בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - וועסט נישט ווערן פארארעמט פון געבן מעשר
צדקה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר. עס איז זייער וויכטיג צו בלייבן צוגעבינדן נאך די חתונה ווען מען ווערט פאריאגט מיט ברענגען פרנסה, און דורך שרייבן בריוו איז נאך א וועג ווי צו בלייבן נאנט.


דיין מעשר זאלסטו געבן פאר צדקה, וועסטו האבן שפע.


האב נישט מורא, דו וועסט נישט ווערן פארארעמט אז דו וועסט געבן מעשר, נעם אריין אין קאפ אז די מעשר איז נישט דיינס, אזוי וועט דיר זיין גרינגער דאס געבן מעשר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - שנייד נישט פון די מעשר געלט
צדקה, הדפסה, פרנסה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעשר געלט געבט מען פאר צדקה, נישטא אזא זאך נעמען מעשר פאר זיך; אז מען נעמט מעשר געלט פאר זיך - פארלירט מען פון די שפע.


אינטערעסאנט, דאס איז די ערשטע זאך וואס מען וויל שניידן; ווען מען שפירט א צמצום, טראכט מען די ערשטע זאך מען גייט שניידן פון די צדקה, מען גייט אויסארבעטן צו נעמען די מעשר פאר דאס און פאר יענץ... אז מען איז מצומצם אין די פרנסה - דארף מען די ערשטע זאך תשובה טון, קומען אין שול דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, און זיך פירן מיט דרך ארץ ביים דאווענען, נישט רעדן מיט קיינעם ביים דאווענען, נישט נוצן דעם טעלעפאן ביים דאווענען.


אז דו קענסט זיך נישט דעקן - זאלסטו נישט אויפהערן געבן צדקה; געב דיין מעשר פאר צדקה, און א ברסלב'ער חסיד מיט שכל געבט זיין מעשר פאר אייביגע צדקות, פאר דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, פארשפרייטן די זיסע ליכטיגקייט פאר די וועלט. אז מען מאכט זיך א חשבון, ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעקוקט אנעם רבי'ן און ווי אזוי זענען מיר מקורב געווארן, נאר דורך די הייליגע ספרים; דארפן מיר מקרב זיין די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - געב דיין מעשר און דיין צדקה געלט פאר די ישיבה
צדקה, ישיבה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל בעטן פון דיר זאלסט געבן דיין מעשר און דיין צדקה געלט פאר די ישיבה. דו ביסט דאך א תלמיד פון די ישיבה, דארפסטו העלפן די ישיבה. דער רבי שרייבט אין א בריוו פאר אנשי שלומינו (הובא בתחילת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפינען", דער רבי בעט אונז מיר זאלן נישט פארגעסן ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען ווען מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן, און העלפן די פלאץ וואס העלפט דיר.


נעם א פושקע פון די מוסד אין שטוב, אין אפיס און אין קאר; און ווען עס ווערט פול זאלסטו מיר עס ברענגען, די פרוטה'לעך העלפט מיר צאלן די איינגעשטעלטע.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה, אויך שבת וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו דרייוון
כיבוד אב ואם, הפצה, צדקה, דרייוון, מעשר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט מאכן לייסענס צו דרייוון א קאר, עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו דרייוון. דער הייליגער רבי זאגט עס איז גוט צו דרייוון (עיין חיי מוהר"ן, די ערשטע שיחה אין די צווייטע חלק).


געב אכטונג זיך נישט צו רייצן מיט דיינע עלטערן. זיי מכבד דיינע עלטערן, רעד נישט פון די זאך פון האבן לייסענס, ווייל עס לוינט נישט די גאנצע לעבן אויב מען מאכט צער פאר די עלטערן. אז זיי קוקן דאס אן ווי מען פארט אפ פון אידישן וועג - זאלסטו זיך נישט רייצן און זאגן מען מעג יא; מען טאר נישט טענה'ען מיט עלטערן.


קענסט נעמען געלט פון הפצה פאר אלע דיינע געברויכן; יעדן ענדע טאג זאלסטו זיך מאכן א חשבון וויפיל געלט דו האסט געמאכט, נעם אראפ מעשר אזוי ווי מען נעמט אראפ פון א געהאלט; די מעשר געב פאר צדקה און די איבריגע געלט איז דיינס.


זיי ממשיך מיט הפצה, וועסטו אלעס מתקן זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.