בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9044 - געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה
כולל, קינדער, הכרת הטוב, נחת, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, און פאר די כולל, ובפרט פארן מקרב זיין מיינע קינדער אין כולל.


מיינע קינדער האבן מיר באוויזן די צעטלעך וואס די רבנים האבן זיי געגעבן ביים זיך פארהערן הלכות בשר בחלב, דאס איז פאר מיר אזא גרויסע שמחה; איך וויל דו זאלסט וויסן אז דאס איז מיר מיין גרעסטע זאך, און איך בין דיר זייער מכיר טובה, און איך בעט דיר דו זאלסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן ווען ער וועט חתונה האבן און גיין אין שטעטל, אים אריינשלעפן אין כולל, אים געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין, און עס זאל נישט ארויסגיין פון דיר קיין שום מכשול, דו זאלסט האבן א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, און נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט מיט דיין בני בית, אמן.

#9043 - די זכות פון לערנען מיט אנדערע, וועט דיר העלפן
כולל, לימוד התורה, הלכה, לערנען

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד האברך היקר לי מאוד הרב ... שליט"א


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זיך פארהערט ביי חשוב'ע רבנים אויף גאנץ בשר בחלב, און דו האסט גאר גוט געקענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין ווייטער לערנען הלכות תערובות, מליחה, טרפות, און גאנץ יורה דעה חלק א; ללמוד וללמד, ווייטער לערנען מיט אינגעלייט וואס דארפן א סעד לתמכו.


און א גרויסן יישר כח פארן מקרב זיין מיין זון הרב ... שליט"א, אים געבן טועם צו זיין פון די זיסקייט פון די הייליגע תורה, ובזכות לערנען מיט אנדערע זאלסטו מצליח זיין צו לערנען מיט אמת, און געדענקען, און צו אלע מדריגות פון לערנען לשמה.

#9042 - ערב שבת פון חצות דארף מען זיין אין שטוב
כולל, פרנסה, ראש ישיבה, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


עס איז נישט ריכטיג צו גיין אין די פרייטאג כולל וואס דיין טאטע מאכט, און צוליב דעם אהיים קומען ממש ביים זמן, דיין טאטע מאכט דאס פאר זיין געגנט אין קרית יואל, אבער אז דו דארפסט נאך פארן ביזן שטעטל – איז דאס נישט ריכטיג, און אז דיין טאטע וועט האבן צער אז דו קומסט נישט אין זיין כולל – זאלסטו אים ווייזן דעם בריוו, אז דער ראש ישיבה זאגט מען קען נישט אנקומען אהיים ערב שבת די לעצטע מינוט.


זארג נישט פאר פרנסה; דו פלעגסט באקומען אין די ערב שבת כולל הונדערט דאלער א וואך, יעצט ווען דו וועסט זיין אין שטוב אין צייט העלפן אנגרייטן דעם שבת – וועסטו באקומען אסאך מער געלט. די אלע אינגעלייט וואס ארבעטן פרייטאג און קומען אהיים די לעצטע מינוט; זיי מיינען אז זיי מאכן געלט, באמת מאכן זיי נישט קיין געלט, ווייל ערב שבת נאך חצות קען מען גארנישט פארדינען, נאר אין דמיון פארדינט מען; אזוי ווי קליינע קינדער וואס שפילן 'קויפן און פארקויפן', און אפילו מען פארדינט האט מען נישט קיין ברכה אין די געלט.


ערב שבת, פון חצות – איז דא נאר איין זאך צו טון: זיין אין שטוב אנגרייטן דעם שבת, און אז מ'קען זיך אביסל אראפלייגן און אביסל לערנען און אפווארטן דעם שבת.


וואויל איז דעם וואס ווארט אפ שבת, וועט ער האבן נחלה בלי מצרים (שבת קיח.).

#9041 - איין גליון קען ראטעווען און העלפן א מענטש
כולל, הפצה, גליון, חיזוק, ישיבות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


ווען איך האב גענומען דיין ענוועלאפ פון "פדיון נפש" האט מיך זייער געכאפט ביים הארץ ווי דו שרייבסט אז די יאר האסטו מפיץ געווען אין שטאט לעיקוואד הונדערט צוואנציג טויזנט גליונות, וואו! דאס איז א שיינע נומער, דאס איז א שיינע מתנה צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


די יאר זאלסטו ווייטער עוסק זיין אין פארפלייצן אלע שולן אין לעיקוואד מיט די גליונות; סיי אין אידיש, אין לשון הקודש און אויך אין ענגליש. אויך זאלסטו גיין אין כוללים, ווייל די כולל אינגעלייט דארפן גאר אסאך חיזוק. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", דארף מען מער חיזוק; די אלע אינגעלייט און אויך בחורים וואס לערנען אין ישיבה דארפן מער חיזוק ווי אינגעלייט און בחורים וואס ארבעטן; זאלסטו גיין אין די כוללים און ישיבות מיט די גליונות, מיט די קונטרסים, מחזק זיין די בני הנעורים זיי זאלן בלייבן ביים אייבערשטן, און בלייבן ביי די תורה.


די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כא.), אילפא און רבי יוחנן זענען ביידע געווען אין כולל און געלערנט תורה, אבער עס איז איבערגעגאנגען אויף זיי וואס איז אריבערגעגאנגען, זענען זיי ביידע ארויס פון כולל, אויפן וועג ארויס זענען זיי געזיצן אונטער א שוואכע וואנט, במקום סכנה, זענען צוויי מלאכים געקומען, זאגט איין מלאך פארן צווייטן: "לאמיר זיי הרג'ענען, ווייל זיי האבן אפגעלאזט דאס לערנען תורה", זאגט דער צווייטער מלאך: "ניין, טשעפע נישט, ווייל איינער פון זיי וועט נאך ווערן א גרויסער ראש ישיבה".


