שאלה אין קורצן ענין
#191 - מעג מען אויסרעדן נאך המפיל?
מנהגים, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח פאר אלע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט, און פאר אלע חיזוק וואס איר געבט מיר.


איך האב געוואלט פרעגן וואס די הלכה איז ביי המפיל. איך ווייס אז מ'טאר נישט אויסרעדן נאך המפיל, אבער אסאך מאל פארגעס איך און איך רעד אויס. איך ווייס אויך אז פונקט ווי מ'טאר נישט עסן אן א ברכה, טאר מען נישט שלאפן אן א ברכה, וואס טוט מען אבער ווען מ'פארגעסט און מ'רעדט אויס?


יישר כח.


בערעלע 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד בערעלע נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא אסאך שיטות ווען מען זאל זאגן המפיל; עס איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל עס זאגן נאכן ליינען קריאת שמע, גלייך בעפאר מען שלאפט איין, כדי עס זאל נישט זיין קיין הפסק צווישן די ברכה ביזן איינשלאפן. נאכדעם זענען דא וואס זאגן אז מען זאל קודם זאגן ברכת המפיל און נאכדעם ליינען קריאת שמע, און עס הייסט נישט קיין הפסק, ווייל די ברכה גייט ארויף אויפן שלאפן.


אין ברסלב פירט מען זיך צו זאגן קודם ברכת המפיל און נאכדעם ליינט מען קריאת שמע, ווייל אז מען שטופט עס אפ אויף שפעטער קען אויסקומען אז מען וועט פארגעסן צו מאכן די ברכה און מען וועט גיין שלאפן אן די ברכה, ממילא, כדי מען זאל נישט קומען צו דעם, זאגט מען המפיל פאר קריאת שמע.


דאס וואס דו פרעגסט, צי דו זאלסט זאגן ברכת המפיל ווען דו ליינסט קריאת שמע, ווייל דו האסט מורא אז דו וועסט אויסרעדן נאכדעם, און עס וועט זיין א ברכה לבטלה; אויף דעם ווערט געברענגט פון הייליגן דברי חיים, דער צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט געהערט ווי מענטשן האלטן זיך צוריק פון זאגן ברכת המפיל, ווייל זיי רעדן אויס וכו', האט ער געזאגט: ענדערש זאל מען זאגן ברכת המפיל יעדע נאכט בשם ומלכות, אפילו מען וועט אויסרעדן נאכדעם, ווי צו גיין שלאפן אן מאכן די ברכה (הובא בספר עמק יהושע אחרון, דף קסא.), דערפאר זאלסטו זאגן ברכת המפיל אפילו עס מאכט זיך אז דו רעדסט אויס וכו'.


זע צו ליינען קריאת שמע של אריז"ל פאר דו גייסט שלאפן; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות, קריאת שמע שעל המטה, הלכה ב) אז ווען א מענטש ליינט קריאת שמע ביינאכט פאר ער גייט שלאפן, און ער איז זיך מתוודה – "אֵינוֹ זָז מִשָׁם עַד שֶׁמוֹחֲלִין לּוֹ", איז מען אים מוחל אויף אלע זיינע עבירות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן, גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) אז רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט, זאגט די גמרא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


אויך זאלסטו זיך אנגרייטן 'נעגל וואסער' פאר דו גייסט שלאפן; מוהרא"ש זאגט אז מען קען זען אויף בחור צי ער האט יראת שמים, אויב גרייט ער זיך אן 'נעגל וואסער'. ווייל א ערליכער בחור גייט נישט שלאפן איידער ער גרייט זיך אן נעגל וואסער, וואס דאס איז א יסוד אין קדושה; ווער עס וויל זיין הייליג און ריין דארף זייער מקפיד זיין נישט אראפ צו גיין פון בעט אן דעם וואס מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער.


נאכן זאגן ברכת המפיל און ליינען קריאת שמע קען מען ליינען סיפורי צדיקים און לערנען אגדות חז"ל וואס זענען מסוגל צו לערנען פארן שלאפן וכו'; דאס הייסט נישט קיין הפסק, ווייל שפעטער גייט מען דאך איינשלאפן, גייט די ברכה ארויף אויפן שלאפן.

#190 - ווי אזוי קען איך זיין ריין פון פגם הברית?
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס איך קען טון צו זיין ריין פון פגם הברית. איך האב מיך שוין פרובירט פארצונעמען אלע סארט קבלות צו זיין ערליך, און איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטער דערפאר, אבער איך קען נישט ארויס קריכן דערפון, וואס איז די עצה? וויאזוי שטארקט מען זיך אויף די יצר הרע?


א גרויסן דאנק אויף אלעס און אלעמען.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) "כְּאִילוּ שׁוֹפֵך דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכת דמים. אזוי אויך "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווי מער א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, מען פארלירט די כוחות, אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פונעם קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפן מענטש; זעט מען פון דעם וואס די עבירה ברענגט אויפן מענטש בגשמיות.


נאכדעם האט דער מענטש שאדן ברוחניות, אז ער פארלירט אלסדינג; ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט ער דעם טעם פון דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית, אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", ווער עס איז פוגם בברית, קען נישט דאווענען.


