שאלה אין קורצן ענין
#2 - וועלכע ספרי חקירה האט דער רבי נישט געלאזט לערנען?
ספרים, חקירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים וואס זענען מיר מעורר און מחזק צו דינען דעם אייבערשטן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז מ'זאל נישט לערנען קיין ספרי חקירה, אויב ס'איז אויך אריינגערעכנט אין דעם די הקדמה פון רמב"ם אויף משניות, און דער ספר הכוזרי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז נישט געלאזט לערנען קיין חקירות; אפילו די ספרים וואס גדולי ישראל האבן מחבר געווען - האט דער רבי זייער געווארנט מיר זאלן דאס נישט לערנען ווייל זיי פרעגן קשיות אויף די אמונה, די קשיות זענען קשיות וואס מיר פארשטייען, אבער נאכדעם ווען זיי ענטפערן טיפע תירוצים - דאס איז שוין נישט גרינג צו פארשטיין און מען בלייבט מיט די קשיות אויפ'ן אייבערשטן; אויב מען האט נאר איין קשיא אויפ'ן אייבערשטן - איז דאס שוין זייער א גרויסער פגם פאר'ן מענטש.


דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו לערנען קיין ספרים פון חקירות. דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן לערנען ספר מורה נבוכים פונעם רמב"ם און אזוי אויך אלע פלעצער וואו עס גייט אריין אין חקירות זאל מען דאס איבער היפן, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


ספר הכוזרי איז נישט קיין ספר פון חקירות, דאס קען מען לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין שטארק מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.

#1 - איז מוהרא"ש זי"ע געווען קעגן דעם ספר מורה נבוכים?
אמונה, ספרים, חקירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב מוהרא"ש זי"ע איז געווען קעגן ספר מורה נבוכים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן נישט לערנען דעם ספר מורה נבוכים און אויך דער אנהייב פון ספר יד החזקה וואו דער רמב"ם רעדט באופן חקירות (חיי מוהר"ן, סימן תז); דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן דאס לערנען ווייל עס איז זייער טיפע סברות - עמוק עמוק מי ימצאנו, מען וועט נישט פארשטיין די תירוצים נאר בלייבן מיט די קשיות, עס קען זיין מען וועט ווערן אן אפיקורס און לייקענען אין אלעס רחמנא לצלן.


דאס איז נישט קיין ברסלב'ע זאך, נישט נאר דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט לערנען דעם ספר מורה נבוכים, אסאך צדיקים האבן זייער מזהיר געווען מען זאל נישט לערנען דעם ספר מורה נבוכים און אין אלע פלעצער וואו דער רמב"ם גייט באופן של חקירות, ווייל מיר האבן קליינע מוחות, מיר פארשטייען נישט אלעס, מיר וועלן בלייבן מיט די קשיות און אריינפאלן גרינגערהייט אין כפירות ואפיקורסות.


דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז מיר זאלן דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, מיר זאלן נישט נאכגיין אונזער שכל ווייל אויב מען גייט נאך דעם שכל קען מען פארקריכן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדריידט די וועלט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאכעגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִּפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן וואס דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ): די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א קעניג וואס איז געגאנגען מיט זיינע שרים פאנגען חיות, ער איז געווען אנגעטון ווי א פשוט'ער דארפסמאן, פלוצלונג האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע רעגן, אלע שרים זענען זיך צולאפן און זיי האבן איבערגעלאזט דעם קעניג אליין, דער קעניג איז געווען אין א גרויסער סכנה און ער האט געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך באשיצן, ביז ער האט געטראפן א הויז וואו עס האט געוואוינט א פשוט'ער דארפסמאן, דער דארפסמאן האט אריינגענומען דעם קעניג, ער האט אנגעטון דעם קעניג פרישע קליידער און אים געגעבן צו עסן אביסל גריז און אים געלייגט שלאפן נעבן דעם אויבן וכו'. דער קעניג איז געווען זייער מיד און פארמאטערט און ער האט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם בעט וואס דער דארפסמאן האט אים צוגעשטעלט, אז ממש ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט אזא געשמאק ווי ער האט דארט געהאט ביי דעם פשוט'ן דארפסמאן.


שפעטער ווען עס האט אויפגעהערט רעגענען זענען אלע שרי המלוכה געקומען זוכן דעם קעניג, ביז זיי האבן אים געטראפן שלאפן ביים דארפסמאן אין שטוב. ווען זיי האבן געוואלט אהיים נעמען דעם קעניג האט זיי דער קעניג געזאגט: "ווען עס האט גערעגנט האט איר נישט געקוקט אויף מיר, יעדער פון אייך איז געלאפן זוכן שוץ פאר זיך אליין און איך בין געבליבן אליין, נאר דער דארפסמאן האט מיר אריין גענומען צו זיך אין שטוב און מיך געראטעוועט, וועט ער מיר אהיים טראגן צום פאלאץ און ער וועט מיר אנטון מיין קרוין", האט דער רבי אויסגעפירט: "פאר משיח וועט קומען וועט זיין א מבול פון אפיקורסות; נישט א מבול פון וואסער און נישט א מבול פון פייער, נאר א מבול פון שלעכטע מחשבות, עס וועט אריין שפריצן אפילו אין די כשר'ע הערצער און מיט חכמות וועט מען זיך נישט קענען אן עצה געבן, נאר די פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים מיט תמימות ופשיטות, זיי וועלן זיך דערהאלטן און זיי וועלן אנטון דעם קרוין פאר משיח (פעולת הצדיק, סימן תתלד; עיין שיחות הר"ן סימן לה, רכ)", ער פירט אויס אין ויואל משה בזה הלשון: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ, שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.