בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#91 - וואס קען איך היינט טון פאר די מוסד?
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת און איר אויפציען לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


פרעג דעם מענידזשער אליעזר אדער דער אדמיניסטראטער רפאל, אפשר קענסטו האלטן די ווענס; דאס אנצינדן מזמן לזמן, עס זאל נאך ארבעטן פארן זומער. מיר דארפן האבן די ווענס פאר זומער צו טראגן די עסן צו די קעמפס וכדומה, און אז עס שטייט לאנג אן נוצן – ווערט דאס חרוב.


עס איז דא נאך אסאך זאכן וואס מען קען העלפן, מען דארף נאר וועלן העלפן, מען דארף האבן אינגעלייט זאלן כסדר רופן דעם מענידזשער אדער אדמיניסטראטער פרעגן: "וואס קען איך היינט טון פאר די מוסד?"


געלויבט דעם אייבערשטן ביי מיר גייט אריבער רוב טאג מיט די מוסדות, מיט די חינוך הבנים והבנות, דאס איז מיין שענסטע און וויכטיגסטע זאך, און איך האף צום אייבערשטן אז דאס וועט זיין א כפרה און א תשובה און א תיקון אויף וואס איך דארף מתקן זיין.


איך שרייב דיר ווייל איך שפיר אז דו האסט א שטיקל געפיל פאר די מוסדות.

#90 - זייער מכיר טוב פאר'ן זיך אוועקגעבן פאר די מוסד
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער זכות איז זייער גרויס בזה ובבא פארן אוועקגעבן פון זיך אזויפיל, אוועקגעבן פון אייער באקוועמליכקייט, אלעס אז אייער חשוב'ער מאן זאל קענען העלפן אונזער מוסד, ער זאל קענען טון פאר אונזערע דורות.


איך פערזענליך בין אייך זייער מכיר טובה, און אויך די גאנצע קהילה איז אייך זייער מכיר טובה פארן טון אזויפיל פאר אונזערע קינדער.


בזכות די מסירות נפש זאלט איר זען נחת ביי אייערע דורות.

#89 - די ארבעט וואס די אפיס לייגט אריין די מוסד זאל אנגיין
תפילה והתבודדות, מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין נעכטן געווען באזוכן אין שטעטל פון פארטאגס ביז אויף דער נאכט, איך בין געווען דורכאויס דעם גאנצן טאג אין חדר, ישיבה, בית פיגא און אין אפיס, איך בין געזיצן מיט די איינגעשטעלטע אין אפיס, מיטן אדמיניסטראטאר, מיטן מנהל און די סעקרעטעריס, ווי אזוי מען קען מאכן זאכן ארבעטן בעסער.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל ווייטער בלייבן העלפן אין אפיס, זי טוט א גוטע ארבעט, א גאר גוטע ארבעט, איך ווייס נישט צי די עלטערן ווייסן וואס טוט זיך אונטערן ווארט 'חדר', אונטער די ווארט 'בית פיגא', די אפערעישן וואס די אפיס שטעלט אהער, אז די מוסד זאל קענען אנגיין.


געב איר איבער אז מיר זענען זייער צופרידן פון די ארבעט וואס זי לייגט אריין טאג טעגליך, ובזכות המצווה הזאת זאלן ענק זען ישועות, בני חיי ומזוני, געזונט, און מיט שמחה.


ברודער, אינדערפרי גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, הויב אן די טאג מיט א שפאציר, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און זאג ארויס אפאר ווערטער, אלעס וועט דיר גיין גרינגער.


 

#88 - קומט נישט מיט די משפחה צו מיר אום פורים
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי די מוסדות; ווי מער מען טוט פארן רבי'ן – איז דאס א סימן אז מען איז דאנקבאר פאר אלעס וואס מען האט זוכה געווען צו באקומען פון רבי'ן.


עס קומט יום טוב פורים, עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין שטאט, בלייב אין שטעטל. נעמט אייך צוזאם אנשי שלומינו, דאווענט מנחה, מאכט א סעודה, אלע זאלן ברענגען עפעס לכבוד די סעודה, טרינקט וויין לכבוד פורים, טאנצט אינאיינעם און שרייט אויס: "להודיע שכל קויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך!"


אויך געב איבער פאר אלע אברכים מען זאל נישט ארויפקומען צו מיר אין שטוב פורים, ווער עס וויל ברענגען משלוח מנות – קען ברענגען, אבער נישט קומען זיצן ביי מיר און נישט קומען מיט די משפחה למען קדושה וצניעות, איך האב א קליינע דירה און עס איז נישט אויסגעהאלטן צו קומען מיט די משפחה.