נאך א שאדן, אז מען ווערט זייער דעפרעסט; א מענטש כאפט נישט פון וואס ער איז אזוי בעצבות, אבער באמת קומט זיין דעפרעסיע און צעבראכענקייט ווייל ער זינדיגט אין פגם הברית, די עבירות מאכן אים דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער אין די תורה: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך, און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


די עצה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע געוואוינהייט - איז תפילה והתבודדות, מען דארף שרייען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויסגיין פון די ביטערע עבירה.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה, דאס זאלסטו זאגן יעדן טאג פארן אייבערשטן, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר; איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה, אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויס צו רייסן דערפון. הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריקפאלן, איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר. הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, איך גיי ארום מיט נארישע געדאנקען, איך רעד מיר איין אז דו דארפסט מיר נישט, איך בין אזוי דערשראקן אז איך קען שוין נישט תשובה טון".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; זאלסט אים אלעס פארציילן און גארנישט באהאלטן פון אים, וועסטו סוף כל סוף ארויס גיין פון דיין פלאנטער וואו דו ליגסט.


בדרך כלל ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית האט נישט קיין מח צו לערנען בעיון, דערפאר זאלסטו זאגן יעדן טאג משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, ווייל דיין מח איז אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, זאלסט זאגן פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, און ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז דאס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, אזוי ווי מען זעט אז מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהילים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי"; דורכדעם וואס מען זאגט משניות, נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות, איז דאס א מורא'דיגע זאך; ח"י פרקים משניות יעדן טאג מאכט אז דער מענטש זאל ווערן לויטער, עס געבט צוריק דעם מח פארן מענטש, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין דער עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - מיר ווילן האבן נאך קינדער
עצות, קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל ראטה שליט"א,


א גרויסן דאנק אויף אלע שיינע געדאנקען וכו', איך דערקוויק זיך מיט אייערע שיעורים.


איך האב ב"ה חתונה געהאט און דער אייבערשטער האט מיר ב"ה געבענטשט א יאר דערנאך מיט א זיס לעכטיג בן זכר, אבער עס איז שוין אריבער מער פון צוויי יאר זייט מיין זון איז געבוירן און מיר ווילן זייער שטארק שוין האבן נאך קינדער.


איך האב גערעדט דערוועגן מיט מיין רב וועמען איך פרעג אים מיינע שאלות, און ער האט מיר געזאגט אז מיין ווייב שתחי' זאל גיין מאכן כל מיני טעסטס, און ב"ה עס איז צוריק געקומען גוטע רעזולטאטן אז עס איז נישט דא קיין פראבלעמען ביי איר. אבער דער דאקטער האט געזאגט אז יעצט דארף איך מאכן פארשידענע טעסטס, וואס זענען נישט אזוי הלכה'דיג אויסגעהאלטן, כדי בודק צו זיין מיין פראבלעם. למעשה יעצט זענען מיר אינגאנצן צובראכן און מיר ווארטן פאר א ישועה בקרוב אמן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן; טאנץ פאר שמחה אז דו האסט א ליכטיגע קינד, א געזונט קינד. וויפיל געלט וואלטן מענטשן געצאלט צו האבן בכלל קינדער, און בפרט געזונטע קינדער. איר דארפט טאנצן פאר שמחה אז איר האט א ליכטיג קינד; נעם אראפ דאס ווארט "נאר" - מיר האבן "נאר" איין קינד, זאג "מיר האבן א קינד".


מאך נישט קיין שום טעסט אויף דיר וכו'; דו ביסט געזונט און שטארק. דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט זוכה זיין צו (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "שְׁלֹשָׁה מַפְתֵּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא" דריי שליסלען זענען נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, איינס פון די דריי איז: "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער, וואס דאס איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים? יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים, וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? ער זאל געבן צדקה, און פרייליך מאכן זיין ווייב; פאלג דעם רבי'ן וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ישועות.


זיי זיך מחזק, און זיי מחזק דיין ווייב; זאג איר: "דער אייבערשטער וועט אונז נאך העלפן, מיר וועלן האבן קינדער", און פריי דיך מיט דיין ווייב אויף דיין קינד וואס דו האסט; הער נישט אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר דיין קינד, וועסטו בקרוב זוכה זיין צו גרויסע ניסים.


איך ווארט צו הערן פון דיר ווי דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן.

#188 - היכל הקודש אין בית שמש
חסידות ברסלב, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח אויף אלע התחזקות וואס דער ראש ישיבה געבט אונז כסדר, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך האב געמאכט א שיעור יעדן ליל ששי ביי מיר אינדערהיים דא אין בית שמש, ב"ה אז ס'קומען זיך צוזאם אידן וועלכע ווילן הערן חיזוק, זיי ווילן זיך שטארקן מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן.