די גמרא פירט אויס, רבי יוחנן האט געהערט די שמועס, אבער אילפא האט דאס נישט געהערט, און רבי יוחנן איז צוריק אין ישיבה, אין כולל און געווארן דער גרויסער רבי יוחנן, עד כאן.


נו, וואס זעסטו פון די מעשה? מיט אביסעלע חיזוק ווערט מען א רבי יוחנן; שטעל זיך פאר ווען אילפא טרעפט אויך א מפיץ (מלאך), און זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך" – וואלט געווען נאך א ראש ישיבה, רבי אילפא, אבער 'רבי אילפא לא שמע', ער האט נישט געטראפן א גליון וואס זאל אים זאגן: "אחי, חזק ואחוז עצמך בכל כוחך", והבן למעשה.

#9040 - מיט'ן העלפן די מוסדות און קהלה, פארדינט מען נאר
צדקה, מוסדות, קהילה, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר אויף דעם וואס דו האסט מיר צוריק געשיקט די שטר הלוואה פון הונדערט טויזנט דאלער, אז דו ביסט מוחל די הלוואה, דו ווילסט נישט צוריק נעמען די געלט; דו זאגסט אז דו מאכסט א קל וחומר, מה דאך נאר ביים בארגן געלט צו בויען די מוסד און די קהילה – האסטו געזען אזעלכע אפענע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, איז דאך זיכער אז ביים געבן די סכום – וועסטו נאר פארדינען.


טאקע אזוי, דו וועסט נאר פארדינען. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנ): "ביי וועם איך נעם געב איך"; דו וועסט זיכער זען ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר און מיט דיין משפחה.

#9039 - זייער נישט ריכטיג געווען צו ברענגען ביכער אין שול
מוסר, דאווענען, יום כיפור, שול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


זאגסט מיר שטענדיג איך זאל דיר זאגן מוסר, איך זאל דיך אויסבעסערן וכו'; איך וויל דיר זאגן, עס האט מיר זייער פארדראסן צו זען ווי דו האסט געברענגט ביכער אין שול צו האבן וואס צו טון א גאנץ יום הקדוש; איך האב עס נישט געקענט גלייבן, אז מען קומט לכתחילה צוגעגרייט נישט אויסצוהערן און מיט דאווענען, נאר זיצן מיטן טלית און קיטל נאר לפנים, עס זאל אויסזען ווי מען איז א וואוילער וואס זיצט אין שול, און אונטערן טלית ליינען ביכער השם ירחם, און פארדעם וואלסטו נישט געדארפט איבערלאזן דיין ווייב און קומען צו מיר, דאס איז נישט ריכטיג.


מילא מען פארקוקט זיך אין א ספר, מילא מען פארקוקט זיך אין בריוו פון מוהרא"ש, אשר בנחל – איז אויך יום הקדוש, און מען דארף דאווענען און אויסהערן דאס דאווענען; אבער ברענגען לכתחילה ביכער און נאך זיין א (מזכה) את השכנים, געבן פאר בחורים און אינגעלייט צו ליינען – דאס איז נישט ריכטיג.


מער פון דעם האב איך דיר נישט וואס צו זאגן.

#9038 - די שוועריקייטן אין אנהויב, דאס העלפן דעם מענטש
מוהרא"ש, לשון הרע, מניעות, צדיק, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו גייסט זייער שטארק מצליח זיין ביים הייליגן רבי'ן, לויט דאס וואס גייט אריבער, און יעצט האט מען זיך פריש גענומען אויף דיר וכו'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפה), ווי מער מען גייט אריבער שוועריקייטן ביים קומען צום צדיק – אלץ מער איז מען זוכה מקבל צו זיין, ווייל די מניעות ורדיפות מאכט א כלי לקבל הרבה קדושה וטהרה.


אזא שאד אז עלטערן הערן די לשון הרע וואס מען רעדט אויף ברסלב'ע חסידים, און זיי זענען דאס מקבל, און דאס איז גורם אז זיי זאלן האבן אזופיל צער און ווייטאג; וואלטן די עלטערן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ, וואס פאר א יראת שמים און אמונה דער רבי געבט אונז – וואלטן זיי געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז זיי האבן א קינד וואס איז נתקרב געווארן צום צדיק אמת, און איז זוכה צו באקומען פון צדיק חיזוק און עצות ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "אויף מיר קריגט קיינער נישט, מען קריגט אויף איינעם וואס מען האט אויסגעטראכט אויף אים לשון הרע וכו', און אויף אים קריג איך אויך, אבער אויף מיר קריגט קיינער נישט".


שטארק זיך און דערהאלט זיך, עס וועט אריבערגיין, אויך אויף מוהרנ"ת איז דאס אריבערגעגאנגען; זיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער האבן אים גע'רודפ'ט פארן ווערן א ברסלב'ער, אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז דאס אריבער, אלע גייען דאס אריבער, אבער ביים סוף זענען טאטע מאמע מודה אז דיקא די ברסלב'ע קינדער פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ, מיט כיבוד הורים וכו'.

#9037 - טאטע, נעם מיך ארויס פון בלאטע
יאוש, תפילה, חיזוק, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן שב): "דֶער עִיקָר אִיז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", ווען מען שפירט זיך אז מען איז נישט באליבט וכו', דעמאלט זאל מען שרייען צום אייבערשטן, אזוי ווי יונה הנביא ווען ער איז געווען אין בטן שאול, האט ער פון דארט געשריגן צום אייבערשטן (יונה ב, ג); אזוי דארפן מיר טון, נישט אפלאזן דאס וועלן זיין גוט, נישט אויפגעבן, נאר פון וואו מען געפינט זיך, אפילו טיף אין בלאטע – זאל מען פון דארט שרייען: "טאטע, נעם מיך ארויס פון בלאטע".