איך האף צום אייבערשטן אז אנשי שלומינו וועלן זיך צוהערן און טון וואס איז ריכטיג, ביי מוהרא"ש איז געווען א קליינע עולם, איז געווען אנדערש, היינט ביי אונז וואס דער עולם וואקסט – מוז מען מאכן אנדערש.

#87 - א חבורה פון בחורים און אינגעלייט צו העלפן אין ישיבה
ריינקייט, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט העלפן אין די ישיבה, זיך אומקוקן און מסדר זיין אלעס זאל זיין מסודר, ריין, און וואס מען דארף פאררעכטן – צו פאררעכטן. היינט זענען דא געווען אינספעקטארס, זיי האבן פארמאכט אונזער קאך צוליב זאכן וואס איז נישט מסודר, און צוליב מייז.


נעם אפאר געטרייע אינגלייט און בחורים, מאך א חבורה פון בחורים און אינגעלייט וואס ווילן העלפן, פאררעכטן, שענער מאכן, און בעיקר רייניגן די ישיבה.


אויך זאלסטו זיך אביסל פאראויס רוקן מיטן פארלענען פאר די בחורים, די ווינטער זמן איז שוין אריבער, שוין צייט צו ענדיגן די מסכתא און גיין צו נאך א מסכתא, לאז נישט אויס קיין איין טאג פון פארלערנען פאר די בחורים.


אויך זאלסטו מיר מודיע זיין יעדע מוצאי שבת קודש אלע אינגעלייט וואס ווילן קומען רעדן צו מיר זונטאג, עס איז מיר גרינגער ווען איך ווייס א טאג פאראויס אלע וואס קומען רעדן.

#86 - ארבעט מיט געטרייע בחורים די בנין הישיבה זאל זיין מסודר
משמש דעם רבי'ן, ישיבה, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם אפאר געטרייע בחורים וואס האבן א געפיל צו די ישיבה, און ארבעט מיט זיי אינאיינעם אז די בנין הישיבה זאל נישט זיין נאכגעלאזט און נישט מסודר.


היינט זענען דא געווען אינספעקטארס, זיי האבן אונז פארמאכט די קאך צוליב נישט מסודר און נישט ריין.


בעט איך דיר, אויב דו קענסט מיר העלפן; מאך א חבורה בחורים וואס זענען ווארעם צום רבי'ן, עס זענען דא בחורים וואס האבן א שטארקע געפיל צום רבי'ן, זיי זענען גרייט פאר אלעס, זיי וועלן גיין אין פייער און וואסער צו העלפן די ישיבה, העלפן די מוסד.


ביטע העלף מיר.


אויך אין חדר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער א חיות; זינג און טאנץ מיט זיי ניגוני אמונה און ברסלב'ער ניגונים.

#85 - ווען יעדער ארבעט צוזאמען, איז מען זייער מצליח
מחלוקת, שטעטל, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, אחדות, קליידער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער דיין ווייב תחי' א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס זי טוט פאר אונזער קהלה, קהילת 'היכל הקודש' חסידי ברסלב; ספעציעל מיטן העלפן אין די באזאר אז די איינוואוינער זאלן קענען איינקויפן פאר כמעט בחינם קליידער פאר די גאנצע משפחה.