איינער פון די אידן ביים שיעור זאגט אז זיין גאנצער לעבן און זיין גאנצע התחזקות איז נאר פונעם ראש ישיבה, אזוי ווייט אז ער קלערט ממש זיך אריבערצוציען קיין אמעריקע, קיין וויליאמסבורג, צו זיין נעבן דעם ראש ישיבה... ער בעט זייער שטארק אז דער ראש ישיבה זאל קומען דא אויף שבת צו מחזק זיין די היזיגע אידן.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


גדלי' דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד גדלי' דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז דיין זכות אז דו נעמסט צוזאם אינגעלייט אין בית שמש יעדע ליל שישי און דו לערנסט מיט זיי חיזוק און עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פונעם הייליגן רבי'ן.


איך וויל אם ירצה ה' זיין אין ארץ ישראל אין צוויי וואכן ארום; איך פאר צו די הקמת המצבה פון מיין באבע עליה השלום וואס וועט פארקומען דאנערשטאג פרשת בשלח אין מירון, און איך וועל אם ירצה ה' קומען צו דיר אין שטוב געבן א שיעור פאר אייך.


דער עיקר זאלסטו ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות ביתר שאת וביתר עוז, דאס איז די גרעסטע זאך וואס מיר קענען טון פארן בורא כל עולמים; דער הייליגער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב די קינדער"; דאס זעלבע איז ביים אייבערשטן, יעדער שרייט: "הייליגער באשעפער, מיר האבן דיר זייער ליב", אבער ווי אזוי ווייסט מען אז עס איז טאקע אזוי? נאר ווען מען זעט אז דו טוסט פאר דעם אייבערשטנ'ס קינדער, דו גייסט הפצה, און עס גייט דיר אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, פאר נאך א איד זאל גיין גוט - דאס איז א סימן אז מען האט טאקע ליב דעם אייבערשטן.


ווען דו זאלסט וויסן וואס הפצה איז, וואלסטו געלאפן אין די גאסן און עוסק געווען אין הפצה, ווייל ווען דו געבסט א ספר פאר א מענטש וואס ער איז שוין ביי זיך אפגע'פסק'נט אז ער קען שוין נישט האבן קיין תקנה, ער זוכט נאר ווי אזוי ער קען ענדיגן זיין לעבן השם ישמרינו, און פלוצלינג באקומט ער א ספר, א סי די, אדער א קארטל מיט א נאמבער וואו ער קען רופן און הערן חיזוק - האסטו פשוט געראטעוועט דאס לעבן פון א מענטש, און דאס איז אזוי ווי דו האסט אויפגעשטעלט אן עולם מלא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - מעג מען זאגן תהילים ביינאכט?
הפצה, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן שוין ב"ה צוויי יאר צום גוטן דעם רבי'ן דרך הלימוד, איך בין ארויס פון כולל, אפי' איך האב באקומען שטיצע... און אזוי האט מיין ווייב געקענט אויפהערן צו ארבעטן, אין זי איז א מאמע אינדערהיים פאר אונזערע צוויי געזונטע קינדערלעך ב"ה, און איך לערן ב"ה יעדן טאג! תורה, משניות, יום תהילים, חק לישראל, גמרא, און אזוי ווייטער.


איך האב געוואלט פרעגן בנוגע זאגן תהילים ביינאכט. יעצט אין די ווינטער לערן איך כמעט אלע מיינע לימודים ביינאכט.


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים אויפ'ן טעלעפאון, און א ספעציעלע יישר כח פאר די בריוון, לא יאומן כי יסופר וואס דאס האט שוין אויפגעטוען... מען שיקט א לינק פאר א חבר... בלויז פאר א וויץ... אין נאכדעם ווערט מען געוואויר אז זייער גאנצער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן... זיי לערנען און דאווענען וכו'.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען איז זיך מסדר צו לערנען יעדן טאג אביסל פון אלעס, קומט מען אן ביז א קורצע צייט צו ענדיגן כל התורה כולה.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען קען זאגן תהילים ביינאכט; עס ווערט געברענגט אין ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים, סימן רלח, סעיף ב) וואס ער פסק'נט אז תהילים קען מען זאגן ביינאכט אויך, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן; אבער אז מען וויל לערנען חומש, דארף מען אויך לערנען רש"י, ווייל דער אריז"ל האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט לערנען מקרא ביינאכט (שער המצות, פרשת ואתחנן).


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט מפרסם דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי): "איך האב ביי מיר מענטשן וואס זענען געווען אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען געליגן אזוי טיף אין עבירות, אז איך ווייס נישט צי דער שאול תחתית וואלט געווען גענוג פאר זיי, און דורך מיר זענען זיי מקורב געווארן צום אייבערשטן, איך האב זיי מתקן געווען מיט א תיקון וואס זיי דארפן זיך נישט שעמען פון גרויסע צדיקים"; ווער עס נעמט אן דעם רבינ'ס עצות, ווערט געטוישט מקצה אל הקצה. מען הייבט אן לעבן מיט אמונה, מען הייבט אן לעבן אן אמת'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#186 - מחלוקת אין ברסלב
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען אויף די הערליכע שיעורים וואס איז געווארן ביי מיר א דרך חיים.