דער הייליגער רבי האט געמאכט א כרוז דעם לעצטן שבת נחמו, דער רבי האט געזאגט הויך אויפן קול: "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאן" (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח); און מען הערט נאכאלץ דעם קול פון רבי'ן, דער קול ווערט נאר שטערקער, אז אפילו מען איז אראפגעפאלן וכו' זאל מען נישט אויפגעבן, נאר ווייטער וועלן און זיך בענקען צו זיין גוט, און ארויסזאגן די גוטע רצונות פארן אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער האט א גרויסע נחת רוח צו הערן די קול פון די געפאלענע און פארבלאנזשעטע, ווי זיי בענקען זיך צוריק צו קומען, והבן למעשה.

#9036 - נאר דורך לערנען תורה קען מען זיך דערווארעמען
תודה והודאה, משניות, הצלחה, התבודדות, שיעור הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך בין שוין צוריק געקומען קיין וויליאמסבורג נאכן נישט זיין פון אנהייב זומער, איך האף צוריק צו באנייען די שיעור הלכה פאר אברכים יעדע נאכט אין ישיבה, איך האף דו וועסט קומען מיטהאלטן די שיעור, עס קומט א לאנגע קאלטע ווינטער, די יאר איז נאך לענגער, עס איז אן עיבור יאר, און נאר דורך לערנען תורה קען מען זיך דערווארעמען און זיך דערהאלטן.


הייב אן דיין טאג מיט התבודדות, גיי א שפאציר און בעיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, דאס וועט דיר עפענען דיין מח און הארץ, דו וועסט שפירן גדלות המוחין; דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן מאכט אויף די מח, עס ווערט ברייט, מען גייט ארויס פון די קטנות הדעת, און אזוי איז מען מצליח סיי ברוחניות, אין עבודת השם יתברך, און סיי בגשמיות, מען איז מצליח אין געשעפט, אין ביזנעס.


אויך זאלסטו טראגן מיט דיר א קליינע משניות, און ווען דו האסט צייט – זאלסטו ארויסכאפן נאך א פרק משניות, און נאך א פרק משניות.

#9035 - די מוטשע אויף פרנסה
אמונה, פרנסה, תפילה, התבודדות, ברייט פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דאס וואס מענטשן מוטשען זיך אויף פרנסה, דאס איז נאר אז מען זאל דארפן צוקומען צום אייבערשטן און אים בעטן יעדן טאג.


די הייליגע חכמים זאגן (יומא עו.), רבי שמעון בן יוחאי זאגט, פארוואס האט אויסגעפעלט עס זאל פאלן יעדן טאג פון הימל די מן, פארוואס האט עס נישט געקענט קומען איין מאל פאר א גאנצע יאר? "כְּדֵי שֶׁיְּכַוְּנוּ אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶן שֶׁבַּשָׁמַיִם", אז אידישע קינדער זאלן בעטן דעם אייבערשטן; א משל צו א קעניג וואס פלעגט געבן פאר זיין קינד איין מאל א יאר געלט פאר די גאנצע יאר, "וְלֹא הָיָה מַקְבִּיל פְּנֵי אָבִיו אֶלָא פַּעַם אַחַת בַּשָּׁנָה", און א גאנץ יאר האט זיך דער קינד נישט באוויזן צום טאטן, האט דער קעניג געזאגט, 'מהיום, פון היינט וועסטו יעדן טאג דארפן קומען נעמען די פרנסה פארן טאג; אזוי אויך איז יעדער איד אין מדבר אויפגעשטאנען יעדן טאג אינדערפרי און געבעטן: "יהי רצון, עס זאל זיין די ווילן פון דיר אייבערשטער אז מיינע קינדער זאלן האבן עסן, זיי זאלן נישט שטארבן פון הונגער", און אזוי איז היינט, דאס וואס מען דארף יעדן טאג זוכן פרנסה, ווייל דער אייבערשטער ווארט צו הערן ווי דער מענטש בעט אים.


שטארק זיך, ווער נישט צעדרוקט, ווער נישט צעקוועטשט, ווארט מיט געדולד און בעט מיט רחמנות דו זאלסט האבן שפע, און געוואוין זיך צו צו שטענדיג בענטשן ברכת המזון אינעווייניג אין א בענטשער אדער א סידור; דאס איז א סגולה פאר פרנסה בשפע, אזוי ווי עס שטייט (משלי י, כב): "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר", דאס איז ברכת המזון; אז מען בענטשט ווארט ביי ווארט מיט כוונה און מיט שמחה – ווערט מען רייך.

#9034 - פרייליכע שבת סעודות
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, זמירות שבת, שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב זיך זייער געפרייט דיך צו זען ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן, מיר וואוינען נישט ווייט און מיר זעען זיך נאר אין אומאן.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך מקבל זיין צו מאכן פרייליכע שבת סעודות אין שטוב, זיך קאנצענטרירן אז די סעודות זאלן זיין נאר פרייליך, נאר זינגען און אויסלויבן אלע קינדער, יעדן קינד אויסלויבן מיט זיינע מעלות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יז): "שבת דארף מען זיין נאר פרייליך", און אזוי שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת יתרו, פח; די שטיקל זוהר וואס מען זאגט ליל שבת ביי די סעודה): "הֲוֵי חָדֵי בְּכָל חַד וְחַד", די הייליגע תנאים, די חבריא קדישא פון רבי שמעון בר יוחאי האבן זיך זייער געפרייט שבת ביי די סעודות.


