט געווארן מיד.


איך האב צוגעזאגט פאר דיינע תלמידים צו מאכן א שבת התוועדות מיט זיי, איך האף צום אייבערשטן צו גיין מיט זיי אויף א שבת זיי מחזק זיין, זיי אויפבויען מיט די חיזוק און עצות פון רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיין הצלחה.

#62 - נעם צאם אנשי שלומינו אין שטעטל אום פורים
שטעטל, פורים, התבודדות, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס קומט דער הייליגער יום טוב פורים, מען גייט ליינען די הייליגע מגילה. צדיקים זאגן עס לוינט אריבער צו גיין אלעס וואס מען גייט אריבער, אבי זוכה זיין צו הערן איין מאל די מגילה. בשעת'ן ליינען די מגילה קומט אראפ אזא הייליגקייט, מען קען זיך אזוי דערנענטערן צום אייבערשטן, מען איז זוכה צו תשובה מאהבה, אלע עבירות ווערן זכיות.


עס לוינט נישט זיך אריין צו שלעפן אין שטאט, גלייב מיר, פרייליך איז נישט די פלאץ, פרייליך איז אין הארץ. נעם צאם אנשי שלומינו אין שטעטל, דאווענט מנחה, מאכט א סעודה, טרינקט וויין און טאנצט "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", וואו מען איז קען מען זיין פרייליך, און וואו מען רעדט פון רבי'ן – דארט איז דער רבי.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, זיץ צווישן די ביימער און שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#61 - מען קלאטש ביי "המלך" פון די מגילה
ראש השנה, פורים, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


עס קומט דער גרויסער טאג פורים, מען גייט ליינען די מגילה. ביי אנשי שלומינו איז דער מנהג, ווען דער בעל קורא זאגט די ווערטער (אסתר ו, א): "בַּלַּיְלָה הַהוּא נָדְדָה שְׁנַת הַמֶּלֶךְ" – פאטשט מען און מען קלאטשט, מען דערמאנט זיך פון ראש השנה, פון 'המלך' וואס מען פאטשט, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קענען זיין ביים רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.


אנשי שלומינו ווארטן צו הערן פון דיר וואס זענען די פלענער פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, ביטע מודיע זיין די פלענער אז מען זאל זיך קענען גרייטן מיט די פלענער.

#60 - די דריי עקעדיגע המן טאשן
התחזקות, דאווענען, נקודות טובות, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך וויל אזוי שטארק הערן וואס דו מאכסט, ווי אזוי גייט אלעס ביי דיר, הלוואי וואלסטו מיר געשריבן כאטשיג איין מאל א וואך וואס דו מאכסט, איך האב דיך זייער ליב.


יעצט אין די פורים טעג, וואו מען גייט, זעט מען די דריי עקעדיגע קיכלעך וואס מען רופט "המן טאש", דאס דערמאנט אונז די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "און אז די דאווענען האט א פנים ווי א שוך מיט דריי עקן" – דארף מען זיך אויך מחי' זיין, אזוי ווי דער תם האט זיך מחי' געווען און געזאגט: "וואס פאר א שיינקייט דאס שיכעלע איז, ווי האניגדיג, צוקערדיג, זיס וכו'".


מיר דארפן זיך מחי' זיין מיט א יעדע דאווענען, מיט יעדע שחרית מנחה מעריב, אפילו עס איז דריי עקעדיג, דער אייבערשטער נעמט אלע אונזערע תפילות און ער מאכט פון דעם א קרוין.


אשרינו מה טוב חלקינו.

#59 - פורים איז מען מקבל די תורה פונדאסניי
לימוד התורה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט קומען הייליגע טעג, פורים איז גאר א הייליגע צייט, מען איז זוכה צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי מיט ליבשאפט. יעדער איד קען פון פריש זוכה זיין צוצוקומען צו א הויכע מדריגה פון ליב האבן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח.): "הדור קבלוה בימי אחשורוש", אידן האבן מקבל געווען די תורה מיט ליבשאפט, מיט א שטארקע ווילן ווען זיי האבן געזען די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט.


טייערער ברודער, איך האב דיך זייער ליב, איך וויל אזוי שטארק דו זאלסט זיך מקבל זיין צו לערנען יעדן טאג משניות און גמרא, אויך זאלסטו זאגן א יום תהילים און ועל כולם זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן און אים בעטן: "קרבינו לתורתיך, באשעפער, ברענג מיר א ליבשאפט צו די תורה און צו דיינע מצוות".


יעצט אין די פורים טעג קען מען זוכה זיין צו "ונהפוך הוא", מען קען זיך אינגאנצן איבערדרייען צום גוטן.

#58 - העלף מיר באצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף פסח
צדקה, מוסדות, פסח, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, העלף מיר די יאר אויך איך זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע אין די מוסד אויף יום טוב פסח, איך דארף יעצט האבן זייער א גרויסע סכום געלט צו קענען צוגיין צום יום טוב; האבן אויסגעצאלט אלע איינגעשטעלטע סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. העלף מיר, נעם צאם פון אנשי שלומינו און פון אלע וואס האבן א געפיל פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש.