איך וואלט געוואלט פרעגן וועגן א שווערע פראבלעם וואס איך גיי אריבער. איך קום פון א ברסלב'ע משפחה, און מיר פרובירן צו לעבן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. דער פראבלעם איז אז אזוי ווי ביי אנדערע חסידות'ן איז אויך פארהאן מחלוקת אין ברסלב, נישט יעדער איז אייניג מיט אלע שיטות, און דאס ברענגט אז מ'זאל זיך ארומקריגן.


איך ווייס אז דער רבי האט געזאגט "רק החזיקו עצמכם" און דאן "תהיו אנשים כשרים", אויב וועלן די ברסלב'ע חסידים זיך האלטן צוזאמען מיט אחדות, דאן וועט מען זיין ערליכע אידן. איז ווי אזוי קען מען פירן מחלוקת און צעברעכן משפחות?


איך באלאנג צו איין קרייז אין ברסלב, און איך האב צוויי ברידער וועלכע זענען זייער קעגן יענעם קרייז און פירן א מחלוקת, איך בין זייער אנגעווייטאגט אויף זיי, ווייל איך ווייס אז זיי טוען עס נישט לשם שמים, און דעריבער וויל איך נישט גיין צו זייערע שמחות, און עס קומט אויס אז איך בין מצער מיינע עלטערן. די משפחה ווערט צעריסן און דאס איז זייער נישט גוט. ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין עס נישט צו נעמען שטארק צום הארצן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך כיתות; וויבאלד עס זענען דא אלע סארט מענטשן אויף דער וועלט, עס זענען דא לעבעדיגע מענטשן - זיי דארפן א וועג פאר זיך, עס זענען מער צובראכענע מענטשן וכו' - זיי דארפן א אנדערע וועג. עס זענען דא למדנים, און עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לערנען וכו'; מיט יעדן איינעם דארף מען רעדן אן אנדערע שפראך וכו', דערפאר האט דער רבי געזאגט: "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג צולייגן צו דעם שיחה פון רבי'ן: "דער רבי האט טאקע געזאגט 'איך וועל מאכן פון אייך כיתות כיתות', אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן, און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


דאס וואס מען זעט ליידער אז אין ברסלב קריגט מען זיך איינער מיטן צווייטן, אויף דעם ערשיינונג זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (סוטה מז:): "מִשֶּׁרַבּוּ תַּלְמִידֵי שַׁמַּאי וְהִלֵּל שֶׁא שִׁמְּשׁוּ כָּל צוֹרְכָן, רַבּוּ מַחְלוֹקֶת בְּיִשְׂרָאֵל, וְנַעֲשֵׂית תּוֹרָה כִּשְׁתֵּי תּוֹרוֹת", און אזוי איז אויך ביים רבי'ן; ווען א מענטש לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, זיין גאנצע קאפ איז נאר פארנומען ווי אזוי ער קען נאכאמאל איבער גיין דעם רבינ'ס ספרים, ער לערנט יעדן טאג ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות, ער פאלגט דעם רבי'ן, ער איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן יעדן טאג; אזא איינער האט נישט מיט קיינעם קיין שייכות, עס אינטערעסירט אים נישט א צווייטן, אים אינטערעסירט נאר דעם אייבערשטן, ער זינגט צום אייבערשטן א גאנצן טאג; אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם.


אבער וויבאלד עס ווערן מקורב צום רבי'ן תלמידים שלא שמשו כל צרכן, וואס דער גאנצער קאפ איז נאר ישות און גיאות, געלט און כבוד וכו' וכו', פון דעם נעמט זיך די אלע מחלוקת צווישן איין גרופע אינעם צווייטן; אנשטאט נעמען יעדע שיחה און יעדע תורה פון רבי'ן פאר זיך, און טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מיר פארבעסערן, ווי אזוי קען איך זוכה זיין צוקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט', איז מען פארנומען צו רודפ'ן ערליכע אידן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכא): אויפן פסוק (תהלים מ, ח-ט): "אָז אָמַרְתִּי הִנֵּה בָאתִי בִּמְגִלַּת סֵפֶר כָּתוּב עָלָי, לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", ווען א מענטש לערנט א ספר פון א צדיק, ער לערנט דאס אויף א וועג: "כָּתוּב עָלָי", אז דאס וואס שטייט אין דעם ספר מיינט אים, איז א סימן, אז: "לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", אז דער מענטש וויל זיין אן ערליכער איד.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא): אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", יעדעס מאל עס ווערט באוואוסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, זענען דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל, ביי אזא מענטש איז - "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם", ער שפירט ביי זיך אז ביז יעצט איז ער געווען ממש א מת, ער האט נישט געלעבט, ער איז געשלאפן א טיפע שלאף, און דער רבי האט אים אויפגעוועקט, ער הייבט אן לעבן; נאכדעם זענען דא וואס ניצן נישט די שכל און די לימודים פאר חיי עולם, נאר אויף חוזק צו מאכן פון יענעם, זיי זוכן ווי מען קען נאך איינעם אוועק מאכן – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן.