מען זעט קלאר ווי דאס איז נישט קיין גרינגע עבודה, דער סמ"ך מ"ם וכת דיליה קומען צו אלעמען ביי די שבת סעודות מיט טריקס אויפצורעגן, און עס זאל זיך טון צווישן די קינדער; דער קינד שטופט דעם קינד, און דער צווייטער רעגט זיך אויף און גיסט אים אן, ביז די עלטערן פארגעסן, און פארלירן זיך, און די טיש ווערט א שטיק ווייטאג און כעס השם ישמרינו; זאלסטו זיך מקבל זיין און זיך קאנצענטרירן אז די צייט פון די סעודות איז רואיג און פרייליך, און מאכן א פרייליכע אטמאספער וכו'.

#9033 - ביסט נישט קיין פארפאלענער
אמונה, תשובה, פרנסה, סדר היום, ייאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך זייער, לאז זיך נישט פונעם יצר הרע וואס ברענגט דיר שלעכטע מחשבות אז דו ביסט א פארפאלענער וכו'; הער אים נישט אויס, גלייב דעם הייליגן רבי'ן וואס זאגט אז דו ביסט יא ווערד; ווייל אפילו אויב מען האט געזינדיגט, אויב טוט מען תשובה – ווערט מען צוריק באליבט ביים אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב תהלים, יח): "כל העושה תשובה מעבירה שבידו", ווער עס טוט תשובה אויף די עבירות וואס ער האט געטון, "הקדוש ברוך הוא מוסיף לו כבוד", געבט אים דער אייבערשטער מער כבוד, "וקורא לו שם חביב", און ער רופט אים מיט באליבטע ווערטער, "בא וראה בבני קרח", אזוי ווי מען זעט ביי די קינדער פון קרח, "שעד שלא עשו תשובה לא נקראו חביבים, ומשעשו תשובה נקראו חביבים", נאכן תשובה טון רופט זיי דער אייבערשטער אן 'חביבים' און 'ידידים'.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אז דו קענסט מקלקל זיין – "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", זאלסטו גלייבן און וויסן אז דו קענסט אלעס פאררעכטן; דאס הייסט, מען האט אמונה שלמה, א גאנצע אמונה, מען גלייבט אז מען קען אויך מתקן זיין.


גיי נישט ליידיג, אדער טו עפעס ארבעט, אדער קאר סערוויס; אויך זאלסטו נאכמיטאג גיין הפצה, אז דו זאלסט קענען אהיים ברענגען פרנסה און ארויסגיין פון דיינע חובות. אויך איז וויכטיג צו האבן א סדר היום ווען מען שטייט אויף, ווען מען דאווענט, וואס איז נאכן דאווענען, און ווען אהיים צו גיין.

#9032 - ארבעטן פאר'ן רבי'ן, אן באקומען אנערקענונג
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך פארשטיי דיינע געפילן וכו', ווען דו מיט דיין ווייב זעען ווי קיינער איז נישט מכיר טובה אויף וואס ענק טוען, ענק הערן נישט קיין איין גוט ווארט וכו', און דאס האט צוגעברענגט אז דו זאלסט ווערן אויסגעברענט וכו'; דאך בעט איך דיר זייער, לכבוד די נייע יאר און לכבוד די גוטע נייעס וואס איז דא ביי ענק – זאלן ענק יא צוריק אנהייבן העלפן מיטן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, און אז ענק באקומען נישט קיין גוטע ווערטער מיט מתנות – זאלן ענק זיך אליין מחזק זיין איינער דעם צווייטן, און זיך דערמאנען: 'ווי האט מיך דער רבי געפונען? ווי האב איך אויסגעזען אנעם רבי'ן? און צו וואו האט מיך דער רבי געברענגט, און וואס נאך ווארט אונז וכו'?


ווער האט געגעבן פאר מוהרא"ש גוטע ווערטער פארן מאכן אזא מהפכה אין די וועלט פארן דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים אז מיר זאלן האבן אזא ליכטיגקייט? קיינער; קיינער האט נישט געגעבן גוטע ווערטער, מען האט נאר געשפעט וכו', און מוהרא"ש האט נישט געקוקט אויף דעם, מוהרא"ש האט ווייטער משמש געווען דעם הייליגן רבי'ן מיט אזא נאמנות און מיט אזא מסירות הגוף והנפש; מיר דארפן גיין אין די וועגן, מיר דארפן האבן הכרת הטוב פארן רבי'ן ותלמידיו הקדושים, טון ווייטער פאר הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות, חיזוק פאר אלעמען – אן ערווארטן...

#9031 - הערט אויף מיט די פרומע שלעכטע וועג
שלום בית, משפחה, דאווענען, מרה שחורה, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכע בריוו.


זייט מוחל וואס איך וועל אייך זאגן, איך האב גרויס רחמנות אויף אייך, דער שטן האט אייך גוט פארנארט, איר מיינט אז איר זענט די פרומע און אייער מאן איז פארקערט, אויסדריקליך ניין, אייער מאן איז טייער און גוט, און איר זענט אין א מרה שחורה, ווייל אז איר עסט זיך אויף טאג און נאכט אויף אייער מאן'ס רוחניות – זענט איר א גרויס רחמנות.


וואס גייט אייך אן ווען אייער מאן שטייט אויף? וואס זענט איר אזוי צעקאכט אז יום טוב בלייבט ער שלאפן ביז שפעט? וואס האט דאס מיט אייך? דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס האלט אויס די משפחה, איר האט א מאן א גוטער; וואס האט זיין רוחניות מיט אייך?


