שאלה אין קורצן ענין
#6 - זאל איך בלייבן אין א קאנטרי וואו ס'איז א צעלאזטע מצב?
חברים, שכנים, זומער, ליצנות, קאנטרי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג קיינמאל נישט פארן זומער אין קאנטרי, אבער דאס יאר האט מיך מיין ווייב זייער שטארק געבעטן אז זי וויל פארן צו א קאנטרי וואו אסאך פון אירע חבר'טעס גייען דארט אויף זומער, און מיר זענען טאקע אהינגעגאנגען אויף זומער.


עס איז א קאנטרי פון היימישע יונגעלייט פון שטאט, אבער ווען איך בין אנגעקומען אהער האב איך געזען אז די אטמאספער איז נישט צו היימיש, עס איז זייער א צעלאזטע און לויזע ווערטשאפט, און איך שפיר אז איך קען עס נישט נעמען, עס איז נישט גוט פאר מיר, איך וויל זייער צוריק פארן אבער איך ווייס נישט צי איך זאל עס טון ווייל עס וועט זייער וויי טון פאר מיין ווייב, זי וויל זיך אביסל אויסרוען פון די אנגעשטרענגטע ווערטשאפט פון א גאנץ יאר. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנטלויף פון א קאנטרי וואס איז נישטא קיין יראת שמים, ראטעווע דיין נשמה און דיינע דורות; די גרעסטע סכנה איז זיך דרייען אין א נישט ערליכע סביבה. דוד המלך הויבט אן די הייליגע תהילים: "אַשְׁרֵי הָאִישׁ", וואויל איז דעם מענטש וואס גייט נישט אין א פלאץ פון רשעים, "וּבְמוֹשַׁב לֵצִים לֹא יָשָׁב", און זיצט נישט מיט לצים; ווייל דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר יראת שמים, פאר ערליכע דורות - מען זאל האבן ערליכע חברים.


גיין אין קאנטרי קען זיין א גרויסע סכנה פארן מענטש און פאר זיינע דורות הבאים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ערליך - איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן - איז דאס א מושב לצים.


וויפיל טייערע אינגעלייט גייען צוגרונד אין קאנטרי, מען ווערט אפגעקילט פון יראת שמים. אויב איז נישט דא קיין רב אדער אן ערליכער איד וועמען מען הערט אויס און מען פאלגט - איז א סכנה אהין צו גיין, ענדערש בלייבן אין די ברענעדיגע היצן אין שטאט. אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס אן אמורא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא; ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'; ענדערש בלייבן אין שטאט ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישטא קיין יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און אונז ארויסנעמען פון די אייגענע גלות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט א שווערן שכן?
שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אן עצה פאר א פראבלעם וואס שטערט מיר זייער שטארק. איך האב געקויפט א דירה, און מיין שכן איז זייער א שווערער מענטש, ער געבט זיך נישט אפ מיט די האלוועי, ס'איז אלץ אנגעלייגט מיט שמוץ, און איך דארף עס כסדר אויפרוימען, אויך יעדע הוצאה וואס מ'דארף זיך צעטיילן גלייך אויף גלייך, דרייט ער זיך ארויס און אלעס פאלט אויף מיר, אויך מאכן זיינע קינדער כסדר קולות שפעט ביינאכט און די האלוועי און מ'קען נישט שלאפן.


כ'האב אים שוין געווארנט אז אויב ער וועט זיך נישט צושטעלן וועל איך אים רופן צו דין תורה, אבער ער מאכט זיך נישט וויסנדיג, ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב איז דאס א סכסוך פון געלט - זאלסטו גיין מיט אים צו א רב און דער רב וועט פסק'נען אזוי ווי די תורה זאגט.


אויף די אנדערע זאכן, די ווילדקייט פון די קינדער און די נישט צאמגענומענקייט וכו' וכו' - דאס איז א שווערע געשעפט; וואס קענסטו טון? און וואס קען דער שכן טון? וואס קענען עלטערן טון אז זייערע קינדער זענען מער לעבעדיג און מער צעפלויגן? האסט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן דאס געזונט דיין גאנץ לעבן, אדער קוקן אויף די גוטס פון זיי און זיי ליב האבן.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק; אז עס איז דא ליבשאפט צווישן די שכנים - פאלן אוועק כמעט אלע פראבלעמען, ווייל שכנים מוזן זיך ליב האבן, אז נישט איז נישט ווערד די גאנצע הויז; עס איז נישט ווערד גארנישט אין לעבן ווען מען וואוינט מיט שכנים וואס קריגן זיך. עס זענען דא גבירים וואס האבן זיך געבויט פאלאצן און זיי זענען נעבעך אין מרה שחורה און עצבות וועגן דעם שכן און יענעם שכן, ווען עס האט באמת גארנישט צו טון מיט די שכנים; עס איז דער מענטש אליינס וואס וויל נישט איינבייגן דעם קאפ און אנערקענען אז עס איז דא א באשעפער וואס ער איז אלעס, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און עס איז גארנישט דא אן אים.