דערפאר, אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל אייביג בלייבן מקושר צום רבי'ן, איך זאל אייביג האבן א געפיל אין רבי'ן, איך זאל געדענקען וואס דער רבי האט געטון מיט מיר. רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל נאר זיין פארנומען מיט מיר, איך זאל פאלגן דעם רבי'ן. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז ווען איך לערן די תורות פון רבי'ן זאל איך עס נעמען פאר מיר, נישט אזוי ווי די וואס נעמען עס לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם אזוי ווי דער רבי זאגט – ווען א צדיק זאגט תורה, וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אלע איינגעשלאפענע מענטשן וועקן זיך אויף, אבער נישט אלע זענען גלייך, נאר אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם, וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם, דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נעמען דעם רבי'ן 'לְחַיֵּי עוֹלָם', איך זאל לעבן מיטן רבי'ן, איך זאל געדענקען אז איין טאג וועל איך איבערלאזן די וועלט, מען וועט מיר באגראבן אין בית החיים, איך וועל בלייבן דארט איינער אליין, איך וועל גארנישט מיט נעמען מיט מיר נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים".


געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בְּמָקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; דאס איז זיין זאך, ווי מען קען מאכן מחלוקת. דערפאר דארף מען אנטלויפן פון מחלוקת ווי פון פייער, בפרט ווען דער יצר הרע קומט מיט א שלייער פון לשם שמים, דאן איז דאס זייער מסוכן, ווייל אזוי כאפט ער אריין אפילו די ערליכע אידן; ער רעדט זיי איין אז עס איז א מצוה צו טשעפען א צווייטן, צו רודפ'ן א צווייטן.


דאס זאלט איר גוט וויסן, אויב איינער רעדט איין צו רודפ'ן יענעם, צו טשעפען א צווייטן, דארף מען פון אים אנטלויפן, ווייל דער איז דער שטן אליין. ווען דער שטן זעט אן ערליכע חבורה, אדער א ערליכע משפחה וואס פירן זיך בדרך התורה, זיי זענען ווייט פון עבירות, און ער פרובירט מיט אלע וועגן זיי צו בייקומען, אבער עס גייט אים נישט, דאן קומט ער צו זיי מיט א פרומע'ן שלייער; ער פלאקערט אויף א מחלוקת, וואס דאס איז דער ערגסטער זאך ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס דאס גרויסקייט פון שלום (דרך ארץ זוטא, פרק השלום) און ווי דער אייבערשטער האט פיינט מחלוקת (דרך ארץ זוטא, פרק ט).


איר זאלט זען אז ביי אייך אין שטוב זאל מען זיך נישט קריגן, און איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ביי אייך אין שטוב לעבט מען בשלום; דאס וואס איר שרייבט אז אייערע געשוויסטער זענען בעלי מחלוקת און מחרחרי ריב, זיי טוהן אלע שווארצע ארבעט וכו', און דערפאר האלט איר זיך אפ פון גיין צו משפחה שמחות און דאס טוט זייער וויי פאר אייערע עלטערן; איך האלט אז איר זאלט יא גיין צו די שמחות פון אייערע עלטערן, מיט דעם וועט איר מאכן פאר זיי א נחת רוח, און מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר רעדן סתם זאכן, דרייט אייך ארויס פון רעדן איבער זאכן וואס איר האט דערין חלוקי דעות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכב): "כִּי זֶה יָדוּעַ, שֶׁמִּדַּת הַנִּצָּחוֹן אֵינָהּ סוֹבֶלֶת הָאֱמֶת", דאס איז באוואוסט, אז ווען א מענטש וויל אויספירן, וועט ער קיינמאל נישט מודה זיין אויפן אמת, "כִּי אַף אִם יֵרָאֶה לָעֵינַיִם דְּבַר אֱמֶת, יִדְחֶה אוֹתוֹ מֵחֲמַת הַנִּצָּחוֹן", און אפילו מען וועט אים אויפווייזן בפירוש מיט קלארע באווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער אויך נישט מודה זיין אויפן אמת, ווייל ער וויל אויספירן; איז דאך א שאד זיך צו טענה'ען און זיך קריגן מיט א צווייטן.


איך האף אז איר פארשטייט וואס איך שרייב אייך, און איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט די משפחה אן מחלוקת, אפילו איר האט חלוקי דעות צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן ניטל?
חסידות ברסלב, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אז דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט א שיעור גמרא דעם מוצאי שבת, איך האב מיך אביסל געוואונדערט ווייל אין די וועלט האט מען נישט געלערנט די וואך מוצ"ש וועגן ניטל, האב איך געוואלט פרעגן דער ראש ישיבה וואס איז דער מנהג אין ברסלב לגבי ניטל.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס!


יעקב משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין ברסלב האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון ניטל; מוהרא"ש האט געהערט פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדר זכרונו לברכה, אז אנשי שלומינו פלעגן זיך לייגן שלאפן יעדע נאכט גלייך נאך מעריב, ממילא איז בכלל נישט געווען די גאנצע שאלה פון לערנען ניטל נאכט, ווייל פון מעריב ביז חצות איז מען סיי ווי געשלאפן.