עס קען גאר זיין אז איר זעט די גורם אז ער גייט נישט דאווענען, ווייל אזוי ארבעט עס, ווען מען שפירט אראפגעקוקט און ווען מען שפירט ווי מען ווערט נאכגעקוקט און שפיאנירט – וויל מען מער גארנישט.


איך בעט אייך זייער, לאזט אפ, הערט אויף מיט די פרומע שלעכטע וועג, זייט אן אשה כשרה וואס זארגט פארן מאן'ס גשמיות, ער זאל האבן עסן, קליידער און אלעס וכו' וכו'.


איך האב רחמנות אויף אייערע קינדער, ווייל זיי שפירן וואס טוט זיך באהאלטן ביי אייך אין הארץ, זיי זעען ווי עס קאכט און באבלט עפעס פון אייער מאן, זייער טאטע, און קינדער ווערן צעמישט און דערשראקן.


טוט תשובה, און ארבעטס אויף אייערע מידות, און אז אייער מאן שטייט אויף שפעט – זאלט איר אים געבן מער גוטס ווי סתם אזוי וכו' וכו'.

#9030 - הייב אן די יאר מיט לערנען חומש רש"י מיט תרגום
פרנסה, מוהרא"ש, חומש רש"י, מעביר סדרה, שנים מקרא ואחד תרגום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


הייב אן די יאר מיט לערנען חומש רש"י יעדן טאג פון די וואך, ווארט נישט אויף ענדע וואך, ווארט נישט אויף שבת, הייב אן פון אנהייב וואך, מאך זיך א קביעות - זאל זיין וואס זאל זיין – יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י מיט תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, ביז סוף וואך וועסטו האבן געלערנט די גאנצע פרשה; דאס וועט דיר ברענגען אסאך גוטס, סיי בגשמיות; דו וועסט האבן פרנסה, וועסט האבן אריכות ימים, שלוות הנפש, און אויך ברוחניות וועט דיר עס העלפן, דו וועסט האבן כח עומד צו זיין אין די שווערע ברענעדיגע נסיונות, השם ישמרינו.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט אונז מחזק זיין צו מעביר סדרה זיין שוין פון אנהייב וואך, פלעגט ער שטענדיג דערמאנען די ווערטער פונעם הייליגן אריז"ל זכותו יגן עלינו, וואס זאגט אז מען זאל טון די מצוה ערב שבת, אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן, א מענטש דארף לעבן מיטן מציאות, זיך נישט לאזן נארן; אז מען זעט עס גייען אריבער די טעג, וואכן און יארן און מען עפנט נישט אויף קיין חומש – דארף מען אוודאי טון וואס שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג), "מיום ראשון", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און אזוי האט זיך דער הייליגער גר"א געפירט (עיין משנה ברורה שם, סעיף קטן ח).


וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.

#9029 - וועק זיך אויף, באניי דיין התקרבות לרבינו
משניות, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לימוד התורה, מאך זיך א שיעור צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר אויסוואשן דיין נפש, רוח ונשמה, דו וועסט ווערן ריין און ציכטיג. מוהרא"ש זאגט, אזוי ווי ווען מען וואשט געשיר איז דא סטיל וואל וואס נעמט אראפ אלע הארטע איינגעגעסענע שמוץ וואס קומט נישט אראפ, און מיט סטיל וואל קומען אלע שמוץ אראפ, אפילו די שטערקסטע שמוץ – אזוי איז מיט זאגן פרקים משניות, אפילו מען איז פארשמירט מיט שמוציגע עבירות, מען האט אלטע איינגעגעסענע הארטע שמוץ וואס זענען שוין אזוי לאנג אינעם מענטש, איז משניות די עצה, פרקים משניות מאכט ריין.


וועק זיך אויף, באניי זיך, באניי דיין התקרבות לרבינו; וואס איז היכל הקודש? סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) – איז היכל הקודש; דער וואס טראגט מיט זיך א קליינע משניות – דער איז היכל הקודש. איך בעט דיר זייער, באניי זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה וספרי רבינו, ועוד; עס קומט א לאנגע קאלטע ווינטער, און נאר מיט לערנען תורה קען מען זיך אנווארעמען; נאר מיט סדר דרך הלימוד, מיט זאגן משניות און תהלים.

#9028 - אנהויבן דעם טאג ווי עס דארף צו זיין
מקוה, שטעטל, לימוד התורה, התבודדות, כולל בוקר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס קומט א לאנגע קאלטע ווינטער, און נאר מיט לערנען תורה קען מען זיך אנווארעמען און זיך דערהאלטן; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך קובע זיין צו קומען אין "כולל בוקר" יעדן אינדערפרי. שטיי אויף פארטאגס פינף אזייגער, גיי אין מקוה און זיי זיך אביסל מתבודד, און נעם א חברותא צו לערנען גמרא אדער הלכה פון זעקס ביז זיבן, אדער לערן דיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, א דף גמרא, א יום תהלים, לקוטי מוהר"ן, און זיבן אזייגער זאלסטו דאווענען, אכט אזייגער עס פת שחרית, און נאכדעם זאלסטו גיין ברענגען פרנסה.


אחי היקר, די טאג וועט דיר זיין גאר אנדערש, דו וועסט זיין א גאנצן טאג באשיצט מיט א שמירה עליונה, ווייל ווען מען לערנט תורה ווערט מען באשיצט. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ד), דער וואס לערנט תורה דארף נישט קיין כלי זין זיך צו באשיצן, דער אייבערשטער אליין היט אים.


אויב דו דארפסט א חברותא לאז מיר וויסן, ווייל איך וויל אזוי שטארק אז די שטעטל זאל זיין א פלאץ פון תורה ויראה, איך וויל נישט דא זאל זיין אן עיר מקלט וואו מענטשן וואס זוכן צו אנטלויפן זאלן דא קומען, איך וויל אינגעלייט וואס לערנען און דאווענען.