ווארעם אן אלע אנשי שלומינו יעדער זאל גיין נאך געלט פורים, אלע זאלן זיין גבאי צדקה. פורים איז א טאג וואס מען טיילט צדקה, און אז מען גייט ארום צאמנעמען צדקה – קען מען אינאיינעם אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן ער זאל יעדן טאג רעדן מיט מענטשן, און ווען רבי נתן האט געזען סוף טאג אז קיינער איז נישט געקומען צו אים רעדן – איז ער ארויס אין גאס זוכן איינעם מיט וועם צו רעדן. מיר דארפן דאס נאכטון, מחזק זיין אידישע קינדער.

#57 - גיין נאך צדקה אום פורים
ישועות, צדקה, ישיבה, דאווענען, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט צוזאמנעמען די בחורים בימי הפורים און גיין צאמנעמען צדקה פאר די ישיבה. היינט איז אנדערש ווי יארן צוריק, היינט איז דא זייער אסאך אידן וואס זענען ווארעם צו די ישיבה, זיי האבן א געפיל פארן רבי'ן, אידן טיילן אסאך צדקה; איז גוט זאלסט ארומגיין מיט די בחורים.


זאג פאר אלע בחורים זיי זאלן נישט ארויפקומען צו מיר אין שטוב פורים, איך נעם נישט אויף קיין בחורים. פארנאכטס וועלן מיר מאכן א סעודה אין ישיבה, און אריין טאנצן אין די נאכט, דעמאלט קענען די בחורים קומען, אבער דורכן טאג זאלן זיי עוסק זיין אין צאמנעמען צדקה, אויך די אינגעלייט קענסטו אנווארעמען זיי זאלן גיין נאך צדקה בימי הפורים.


איך דארף יעצט האבן זייער אסאך געלט, סיי צו קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע, סיי צו העלפן משפחות איינצורישן דעם יום טוב פסח, א שאד צו קומען זיצן ביי מיר אין שטוב, א שאד צו פארברענגען די צייט; מילא איינער וויל ברענגען משלוח מנות – מילא, דאס דארף נישט נעמען מער ווי צוויי דריי מינוט.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, דארפסט דאך א ישועה, דארפסט א שידוך; זאלסטו זיך מקבל זיין מער נישט צו רעדן ביים דאווענען, אויך נישט זיצן נעבן איינער וואס רעדט צו דיר אין שול.

#56 - אן התבודדות, קומט מען צו כפירה רחמנא ליצלן
אמונה, קשיות, פורים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


יעצט קומט די הייליגע יום טוב פורים, ווען מען קומט צו די הויכע מדריגה פון 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', וואס צדיקים זאגן אז דאס איז די מדריגה פון עולם הבא, וואס וועט זיין כולו הטוב והמטיב; פורים קומט אראפ אזא קדושה, מעין עולם הבא, מען מאכט נישט קיין חילוק פון טוב אדער רע, מען ווייסט און מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער.


דאס ברענגט דער רבי אריין אין אונז, מיר זאלן א גאנץ יאר לעבן מיט דעם, א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט א קלארע שטארקע לויטערע אמונה, צו וויסן אז אלעס איז לטובה, אלעס איז מיט א חשבון.


גיי התבודדות, אָן התבודדות קומט מען צו כפירה, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים און האבן קשיות אויפן אייבערשטן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "פון די ברייטע ארבל רינט מינות וכפירה רחמנא לצלן", נאר אז מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען שמועסט מיטן אייבערשטן, נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד מיט ריינע הייליגע מחשבות.


 

#55 - זאל מען קנס'נען בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טישורט?
חינוך הילדים, בחור, אמונה, ישיבה, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו קנס'נען אלע בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טי-שערט? מאך נישט קיין עסק פון די זאכן. דער עיקר לייג אריין אין די בחורים אמונה, רעד צו זיי פונעם אייבערשטן, רעד צו זיי פון השגחה פרטית, מעשיות פון תפילה; עס איז נאריש זיך צו שטעלן אויף די זאכן.


א שאד אז מען נעמט אומוויסנדע מענטשן פאר משגיחים וואס מאכן פון טפל עיקר און פון עיקר טפל, מען שטעלט זיך אויף אזעלכע נארישע זאכן אין די צייט וואס בחורים פאלן אין עבירות, זענען פוגם בברית רחמנא לצלן; וואלט מען ווען געדארפט רעדן פון קדושה און פון תשובה, נישט פון גיין א כאלאט און מיט א צוגעמאכטע רעקל.