מוהרא"ש זאגט אז די גאנצע מקור פון ניטל קומט פון תשובת רש"י הקדוש (עיין בספר מטעמים, מערכת אות הנ', ערך ניטל, אות א); ווייל אמאליגע צייטן פלעגן זיך די גוים צוזאמקומען אין דעם יום הולדת פונעם אותו האיש ימח שמו, זיי פלעגן זיך אנ'שיכור'ן יענע נאכט און זיין זייער צעווילדעוועט וכו'; אויפן וועג אהיים, זייענדיג אנגעטרינקען און צולאזט פלעגן זיי שלאגן יעדן איד וואס זיי האבן אנגעטראפן דעמאלט אויפן גאס. דערפאר האט מען געמאכט א גזירה אז אין דעם נאכט טאר מען נישט לערנען תורה וכו', אז די תורה זאל נישט גיין צו די סטרא אחרא וכו'. אבער דער עיקר כוונה פון דעם איז געווען פשוט אז מענטשן זאלן נישט געשעדיגט ווערן פון די ווילדע גוים וואס פלעגן אהיים קומען אנגעהיצט פון די גלחים וכו', פון דעם קומט דער מקור אז מען לערנט נישט ניטל נאכט.


פון דעם איז געווארן אז אפילו היינטיגע צייטן וואס דער טעם גייט שוין נישט אן, האבן מענטשן מורא צו לערנען ניטל.


מוהרא"ש זאגט, אז וויבאלד ביים רבי'ן רעדט מען זייער אסאך פון אמונה, אז דער אייבערשטער איז איבעראל, און עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן, דערפאר האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון דעם גאנצן דמיון פון אותו האיש וכו'; ווייל אז א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן, דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", דעמאלט ווערט מקוים דער פסוק (תהילים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", ממילא דארף מען נישט מורא האבן פון די אלע זאכן, ווייל אלעס איז בטל ומבוטל.


אבער אז איינער האט יא מורא צו לערנען תורה אין די נאכט פון ניטל, זאל ער גיין שלאפן גלייך ווען עס ווערט נאכט, און אויפשטיין פרי לערנען, אזוי וועט ער יוצא זיין אלע מנהגים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - זאל איך קויפן א דירה מיט צוויי צימערן, אדער דריי?
שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך הער אייערע שיעורים און האב זייער הנאה פון דעם.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי ווי איך גיי יעצט קויפן א דירה אין א וואך ארום, למעשה האב איך יעצט איין קינד, און מיין שאלה איז צי איך זאל קויפן א דירה מיט צוויי שלאף צימערן אדער מיט דריי? ווייל יעצט פאר די קומענדיגע פאר יאר איז מיר גענוג צוויי, אבער פון די צווייטע זייט וועל איך דארפן צובויען נאך א צימער שפעטער. דער חילוק איז אין די משכנתא [מארגעדש], ס'איז א חילוק פון טויזנט שקל א חודש.


ביטע אויב איר קענט מיר ענטפערן ווי שנעלער.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קען איך דיר ענטפערן ווען איך ווייס נישט דיין מצב הפרנסה וכו'.


איך וועל דיר פארציילן וואס איך האב שטענדיג געהערט פון מוהרא"ש; ווען אינגעלייט זענען זיך געקומען שואל עצה זיין וועגן קויפן א דירה, מען האט געקרעכצט אז מען האט נישט קיין געלט וכו', פלעגט מוהרא"ש שטענדיג נאכזאגן פונעם פריערדיגן ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו, אז ווען מען האט אים געפרעגט צי מען זאל אריין שפרינגען אין קויפן וכו' פלעגט ער זאגן: "אביסל בארגט מען, אביסל זארגט מען, און דער הויז איז דיינס", ודברי פי חכם חן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע אז דו זאלסט קענען קויפן בריווח, מיט א גדלות המוחין; גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, אז פאר א קליינע דירה האסטו דאך אויך נישט, קענסטו זיך דאך אינגאנצן פארלאזן אויפן אייבערשטן; דער אייבערשטער וואס געבט דיר דעם ערשטן דאלער וועט דיר געבן נאך טויזנט שקל א חודש, און נאך מער, צו קענען קויפן א גרויסע דירה בהרחבה גדולה.

#183 - עס איז דא אסאך מחלוקת אין די שול וואו איך דאווען
בית המדרש, חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל שליט"א,


איך דאווען אין א געוויסע ברסלב'ע בית המדרש, אבער עס שטערט מיך זייער שטארק אז מען האלט זיך אין איין קריגן דארט, ממש אויף שטותים, עס איז ממש א ווייטאג און א בזיון פאר'ן רבי'נס נאמען.


אין אנהויב האב איך געטראכט אז איך וועל זיצן אין מיין ווינקל און לערנען און דאווענען אבער עס איז כמעט נישט מעגליך נישט צו ווערן מיטגעשלעפט. זאל איך אוועקגיין דאווענען? איך ווייס נישט וואס צו טון.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                             יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א וויכטיגע זאך אז מען זאל האבן איין שול וואו מען דאווענט, און נישט בייטן און ארום לויפן יעדע שטיק צייט צו א צווייטע שול.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען אין א באשטימטע פלאץ.