טראג יעצט אריבער א שיינעם קעיק פאר דיינע שכנים און שרייב אפאר שיינע ווערטער: "לכבוד אונזערע בעסטע שכנים ...", וועסטו זען פלוצלונג אז עס וועט דיר מער נישט שטערן די גערודער און עס וועט דיר נישט שטערן די אנדערע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#4 - דארף איך עפעס טון ווען איך הער ווי דער שכן קריגט זיך אינדערהיים?
שלום בית, הפצה, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איינער האט מיר דערציילט אז זיינע פרישע שכנים, א שנה ראשונה פארפאלק, האט זיך ארויסגעצויגן אין זיין בנין, און יעדע נאכט הערט מען ארויס קולות וברקים פון דארט, מ'הערט זעצן און קלאפן, און מ'הערט די פרוי וויינען זייער שרעקעדיג ווי א קליין קינד. פון אינדרויסן זעען זיי ווי א נארמאלע פארפאלק, אבער ס'זעט אויס אז ס'טויג נישט דער מצב דארט.


יענער איז געגאנגען דאס דערציילן פאר'ן דיין פון דעם אינגערמאן, וואס איז געגאנגען רעדן צום דעם חתן מדריך פונעם אינגערמאן, אבער עס איז צוריק געקומען אז דער אינגערמאן זאגט אז אלעס איז פיין.


דארף מען נאך עפעס טון דערצו? אדער זאל מען עס לאזן לויפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי דארפסטו טון, וואס איז בכלל דיין שאלה?


נעם א זעקל ספרים און קונטרסים פון עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן און גיי דערמיט אין די הייזער ראטעווען אידישע קינדער; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הפצה איז און וואס מען ראטעוועט אלץ מיט הפצה, וויפיל אידישע שטובער גייען חרוב ונחרב פון דעם וואס אינגעלייט האבן נישט קיין שכל ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א ווייב, און מיט א קונטרס קען מען זיי פשוט אפראטעווען.


אז עס איז דיר אונטער געקומען צו הערן פון דער נאנט ווי אזוי עס זעט אויס שטילערהייט אין הייזער צווישן מאן און ווייב וכו', איז דאס ווייל פון הימל וויל מען דו זאלסט גיין "הפצה"; דו זאלסט גיין טיילן ספרים, קונטרסים און סידי'ס פון הייליגן רבי'ן, ראטעווען אידישע שטובער.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געשריבן וואונדערליכע ספרים אויף שלום בית וואס איז שוין דא היינט אויף אפאר שפראכן. אין לשון הקודש איז דא: "אוצר שלום בית", אין אידיש איז דא עטליכע שיינע ספרים: "מכבד זיין די ווייב"; "מכבד זיין דעם מאן"; "שלום אין שטוב"; "זיך גט'ן איז נישט די עצה"; אזוי אויך איז דא אין ענגליש עטליכע ספרים. זאלסטו נעמען די קונטרסים און גיין ביי די הייזער וועסטו ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער.


אויך זאלסטו נעמען דעם ספר אשר בנחל, די בריוון פון מוהרא"ש וואס איז מחזק און מעודד יעדן איינעם. ווי צעבראכן מען זאל נאר נישט זיין ווערט מען געשטארקט דורך די בריוון; אויך איז דא אין די בריוון א וועג ווי אזוי צו לעבן אין שטוב אן קיין חומרות און פרישות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אויף די וואס לערנען חומרות און פרישות פאר חתנים, אז זיי זענען עתיד ליתן את הדין, זיי זענען גורם מען זאל זיך קריגן אין שטוב און רוב גיטין קומען פון דעם וואס מען איז מדריך מיט פאלשע לימודים, זיי האבן א תאוה צו זאגן חומרות פאר א צווייטן וכו'; דער רבי זאגט אויף דעם זייער שארף (ספר המידות, אות הוראה, סימן ה): "מִי שֶׁמַּחְמִיר לַאֲחֵרִים וּמֵקֵל לְעַצְמוֹ", ווער עס לערנט פאר א צווייטן חומרות ווען ער אליינס איז ווייט פון דעם אלעם, "עַל-יְדֵי-זֶה אֵינוֹ זוֹכֶה לִרְאוֹת בִּיפִי הַמֶּלֶךְ", וועט ער נישט זוכה זיין צו זען ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, ח): "אַל תְּהֵא אוֹמֵר עַל מַה שֶׁלֹא שָׁמַעְתָּ, שָׁמָעְתִּי, וְלֹא תְהֵא אוֹסֵר לַאֲחֵרִים וּמַתִּיר לְעַצְמוֹ, אֶלָּא יִהְיוּ יוֹצְאִין מִפִּיךָ נֶאֱמָנִין כְּשֵׁם שֶׁיָּצְאוּ מִפִּי משֶׁה, וַאֲנִי מַרְאֶה לְךָ יֹפִי פָּנִים אֶל פָּנִים", עיין שם; וויפיל אינגעלייט פאלן נעבעך אראפ אין הארבע עבירות רחמנא לצלן נאר צוליב די פאלשע חתנים און כלה טיטשערס וואס זיי פארקויפן זייערע אייגענע פארקרומטע וועגן?! מען דארף זיך זייער היטן פון זיי.