איך בעט דיר זייער, לייג אריין אין די בחורים א ליבשאפט צום אייבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה. שמועס מיט זיי ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדן איינציגסטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#54 - קער נעמען פון פראבלעמען איז נישט קיין חסרון אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, עבודת השם, אומאן, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט קומט הייליגע טעג, מען קען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. פורים איז א צייט וואס (ירושלמי מגילה פרק א', הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט צום אייבערשטן מיט א געבעט - געבט מען אים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן זענען געווען צוויי צדיקים פון אנשי שלומינו, ביידע האבן געהאט שטארקע ציין ווייטאג, איינער פלעגט גיין יעדן טאג צום רבינ'ס ציון וויינען אז זיין ציין טוט אים וויי און דער אנדערער איז געגאנגען צום ציין דאקטער און די ווייטאג איז אים אוועקגעגאנגען, ער האט געזאגט: "אין די צייט וואס איך בעט מיין ציין זאל מיך נישט וויי טון - קען איך בעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין נאנט צו אים און אים דינען".


דערפאר זאלט איר נישט טראכטן אז איר האט נישט קיין אמונה, איר קענט נעמען ווייטאמינען און איר זאלט גיין צו וכו', עס איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#53 - ביסט אראפגעפאלן? פארליר זיך נישט, גיי אין מקוה און לויף צום צדיק
התחזקות, תשובה, סיפורי צדיקים, פירושים, יאוש, פורים, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר, שושן פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא הייליגע טאג פורים, מיט אזעלכע הייליגע מצוות. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן בלייבן פארבינדן מיט מרדכי ואסתר א גאנץ יאר, מיר זאלן נישט אפלאזן די אמונה, די קדושה.


היינט שושן פורים איז אויך פורים. רבי נתן איז אמאל געפארן צום רבי'ן אויף פורים און ער איז נישט אנגעקומען אין צייט, ער איז אנגעקומען אויף שושן פורים. ער איז געווען זייער צעבראכן, ער האט דערציילט דעם רבי'ן אז ער האט זייער שטארק געוואלט קומען צום רבי'ן און זיין ביים רבי'ן אויף פורים. האט אים דער רבי געזאגט: "שושן פורים איז אויך פורים".


מיר וועלן מאכן א סעודה אין ישיבה נאכמיטאג, מיר וועלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


מיין ליבער ברודער, לאמיר אנטלויפן פון אחשורוש און פון המן, און לויפן צו מרדכי הצדיק. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, וְטוֹבֶלֶת, וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זאגט דער הייליגער רבי נתן, אפילו א מענטש איז שוין אראפגעפאלן אין שמוציגע עבירות, ער איז בחיקו של אחשורוש - זאל ער טון וואס אסתר המלכה האט אונז געלערנט, זיך נישט פארלירן, נאר גיין אין מקוה און לויפן צום צדיק, צו מרדכי הצדיק, צום הייליגן רבינ'ס שויס; פורים עפנט זיך די אויערן, עס שטאפט זיך אויף דאס הארץ, מען דערהערט דעם רבינ'ס געשריי: "גיוואלד קיין ייאוש איז נישט פארהאנען".


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#52 - א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזויפיל אידישע קהלות
הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ...


א גרויסן יישר כח וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה און פאר אלע אנדערע קהילות בישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#51 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה
הכרת הטוב, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער הארציגער ..., אונזער דיין שליט"א


זיי מקבל די משלוח מנות וואס איך שיק דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ.


איך האב דיר זייער ליב, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה.

#50 - יישר כח פאר'ן זיך אוועק געבן פאר אונזער מוסד אין קרית ברסלב, ליבערטי
מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אוועק געבן מיט אזא איבערגעגעבנקייט פאר אונזער מוסד אין קרית ברסלב, ליבערטי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#49 - די בריוו וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש, מאכט ליכטיג פאר אידן
הפצה, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, עצתו אמונה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קוקט די שיינע ארבעט וואס איר האט אהערגעשטעלט, די בריוו וואס איר זענט מתרגם אויף ענגליש, די ליכט פון אמונה; וואס מאכט ליכטיג און עס שיינט ביי טויזנטער אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח צו קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


שמחת פורים.

#48 - א גאנץ לעבן עוסק זיין אין דרוקן די בריוו וואס איז מחזק אזויפיל אידן
הפצה, הכרת הטוב, הדפסה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיטן דרוקן די בריוו און חדושי תורה וואס איז מחזק אזויפיל אידן איבער די וועלט.


איך וואונטש דיר א ברכה דו זאלסט דיין גאנץ לעבן עוסק זיין אין דעם, און זוכה זיין צו שפירן דאס זיסקייט און איינעגענעמקייט פון די שכינה הקדושה, דו מיט דיין משפחה, אמן.

#47 - איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד
מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד פאר אונזערע קינדער, פאר'ן אריינלייגן אין זיי אזא שטארקע אמונה און שמחה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#46 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, דער מלמד פון מיינע צוויי טייערע קינדער ... און ...


איך שיק דיר די משלוח מנות, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים די אמונה, אמונת חכמים און די תורה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא און אלעס גוטס.