לכאורה, דארפן מיר פארשטיין וואס די גמרא זאגט דא; אז א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען קומט אים שוין אזעלכע טיטלען: "עניו", "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו", וואס האט ער שוין געטון אז מען געבט אים אזעלכע טיטלען?! ווען איך פלעג לערנען די גמרא איז דאס מיר זייער שווער געווען, ביז איך האב געטראפן א בריוו פון מוהרא"ש וואו מוהרא"ש איז זייער שיין מסביר די גמרא (אשר בנחל, מכתב יט אלף, קפה); אז געווענליך אין א שול קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאווענט, און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, אפילו מען טענה'ט זיך וכו', דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", אזא מענטש איז "מתלמידיו של אברהם אבינו", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול, און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דו זאלסט קיינמאל נישט האבן א חלק אין קיין שום מחלוקת, בפרט אין מחלוקת וואס איז לשם שמים, ווייל דאס איז זייער א מסוכנ'דיגע זאך.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינער וואס לעבט מיט אביסל ישוב הדעת, דער לעבט מיט תכלית; ער ווייסט ביי זיך 'נאך אביסל וועל איך אוועק גיין מזה העולם, מען וועט מיר אויסטון מיינע קליידער און מיך אריין לייגן אין דער ערד; קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר, קיינער וועט נישט זארגן פאר מיר, פארוואס זאל איך זיין פארנומען מיט מחלוקת און קריגערייען, וואס וועל איך האבן פון דעם?' אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, ער לעבט בשלום מיט אלעמען.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט וועלן געבן א משל אז מען זאל אנטלויפן פון מחלוקת, פלעגט ער שטענדיג נעמען אלץ משל איינער וואס ליגט אין שפיטאל קראנקערהייט, פאר א מענטש וואס געפונט זיך אין אזא מצב לא עלינו וועט נישט אינטערעסירן קיין שום מחלוקת און קיין שום פאליטיק, מוהרא"ש פלעגט זאגן: פראבירט צו צו גיין צו איינעם וואס ליגט טויט קראנק, זאג אים אריין אין אויער "דו ווייסט, דער און דער איז א שגץ"; "דו ווייסט וואס טוט זיך דארט ביי דעם רבי'ן... אויף טיש און אויף בענק", וואס וועט דער חולה זאגן? "איך בעט דיר, לאז מיר אפ; איך גיי שוין שטארבן. וואס ווילסטו פון מיר? קוק מיר אן, קוים וואס איך אטעם, קוים וואס איך לעב, וואס גייט מיר אן וואס מען רעדט אויף א צווייטן?"


די אלע וואס שטייען אין שפיץ און פירן אן מחלוקת זענען פוסטע לייט; קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין עא:): ווען צוויי מענטשן קריגן זיך, און איינער פון זיי שווייגט, זאלסטו וויסן אז דער איז א גרעסערער מיוחס, און פארקערט אויך, ווער עס קריגט זיך מיט יעדן איינעם, דער איז נישט בסדר; אפילו ער זעט אויס ווי א צדיק, איז ער א משוגע'נער צדיק - ווי דער רבי רופט אזא איינעם (ספורי מעשיות, מעשה ג - מחיגר); דער רבי פארציילט דארט, אז ווען די גזלנים זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו דער חיגר האט אויסגעשפרייט די שטויב, האבן זיי אנגעהויבן שרייען אויף זייערע טעג און יארן, זיי האבן תשובה געטון; אבער וויבאלד עס איז געווען דארט אויסגעמישט פון די שטויב פון משוגעים, זענען זיי געווארן "משוגע'נע צדיקים"; זיי האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן איינער מיטן צווייטן. דער האט געשריגן: "איבער דיר האבן מיר געטוהן די אלע עבירות", און דער האט געשריגן: "איבער דיר וכו'", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'ט איינער דעם צווייטן. קוק נאך די מעשה.


דערפאר זאלסטו ווייטער דאווענען אין דיין ווינקל, און זיי זיך נישט מבלבל פון א צווייטן; דו קוק נאר אויף דיר און אויף דיינע קינדער, דאן וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

#182 - ווי אזוי קען איך מכבד זיין מיין טאטע, ווען איך קען אים קוים?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין 17 יאר אלט, און מיינע עלטערן האבן זיך גע'גט ווען איך בין געווען 6 יאר אלט. איך קען כמעט נישט מיין טאטע, איך רעד מיט אים קוים 2 מינוט ביי א שמחה משפחה, וואס דאס קומט אויס מערסטנס איין מאל אין א יאר.


דער ראש ישיבה זאגט אז מען דארף אנרופן טאטע און מאמע אלס כיבוד הורים, ווי אזוי קען איך אבער אנרופן א מענטש וואס איך קען אים כמעט נישט, און איך ווייס אפילו נישט צי ער איז אינטערעסירט אין מיר, צי ער איז בכלל נייגעריג אז איך זאל אים רופן. מיין עלטערער ברידער האט געלאכט ווען איך האב אים געזאגט די ווערטער פונעם ראש ישיבה אז א קינד מוז רעדן מיט די עלטערן.