#9027 - ווי אזוי האנדלט מען מיט טינעידזש קינדער?
תודה והודאה, חינוך הילדים, סבלנות, נחת, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האב ענק שוין אזויפיל מאל געזאגט אז ענקער קינד איז טייער און אזוי גייט ביי זייער אסאך קינדער, ווען מען קומט אין די יארן פון דרייצן פערצן – הייבט מען אן ווערן אנדערש ווי ביז אהער, און אז די עלטערן האבן שכל און סבלנות, זיי זוכן נאר דאס גוטס אין זיי, און זעען נאר גוטס – גייט אריבער די פאר יאר, און די קינדער בלייבן וואויל און ערליך.


איך האב דיר שוין געזאגט כמה פעמים, אז דו וועסט ליב האבן דיין קינד, דו וועסט האלטן פון דיין קינד – וועסטו זען וואונדער; ווי דאס קינד הייבט אן מער און מער צו שיינען און לייכטן, ווייל קינדער שפירן און ווייסן פינקטליך וואס טאטע מאמע האלטן פון זיי און טראכטן פון זיי, און אפילו דו וועסט זיין טויזנט מייל ווייט פון דיין קינד, וועט דיין קינד דאס שפירן, און אדרבה, פרוביר דאס אויס, וועסטו זיך אליינס איבערצייגן; הייב אן תשובה טון, הייב אן קוקן גוט אויף דיינע קינדער, און אז זיי זאגן אז זיי ווילן זיין מער קיל, מער אפע"ן מיינדע"ט – זאלסטו שמייכלען און זיי ווייטער ליב האבן, און געדענק דיינע קינדער יארן, און געדענק אז דאס זענען טי"ן עידזשער"ס; מאך נישט קיין עסק פון דעם, מאך אן עסק פון תודה והודאה, אז די קינדער זענען געזונט, און אז זיי ווערן מחונך אין ערליכע בתי חינוך.


אהובי אחי, מאך נישט קיין טעותים, מאך נישט שלעכט, שטופ נישט אוועק מיט די אייגענע הענט דיינע ליבע קינדער, קוק נאר גוט, רעד נאר קאמפלימענטס – וועסטו האבן ערליכע אידישע נחת.


איינמאל א טאג זאלסטו זיך באהאלטן אדער אין פעלד, אדער אין דיין קאר, פאָר ערגעץ אין א שטילע גאס, און בעט פאר די קינדער זיי זאלן אלע זיין פרומע ערליכע אידן וואס היטן תורה ומצוות, און אין שטוב זאלסטו נאר טאנצן און זינגען.

#9026 - האלט זיך ביים הייליגן רבי'ן, וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד
משמש דעם רבי'ן, שמירה, קהילה, צדיק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


דאס העלפן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן – דאס היט אפ דעם מענטש פון די קליפות ומזיקים, איך האף דו וועסט מער און מער העלפן אין די קהילה, דאס וועט דיך באשיצן פון די קליפות ומשחיתים וואס ווילן דיך פארציקן; ווייל כל זמן דו וועסט זיך אנהאלטן ביים רבי'ן – וועסטו נישט פאלן, דו וועסט האבן א שמירה עליונה; ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרה), אפילו מען איז נישט ערליך זאל מען זיך האלטן ביים צדיק, און דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, יג): "וְאַל תְּהִי רָשָׁע בִּפְנֵי עַצְמְךָ", אז אפילו מען איז חס ושלום א רשע, זאל מען נישט זיין 'בִּפְנֵי עַצְמְךָ', פאר זיך אליין, "רַק יִשְׁתַּדֵּל לְהִתְקָרֵב לְהַצַּדִּיק", מען זאל זיך האלטן ביים צדיק, "כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה לוֹ אֵיזֶה אַחֲרִית וְתִקְוָה עַל כָּל פָּנִים", עיין שם, אז מען זאל ביים סוף האבן א תיקון.


האלט זיך ביים הייליגן רבי'ן, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער ערליכער איד, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "איך האב מענטשן וואס איך ווייס נישט אויב די שאול תחתית וואלט זיי גענוג געווען, אויב מען וואלט געקענט גראבן טיפער, מער טיפער פון שאול תחתית – וואלט דאס געווען די פלאץ וואו זיי זענען געווען, "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ", און דורך מיר זענען זיי מקורב געווארן וכו', עס שטייט נישט ווייטער די אויספיר פון די שיחה, מען האט ארויסגענומען געוויסע שיחות צוליב די מחלוקת וכו', קוק אין די השמטות די אויספיר: "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", און דורך מיר זענען זיי געווארן נאנט צום אייבערשטן, "בְּהִתְקָרְבוּת כָּזֶה שֶׁאֵין לָהֶם לְהִתְבַּיֵּשׁ מִצַּדִּיקִים גְּדוֹלִים", מיט אזא נאנטקייט צום אייבערשטן וואס זיי האבן זיך נישט צו שעמען פון גרויסע צדיקים, עיין שם.


הערסט ווערטער, פחד פחדים, צו וואס דער הייליגער רבי וועט אונז ברענגען, צו ווערן אזוי נאנט צום אייבערשטן; אבער נאר דערהאלט זיך און פארבינד זיך, פארקניפ זיך צום רבי'ן, פאלג די עצות.

#9025 - וואויל איז דעם מענטש וואס דערהאלט זיך ביים צדיק
שמחה, היכל הקודש, מוהרא"ש, מנין, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, פלארידא


איך האב דיר שוין געשריבן פאר יום טוב, דאך וויל איך דיר נאך שרייבן אנצוהאלטן אונזער קשר.


מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז אפילו מען זאל אויפווייזן דעם מענטש קלאר, שווארץ אויף ווייס, אז ער איז שוין א פארפאלענער וכו' – דארף דער מענטש זיין אייזן שטארק און זאגן: "איך וועל קיינמאל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן", און אפילו מען וועט אים ברענגען פון הימל ראיות אז מען דארף אים נישט – זאל ער זיין פעלזן פעסט און זאגן: "איך גיי נישט אוועקגיין פון רבי'ן", אזוי ווי מוהרנ"ת האט געזאגט: "אפילו מען וועט מיך שלאגן מיט א דיקע האלץ (דראנג) וועל איך נישט אפלאזן דעם רבי'ן".


וואויל איז דעם מענטש וואס דערהאלט זיך ביים צדיק, ואשר יש להם כח לעמוד בהיכל הקודש קודש הקדשים, שהם הצדיקים הגנוזים שבדור הזה (ספר ארך אפים, פרק ה), און געדענקט וואס מען האט באקומען, און צו וואס מען קען נאך זוכה זיין צו באקומען, און פירט זיך מיט די זיסע עצות פון לערנען שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה, ולהתבודד, ולשמוח מיט יעדע גוטע זאך, און גייט אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין מיט שמחה, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.

#9024 - די ווייסע קאפל פון הרב הקדוש מריבניץ זי"ע
אמונה, הפצה, צדיקים, יראת שמים, ריבניץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


א יישר כח פארן מיר ברענגען אויף יום הקדוש די ווייסע קאפל פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו.


אנטון די בגדים פון צדיקים איז זייער חשוב, אבער דער עיקר דארפן מיר טון וואס די צדיקים האבן געטון, די צדיקים האבן זייער לעבן אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


דער הייליגער צדיק פון ריבניץ זכותו יגן עלינו האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אונטער די קאמעניסטן ימח שמם, אז אידן זאלן האבן מקוואות, אידן זאלן האבן כשר'ע פלייש, און בעיקר מל'ען אידן, און היינט ווען מיר זענען אין גלות אמעריקע, ווען מען לאזט האלטן אידישקייט אפן אבער בצנעה לאזט מען נישט זיין א איד, בצנעה האט מען ביטערע שווערע נסיונות בקדושה, דארפן מיר טון וואס די צדיקים האבן געטון, מיר דארפן מגלה זיין ומפרסם זיין דעם נחל נובע מקור חכמה, די זיסע וואסער, די עצות פון רבי'ן וואס איז מחי' נשמות ישראל, אריינבלאזן א חיות לנשמה זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


נעם זיך אונטער לכבוד די נייע יאר צו גיין אין דיין שטאט לעיקוואד הפצה, און ביי די גלילות וואס זענען פול מיט משפחות וואס דארפן אסאך אסאך חיזוק, משפחות וואס אנטלויפן פון לחץ זה הדחק... זיי דארפן אסאך חיזוק צו בלייבן מיט יראת שמים און מיט אמונה אינעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק זיין גאנץ לעבן צו פארשפרייטן די אמונה איז אידן זאלן קענען זיין אידן אויך בצנעה.

#9023 - פון הימל האט מען דיר אהינגעשיקט צו מאכן הפצה
הפצה, צדקה, פרנסה, מוהרא"ש, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, לינדען ניו דזשערזי


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה – פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און אז מן השמים ביסטו אנגעקומען אין די נייע אידישע ערליכע ישוב אין לינדען – דארפסטו זארגן אז אין אלע שולן זאל מען זיך קענען מחי' זיין מיט די גליונות, עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן.


אויך זאלסטו גיין ביי די שטיבער געבן די קונטרסים און ספרים, מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, מבשרי אחזה אלוק, געב א קוק אויף זיך, מה דאך מיט אזויפיל חיזוק וואס מיר האבן פון רבי'ן זענען מיר נאך אזוי צעבראכן, מען דארף זיך דראפען אויף גראדע ווענט צו אנגיין מיט דאס ביסל עבודת ה', איז וואס איז ביי אנדערע וואס האבן נאכנישט זוכה געווען טועם צו זיין פון הייליגן רבי'ן, זיי ווארטן אזוי שטארק אויף אביסל חיזוק, און ווען מען קומט צו זייערע טירן מיט חיזוק פון רבי'ן – ווערט זיי ליכטיג און זיי געבן צדקה מיט א ברייטע הארץ, און אזוי וועסטו ארויסגיין פון דיינע גרויסע חובות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק א, סימן לג): "בִּזְכוּת הַצַּדִּיק תַּלְמִידָיו מִתְפַּרְנְסִים", בזכות פון צדיק האבן די תלמידים פרנסה; מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דורך מפיץ זיין דעם צדיק'ס תורות, דעם צדיק'ס חיזוק – קומט שפע; דארפסט זיך דאס אליינ'ס איבערצייגן, דו וועסט אליינס ארויסגיין פון התפעלות; איינער וועט דיר געבן הונדערט דאלער, א צווייטער וועט דיר געבן דריי הונדערט זעכציג; דו וועסט אהיים ברענגען שפע.


רק שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיך נישט פארלאזן.

#9022 - בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות
צדקה, הכרת הטוב, ספר תורה, שול, גבאים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איינער האט מיר דערציילט אז דו ביסט געווארן אנגעווייטאגט וכו', און דו האסט מחליט געווען מער נישט צו שטיצן די שול מיט קויפן עליות און נעמען זכותים.