אז מען האט אזעלכע געטרייע פרויען וואס ארבעטן מיט הארץ און מיט חשק - דאס איז די סוד פון אונזער הצלחה. מענטשן וואונדערן זיך, ווי אזוי קהילת היכל הקודש איז אזוי מצליח, ווי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען? א שטעטל, אזויפיל מוסדות - סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ ישראל, אזויפיל בתי מדרשים און מקוואות, א בית הדפוס אין ארץ ישראל און אין אמעריקע, א ילד שעשועים פאר קימפעטארינס, און אזויפיל שיינע זאכן, אן קיין עשירים; וואס איז דער סוד? דער ענטפער איז צוויי זאכן, איינס דער רבי לערנט אונז לעבן מיטן אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, יעדע זאך נעמט מען אריין דעם אייבערשטן, דאס אליינס איז די גאנצע הצלחה, און נאך א זאך, אז די געטרייע אנשי שלומינו, אלע - מקטן ועד גדול - אלע העלפן בויען די קהילה, סיי די מענער, סיי די פרויען; אלע זענען דא פאר איין סיבה, צו אוועקשטעלן א פלאץ פאר אונז און פאר אונזערע קינדער, א פלאץ צו קענען לעבן מיט תורה, מיט אמונה, מיט יראת שמים אן קיין חובות.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל אנהאלטן איר געטריישאפט מיטן העלפן ביי די באזאר, די געשעפט האט שוין געשפארט הונדערטער טויזנטער דאלער פאר אזויפיל מענטשן, עס גייט נישט אריבער א טאג וואס א משפחה זאל מיר נישט שרייבן אז זיי האבן איינגעקויפט העמדער, הויזן און קליידער פאר אלע קינדער פאר צוואנציג דאלער, אנשטאט הונדערטער דאלער.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב עס זאל זיין שלום צווישן די העלפערס, מען זאל נישט באליידיגט ווערן ווען איינער זאגט אדער האלט פאר וכו', מען דארף נישט נעמען יעדע זאך צום הארץ, מען זאל נישט ווערן באליידיגט פון קיינעם נישט. מיר זאגט מען אויך קריטיק, מיר באמערקט מען אויך, און ווען נישט די צוואה וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן אפאר טעג איידער ער איז אוועק פון דער וועלט, איך זאל אכטנג געבן אויף שלום - וואלט איך זיך אויך געקענט צעקריגן מיט יעדע צווייטע מענטש, אבער עס שטייט מיר פאר די אויגן די פנים פון מיין רבי, איך זע ווי מוהרא"ש בעט מיר: 'זיי מוותר, געב נאך, זע עס זאל זיין שלום'; דאס האלט מיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - אויסלערנען די מיידלעך קאכן און באקן, און ווי אזוי נאכצורוימען
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך באקום גאר גוטע גריסן אז דיין ווייב באווייזט וואונדער מיט די תלמידות אין בית פיגא, מיטן זיי אויסלערנען קאכן און באקן; געב איר איבער א גרויסן יישר כח, איך בין איר זייער דאנקבאר. פרעג איר אויב זי קען אויך אויסלערנען ווי צו אוועק וואשן טעפ נאכן קאכן און באקן, און אויך די וועג ווען מען קאכט און מען באקט זאל זיין מיט א ריינקייט וויפיל מען קען.


איך בין ענק זייער דאנקבאר; ביי מיר איז די מוסד מיין לעבן, און ווער עס העלפט די מוסד איז ביי מיר זייער זייער באליבט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע, דאס וועלן מיר מיטנעמען
מקוה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס ביסל וואס מען טוט צו העלפן בויען מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער פאר אמונה און תורה – דאס וועט בלייבן לנצח נצחים, און דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע – דאס וועלן מיר מיט נעמען.


א באזונדערע דאנק קומט אייך פארן מאכן אזוי באקוועם די מקוה טהרה; אלע זענען צופרידן, אלע זאגן ווי געשמאק מען מאכט זיי; דאס איז זייער א גרויסע זכות פאר אייך און אייערע דורות.

#82 - אלע גוטע מעשים פונעם מאן, וועט די ווייב באקומען די זעלבע שכר
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך זייער פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר אונזערע מוסדות, איך ווייס עס איז נישט גרינג, איר האט אלעס אוועק געגעבן אבי צו העלפן די מוסדות; דער אייבערשטער וועט ענק באצאלן מיט גוטס, מיט נחת, מיט גליק און פרייד.


אלע גוטע מעשים וואס דער מאן טוט – וועט די ווייב באקומען שכר אזוי ווי ער, אויב זי העלפט אים, זי נעמט א גלייכע חלק אין אלע זיינע גוטע מעשים.

#81 - העלפן די מוסד, איז א זכות לנצח נצחים
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסד, עס איז א זכות לנצח נצחים, און א באזונדערע דאנק פארן ארויפלייגן ווי מער משפחות אין שטאט אויף די וואוטשערס פראגראם, אז מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת ביי אייערע קינדער.

#80 - וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא
סקול, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך הער זייער גוטע גריסן פון די מנהלת אז איר טוט אייער ארבעט זייער געטריי מיט גרויס אחריות; איר זענט זייער געטרייע אין סקול מיט די בעבי-סיטינג, איר געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די קינדער מיטן גאנצן הארץ.


וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, משמש דעם רבי'ן, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן פון די מנהלת תחי' א שיינע גרוס, אז איר האט באקומען א געפיל צו דאווענען, איר דאווענט שיין אין כיתה.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען, און אז איר ווילט העלפן די סקול - זאלט איר העלפן ווען מען שפילט אדער ווען מען לערנט, אבער דאווענען זאל זיין ביי אייך די הייליגסטע זאך.