אין זכות פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע וועלן מיר זוכה זיין אז משיח וועט אונז אויסלייזן פון גלות און אונז פירן קיין ארץ ישראל.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#3 - מיין שכן טוט זאכן וואס שטערן מיר, ווי אזוי געב איך זיך אן עצה מיט אים?
הלכה, שכנים, בית דין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שכן וואס האט לעצטנס געקויפט א הויז, וואס איז באהאפטן צו מיין הויז, און למעשה האט ער אנגעהויבן טוען אומלעגאלע זאכן וואס שטערן מיר זייער. ער האט ארויסגעבויעט אין פארנט מער ווי ערלויבט, אויך האט ער געלייגן פון הונטן אן עירקאנדישאן וואס בלאזט אריין די הייסע לופט צו די הויף הונטער מיין הויז.


מיין שאלה איז צו איך מעג אים עפעס זאגן דערוועגן, אדער זאל איך ענדערש פרובירן צו פארמיידן מחלוקת און אים גארנישט זאגן, כאטש וואס מיין ווייב איז זייער נישט צופרידן אז איך רוף זיך גארנישט אן וועגן דעם.


וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו האסט א טענה אויף דיין שכן, ווי למשל אז ער האט געלייגט זיין עירקאנדישן מאשין נעבן דיין שטוב וכו', זאלסטו גיין מיט אים צו א רב און דער רב זאל פסק'נען א דין תורה וואס די הלכה איז.


מענטשן האבן א טעות, מען קוקט אן דאס גיין צו א דין תורה ווי א מחלוקת; אבער דער אמת איז אז ווען מען גייט צו א רב הערן וואס די הלכה איז, איז דאס נישט קיין מחלוקת. מחלוקת איז ווען מען קריגט זיך איינער מיט'ן צווייטן און מען פסק'נט זיך אליינס שלא על פי תורה.


דעריבער אז דו האסט טענות אויף דיין שכן וכו', זאלסטו גיין צו דיין רב און עס דורכשמועסן מיט אים; עס קען גאר זיין אז דיינע טענות זענען בכלל נישט אויסגעהאלטן, אפשר לאזט אים די תורה לייגן דעם עירקאנדישן דארט וואו ער האט דאס געלייגט און דו עסט זיך אויף פאר גארנישט און פאר נישט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטע אויג, דו זאלסט האבן די גוטע מדה פון "עין טוב", אז עס זאל דיר נישט אנגיין ווען דיינע שכנים בויען ארויס בשעת עס שטערט דיר נישט וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ט): "צְאוּ וּרְאוּ אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם", וואס איז א גוטע מידה וואס דער מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט דעם? "רֶבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר, עַיִן טוֹבָה", רבי אליעזר זאגט א גוט אויג; שטענדיג קוקן גוט אויף יעדעם איינעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נד) אז משיח וועט אריין ברענגען די זאך פון קוקן גוט אויף א צווייטן, אזוי ווי עס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א טז, יב): "יְפֵה עֵינַיִם וְטוֹב רֹאִי", ער האט געהאט שיינע אויגן און א גוטע קוק; עס איז א שלעכטיקייט פון מענטשן וואס שטערן זייערע שכנים ארויסצובויען ווען עס נעמט גארנישט צו פון זיי.


א שאד זיך אויפצועסן און זיך פיינט האבן ווען מען קען לעבן בשלום על פי תורה.