ליבער ברודער, איך וועל רעדן מיט די גבאים זיי זאלן דיך מפייס זיין, איך האלט אויך אז זיי האבן געמאכט א טעות, ווייל מען דארף זיך רעכענען מיט בעלי שמחות, זיי געבן עליות בעת שמחתם, בפרט די וואס העלפן א גאנץ יאר די שול מיט געבן געלט פאר די שול וכו'.


אבער איך וויל דא צוקומען צו עפעס מער טיפער, לו יצויר אז די גבאים וועלן ווייטער האלטן אז מען דארף קויפן עליות אפילו ווען מען מאכט א שמחה, און דו שפירסט ווי זיי גייען קאפ אין וואנט, דארף מען נאכאלץ העלפן די שול, ווייל די שול איז דעם רבינ'ס שול, און די נדרים ונדבות גייט נישט פאר די גבאים, דאס גייט פארן שול; מען דארף בלייבן ביים רבי'ן.


איך האלט אויך אז ווען איינער העלפט די שול דארף מען אים אוועק געבן די עליות, איך האב געמאכט א הכנסת ספר תורה, איך האב געזאגט פאר די גבאים, איך ברענג פארן שול א ספר תורה פון קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און מיין שווער שליט"א, מיין שוואגער דער סופר, מיט נאך משפחה קומען אויף שבת צו די הכנסת ספר תורה; איך וויל זיי מכבד זיין מיט עליות, איז ריכטיג מען זאל מיר אוועק געבן די עליות וכו'.


איך זע איין זאך, אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות מיט דעם און מיט יענעם, און מיט הכרת הטוב פאר אלע וואס טוען און העלפן.


איך בין דיר זייער מכיר טובה.

#9021 - א שיינע דירה
משניות, דירה, גן עדן, שנים מקרא ואחד תרגום, נאך א דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו קומסט אלץ פרעגן וועגן קויפן דירות וכו', און יעצט ווילסטו קומען אין שטעטל וואוינען און דו פרעגסט אויף אזא דירה אדער אזא דירה; איך פארשטיי נישט צו קיין דירות, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך אנגרייטן א שיינע דירה אויף יענע וועלט; מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, אויך א שיעור אין משניות – צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און דפים גמרא; מיט דעם וועסטו זיך בויען א שיינע דירה אין גן עדן, און ווען דו ווערסט פארטיג מיט איין דירה – זאלסטו אנהייבן בויען נאך א דירה און נאך א דירה, ענדיג נאך א מסכתא און נאך א מסכתא, אין זוהר שטייט (הקדמת התיקונים, דף יד ע"ב), יעדע מסכתא וואס מען לערנט – איז מען זוכה צו באקומען א גאנצע וועלט.


ליבער ברודער, נאר דאס איז תכלית, נאר תורה און תפילה. ביי אנשי שלומינו איז דא א תנועה מיט די ווערטער: "אט גייט מען זוכן א שיינע דירה, און אט פירט מען שוין צו די קבורה"; צו געדענקען פון עלמא דאתי, זיך היטן די זכרון, נישט אריינפאלן אין שכחה, מיתת הלב, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נד); געדענקען אריין צו כאפן נאך א פרק משניות, נאך א בלאט גמרא, נאך א תורה אין ליקוטי מוהר"ן.


וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן, ער קויפט און בויט נאך א דירה און נאך א דירה בעלמא דאתי לנצח נצחים.

#9020 - שטערן דאס בויען די קהלה
היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, מרה שחורה, קהילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז דו פארשטייסט וואס מיר האבן גערעדט ביי די הקפות און נאך די הקפות; דו – אז דו האסט א פראבלעם מיט צאלן שכר לימוד, דו האלסט אז איך בין דיר שולדיג געלט פון יארן צוריק וכו', און איך האלט אז נישט, און אז מען נעמט נישט דיינע קינדער מיט די באס – דאס איז דאך דיין עסק, נישט פון דעם האב איך גערעדט, נאר פון די וואס מישן זיך אין זאכן וואס האט נישט מיט זיי, די וואס קייען יעדנ'ס מעשיות און זענען פארנומען אויסצורעכענען לדעתם עוולות וואס איך טו...


די זענען נישט דיינע פריינד, די זענען מענטשן וואס האבן נישט קיין חיות אין לעבן, בעלי מרה שחורה, וואס זייער גאנצע חיות איז – ווי זיי קענען מיך בארעדן און מיר שטערן בויען די קהילה.


רעד זיך נישט איין אז דו האסט פריינד, אויב א פריינד האסטו איינער וואס האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך אז דו זאלסט האבן א לעבן, אז די לימודים וואס מיר האבן געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאל מען קענען אויספירן אויף למעשה, די קינדער זאלן אויפוואקסן מיטן רבי'ן, מיט היכל הקודש, לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), זיך מתבודד זיין, און זיי חתונה מאכן ריין, יונג, בקדושה ובטהרה, און די זיסע לימודים ווי אזוי צו האבן שלום בית וכו' וכו', דער איינער איז דיין פריינד, ווייל ער מיינט דיך אן נגיעות, אן באקומען עפעס פאר זיך, אויב עפעס איז עס על מנת לסקלו ולבזותו.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט די אמט וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו טון, איך האב זאכן וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט וואס איך וועל דיר נישט דערציילן וכו' וכו', און דאס וואס יעדע שטיק צייט קומט איינער און איז מביש ריח; אזוי מוז זיין, און אזוי וועט זיין; איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל האבן אין די קהילה מענטשן וואס ווילן דא זיין, (נישט מענטשן וואס האבן נישט א צווייטע פלאץ וד"ל), מענטשן וואס ווילן און האבן ליב דעם ראש ישיבה, נישט אונטערגראבערס.