בעטס זיך אויס פאר א גוטע שידוך, בעטס דעם אייבערשטן פאר א מאן וואס וועט בלייבן לערנען זיין גאנצע לעבן, בעטס דעם אייבערשטן פאר א שטוב מיט יראת שמים, פאר ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - ווען מיר העלפן די מוסד, איז דאס אסאך מער פאר אונז אליין
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן די מוסד; סיי דער מנהל ר' מרדכי און סיי די מנהלת מרת לעסער זאגן מיר אז דו ארבעסט זייער געטריי, און וואס זיי בעטן פאר די חדר און סקול - ווערט גלייך געטון.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון משמש זיין דעם רבי'ן, בפרט מיט די מוסד; וויפיל מיר מיינען מיר העלפן די מוסד - איז דאס אסאך מער פאר אונז אליין, דאס משמש זיין דעם רבי'ן איז די גרעסטע טובה פאר אונז, בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - גענוג לעקטער צו קענען מאכן הייצונג אין ישיבה קטנה
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דארף פון דיר א טובה. איך בין היינט געווען אין ישיבה אין שטעטל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיצן מיט די בחורים, איך האף צו קומען כאטשיג איינמאל א וואך זיצן מיט זיי במשך די טאג.


אבער די פלאץ האט נישט קיין הייצונג, די בחורים זיצן מיט מאנטלען, מיט סוועטערס, עס איז שטארק קאלט, יעצט איז שוין ווינטער אין שטעטל. מען זוכט א נדבן צו קענען אריינשטעלן הייצונג, און ביז דערווייל נוצט מען אייוועלעך, אבער די לעקטער האלט נישט, עס קראכט.


אפשר קענסטו קומען מאכן די לעקטער עס זאל נישט קראכן? מען זאל קענען איינשטעקן (היטער"ס) אייוועלעך.


שכוח, שכוח.

#76 - העלפן דעם רבי'ן מיט געטריישאפט
ריינקייט, משמש דעם רבי'ן, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב געהערט א גוטע גריס אויף דיר, דו רייניגסט יעדע וואך מוצאי שבת די שול, דו בלייבסט ווען אלע גייען אהיים צוזאמנעמען די שמוץ, די טישטוכער וכו'.


ווען מען העלפט דעם הייליגן רבי'ן, מען העלפט אין שול, ווער רעדט נאך אומגעבעטן – ווייזט דאס אויף די געטריישאפט וואס מען האט צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן זיין צוגעבינדן צום רבי'ן, סיי אונז און סיי אונזערע דורות, מיר זאלן קוקן אויפן שול ווי די אייגענע שטוב, און אזוי מיט יעדע זאך וואס האט מיט די מוסדות און מיט הפצה.


פרייטאג די וואך הויבן מיר אן מסכת בבא קמא, איך וויל דיר בעטן זאלסט זיין שטארק מיט די שיעור מער פון אלעס.





 


 





 

#75 - באצאל דיין גאנצע חוב פון שכר לימוד
שכר לימוד, שלום בית, משמש דעם רבי'ן, עצות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שכר לימוד קומט פאר אלעס, ווייל אז דיין קינד'ס מלמד באקומט נישט באצאלט - קען ער נישט זיצן מיט דיין קינד מיט ישוב הדעת; ווי אזוי קען ער לערנען אז עס גייט אריבער וואך נאך וואך און ער באקומט נישט זיין געהאלט?! (שוין אפאר וואכן וואס איך בין נישט מסוגל צו צאלן אונזערע איינגעשטעלטע), וואלטן די עלטערן געצאלט שכר לימוד - וואלט דאס נישט פאסירט.


איך בעט דיר זייער, באצאל דיין גאנצע חוב פון שכר לימוד, בארג געלט צו באצאלן דיין חוב; שכר לימוד איז נישט קיין וויץ, שכר לימוד איז קודש קדשים. אויך זאלסטו העלפן דעם אדמיניסטראטאר האברך רפאל נרו יאיר מיט וואס דו קענסט נאר, צו העלפן די מוסד, ווייל אויב חס ושלום עס וועט ווייטער גיין אזוי - האבן מיר גארנישט; אן די מוסד איז גארנישט דא, אונזער הצלחה איז די מוסד.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף לויפן צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק, זיי זענען אזוי צעבראכן, זיי ווילן חתונה האבן, און קיינער פארשטייט זיי נישט.