#2 - זאל איך לאזן מיינע קינדער שפילן מיט שכנים וואס זענען נישט וואקסינירט?
רפואה, מחלוקת, וואקסינען, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א שכן וואס זיין ווייב איז פון די מענטשן וואס געבן נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער, און אונזערע קינדער שפילן געווענליך אינאיינעם, וואס דאס איז א טובה פאר ביידע. אבער יעצט ווען ס'איז פארשפרייט געווארן די מיזעלס מחלה ביים היימישן עולם, האב איך זייער מורא פון דעם. איך האב געהערט אז צוליב א שמחה האבן זיי געהאט געסט וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט מיזעלס, און איך האב א קליין קינד וואס קען נאכנישט ווערן וואקסינירט.


מיר זענען אין א דילעמע, מיר ווילן נישט מאכן קיין מחלוקת מיט די שכנים, אבער ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן ווערן אנגעשטעקט. וואס איז די ריכטיגע וועג צוצוגיין צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין מחלוקת מיט די שכנים; אז מען טוט וואס די תורה הייסט טון ווערט מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, מער פון דעם קען מען נישט טון און מען דארף נישט טון. די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן נישט פאר מלאכים, דעריבער אז דו פאלגסט די תורה און דו געבסט וואקסינען פאר דיינע קינדער, וועט דער אייבערשטער אפהיטן דיר מיט דיינע קינדער פון אלעם שלעכטס.


זיי צו לעבן בשלום מיט אלעמען - בפרט מיט שכנים; יעדע זאך פירט זיך מיט א פונקטליכער חשבון. דאס וואס מען וואוינט אין א דירה מיט שכנים דאס איז מיט א פונקטליכער חשבון פונעם אייבערשטן אז דיקא דער מענטש זאל וואוינען נעבן די און די מענטשן. דעריבער זאלסטו זייער אכטונג געבן צו לעבן בשלום מיט דיינע שכנים עס זאל נישט זיין קיין שום מחלוקת צווישן אייך.

#1 - וואס טוט מען ווען מען האלט אינאיין טשעפען אונזער קינד?
קינדער, חברים, מדות טובות, שכנים, טשעפען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר פאר אלע דרשות, עצות, און בריוו, עס האט ממש געטוישט מיין לעבן און עס ווערט נאר שענער און שענער.


מיר וואוינען אין א געגנט מיט נישט צופיל אידישע שכנים, איינער פון די שכנים האט א מיידל אין די זעלבע עלטער ווי אונזער, און די מיידלעך גייען אויך אין די זעלבע שולע. יענע מיידל מיט איר מאמע האבן זיך גענומען אויף מיין טאכטער'ס ביינער, די מאמע העצט אונטער איר טאכטער צו טשעפען אונזער טאכטער, זי נעמט צוזאם אנדערע מיידלעך פון געגנט און זיי מאכן חוזק פון איר טאג איין טאג אויס.


ווען מען פרעגט די עלטערן אויב אונזער טאכטער האט עפעס שלעכט געטון, האבן זיי גארנישט צו ענטפערן. מיר האבן אויך פרובירט צו רעדן מיט די פרוי וואס די שולע האט ספעציעל געשטעלט אויף די זאך פון טשעפען אבער עס איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן. מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, מיר זאלן קענען לעבן בשלום ובשלוה מיט יעדן.


איך האב פרובירט עטליכע מאל צו רעדן שיינערהייט מיט די עלטערן אז עס זאל זיך שוין אויפהערן, דערווייל האט עס אבער נאר געמאכט ערגער, אונז האלטן עס שוין מער נישט אויס.


קען אפשר דער ראש ישיבה אונז געבן אן עצה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מאכט זיך ליידער ביי אסאך - די סארט פראבלעם, ווען צווישן די קינדער איז דא איינער וואס גרויסט זיך אויף אנדערע, און מען נעמט א קינד פאר א ציל-ברעט, מען טשעפעט אים און מען פייניגט אים רחמנא לצלן.


ווען דיין טאכטער גייט אראפ זיך שפילן, שיק איר אראפ מיט נאש און מיט שפילצייג, געימס וכדומה, אזוי וועלן די קינדער זיך וועלן שפילן מיט איר. אויך זאלסטו רעדן מיט איינער אדער צוויי שכנים וואס האבן נישט ספעציעל עפעס קעגן דיר, זיי דערציילן אז מען טשעפעט דיין טאכטער, וועלן זיי מחנך זיין זייערע קינדער זיך צו שפילן מיט דיין טאכטער.


ועל כולם בעט דעם אייבערשטן פאר די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך. בעט דעם אייבערשטן מען זאל זיי נישט טשעפענען און זיי זאלן נישט טשעפענען אנדערע; תפילה איז שטערקער פון אלסדינג, תפילה איז שטערקער פון שכל, שטערקער פון טבע; מיט תפילה זעט מען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.