רעד שיין אין שטוב, געב גוטע ווערטער, און אז דו קענסט נישט רעדן, ביסט א טרוקענער, א פארמאכטער - זאלסטו דאס דערציילן דעם אייבערשטן, און בעטן פאר דעם, ביז דו וועסט קענען זיך עפענען און שיין רעדן אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - צולייגן א פלייצע צום חדר, סקול, און די ישיבה, מיט וואס מען דארף נאר
מוסדות, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, געלט

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


דער אדמיניסטראטאר, האברך רפאל נרו יאיר - וויינט צו מיר אז ער האט נישט קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע; אפשר קענסטו אריינגיין אין אפיס זען וואס מען קען טון.


געדענק, וואס מען טוט פאר די מוסד - דאס איז אן אייביגקייט, נאר תורה און תפילה בלייבט, דאס נעמט די נשמה מיט אויף יענע וועלט.


נאך א זאך, דער עתיד פון אונזער שטעטל איז די חדר און סקול; ווי שענער מען וועט דאס אוועקשטעלן, אז די מלמדים און טיטשערס זאלן האבן קאפ און מח פאר די קינדער - דאס איז אונזער עתיד, אלעס אנדערש איז זייער שיין און זייער וואויל, אבער די מוסד; די חדר, בית פיגא און די נייע ישיבה - דאס איז אויף וואס מיר דארפן זיך פארלייגן.


געב איבער פאר יעדן איינעם אין שטעטל, ווער עס לייגט צו א פלייצע צום חדר און סקול מיט וואס מען דארף נאר, אז דער זכות און די שכר איז זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#73 - זיין דער 'גבאי צדקה', צוזאמנעמען צדקה אויפצוהאלטן אונזער שול
צדקה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


איך וויל דיר בעטן צו העלפן אונזער שול היכל הקודש אין ירושלים, מיטן זיין דער 'גבאי צדקה' צוזאמצונעמען צדקה אויפצוהאלטן אונזער שול. איך האב אויך געשריבן פאר האברך ...; ענק ביידע נעם איך אויף פאר די הייליגע אמט.


בזכות משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.





 


 





 

#72 - יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי די סקול
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי די סקול.


איך בעט פאר אייך איר זאלט טרעפן שנעל אייער שידוך.


כתיבה וחתימה טובה.

#71 - די תלמידות זעען ווי שיין און ערליך די לערערינס פירן זיך
לערערין, משמש דעם רבי'ן, טיכל, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי דעם רבי'ן, מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


די תלמידות קוקן אייך זייער ארויף, זיי נעמען אן יעדעס ווארט. אויך ווילן זיי אויך גיין נאך די חתונה מיט א טיכל, ווייל זיי זעען ווי שיין און ערליך די לערערינס פירן זיך; איר מאכט א קידוש השם.


כתיבה וחתימה טובה.

#70 - בלייב צוגעבינדן צום רבי'ן
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א', ערב יום הקדוש, ט' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גמר חתימה טובה, א זיס יאר פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בלייבן מקושר צום רבי'ן בזה ובבא.





 


 





 

#69 - אויסהערן און אויסרעדן צעבראכענע הערצער
משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן אזא רחמנות'דיגער רבי וואס האט רחמנות אויף אונז, ער ברענגט אונז כסדר צוריק צום אייבערשטן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש; בפרט אז דו מאכסט יעדן איינעם פרייליך, מיטן אויסהערן און אויסרעדן די צעבראכענע הערצער און זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען טון נאר גוטע זאכן, ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער און זיי שטארקן.


אין דעם זכות זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.


א גמר חתימה טובה.

#68 - די תלמידות זעען ווי שיין און ערליך די לערערינס פירן זיך
צניעות, משמש דעם רבי'ן, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי דעם רבי'ן, מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


די תלמידות קוקן אייך זייער ארויף, זיי נעמען אן יעדעס ווארט. אויך ווילן זיי אויך גיין נאך די חתונה מיט א טיכל, ווייל זיי זעען ווי שיין און ערליך די לערערינס פירן זיך; איר מאכט א קידוש השם.


כתיבה וחתימה טובה.

#67 - מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה
משמש דעם רבי'ן, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון זיין א טיטשער, פון מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה און ליב האבן די תורה.


שכוח פאר אלעס וואס איר טוט פאר בית פיגא און פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר די תלמוד תורה.


כתיבה וחתימה טובה.