איך ווייס נישט ווי אזוי איך דארף זיך יעצט פירן, ווייל מיין כיבוד אב גייט אויך אויפ'ן חשבון פון כיבוד אם, ווייל פאר מיין מאמע גייט זייער שטערן אויב זי וועט הערן אז איך רעד מיט מיין טאטע וכו', וויל איך וויסן וואס האב איך יעצט צו טון.


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איר געבט אין אייערע דרשות, עס איז מיר מחיה יעדע מאל וואס איך הער עס איבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה, עס איז אזוי גרויס אז די תורה גלייכט צו מכבד זיין עלטערן צו מכבד זיין דעם אייבערשטן (מכילתא פרשת יתרו, פרשה ח); דער אייבערשטער זאגט: "מען דארף מורא האבן פון מיר און מיך מכבד זיין", אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער, דארף מען מורא האבן פון די עלטערן און זיי מכבד זיין.


עס איז דא זייער א וואונדערליכע חז"ל (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן".


דערפאר זאלסטו זען צו מקיים זיין מצות כיבוד אב ואם; אפילו יעצט וואוינסטו מיט דיין מאמע וכו', דאך זאלסטו רופן דיין טאטע יעדן טאג צו רעדן מיט אים.


וויסן זאלסטו, נישט דער ראש ישיבה הייסט רעדן מיט טאטע מאמע; די תורה הייסט מכבד זיין עלטערן, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט; עס איז נישט דא אזא זאך אז כיבוד אב גייט אויפן חשבון פון כיבוד אם, מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע לויט ווי דער אייבערשטער הייסט, ווי אזוי די תורה זאגט; אז די תורה הייסט מכבד זיין ביידע, דארף מען ביידע מכבד זיין, אפילו עס שמעקט נישט פאר איינע פון די עלטערן אז די קינדער רעדן צום צווייטן צד.


אז מען רעדט שוין פון דעם נושא, מוז איך אויסשרייען א וויי געשריי אויף די אלע כלומר'ישע עסקנים וואס זאגן פאר קינדער פון צעבראכענע שטובער וכו' נישט צו רעדן מיט איינע פון די עלטערן; מען איז זיך מלביש מיט א לבוש פון פרומע וכו', אז דא טאר מען נישט רעדן מיט די טאטע ווייל ער טויג נישט, דא טאר מען נישט רעדן מיט די מאמע וויל זי איז נישט בסדר; וויי איז פאר די וואס לאזן נישט די עלטערן זען זייערע קינדער, וויי איז פאר די עסקנים וואס טיילן אפ עלטערן פון זייערע קינדער, וויפיל טרערן ווערן פארגאסן פון עלטערן, פון טאטע'ס און מאמע'ס, וואס ווילן רעדן צו זייערע קינדער און מען לאזט נישט די קינדער רעדן צו זיי וועגן פאליטיק און פריוואטע חשבנות; וויי פאר ווער עס האט א חלק אין צוריק האלטן קינדער צו רעדן צו זייערע עלטערן, וויי פאר זיי ווען דער אייבערשטער וועט זיי באשטראפן.


באמת פארשטיי איך נישט פארוואס דו פרעגסט אזא נארישע שאלה, צי דיין טאטע וויל בכלל רעדן מיט דיר וכו', דו ווייסט נישט אויב ער איז אינטערעסירט אז דו זאלסט אים רופן וכו'; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און אויפשטעלן א שטוב, וועסטו זען וואס הייסט קינדער; דו וועסט אליינס שפירן ווי דער הארץ פון א טאטע גייט אויס צו קענען רעדן מיט זיינע קינדער. ווי איז דען דא א גרעסערע רחמנות פון א טאטע צו א קינד, מען זעט אין תהלים ווי דוד המלך נוצט די רחמנות פון א טאטע צו ווייזן ווי דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אידישע קינדער, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קג, יג): "כְּרַחֵם אָב עַל בָּנִים רִחַם ה' עַל יְרֵאָיו", אזוי ווי א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד אזוי האט דער אייבערשטער רחמנות אויף אידישע קינדער.


דאס איז דער פראבלעם מיט קינדער, בחורים און מיידלעך; ווילאנג זיי האבן נישט חתונה, ווייסן זיי נישט מחשיב צו זיין עלטערן, און מען איז מזלזל אין עלטערן. מען לויפט צו חברים, מען קריגט זיך מיט די עלטערן; אבער שפעטער ווען מען האט חתונה און די קינדער הייבן אן אונטער צו וואקסן, מען הייבט זיך אן צו מוטשען מיט קינדער, ערשט דעמאלט כאפט מען זיך וואס עלטערן זענען, אבער דעמאלט איז שוין אביסעלע שפעט, ווייל דער אייבערשטער באצאלט מדה כנגד מדה.


דערפאר בעט איך דיר זייער, טו תשובה און בעט זיך איבער מיט דיין טאטע, אפילו דו וואוינסט יעצט ביי דיין מאמע; דיין מאמע דארף פארשטיין אז דאס איז דיין טאטע וכו'. קוק נישט אויף דיין ברודער וואס שפעט אפ פון דעם, אז דו וועסט אנהייבן רעדן צו דיין טאטע וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


איך פארשטיי אז דאס איז דיר א שווערע זאך, ווייל שוין עלעף יאר וואס דו האסט נישט גערעדט מיט אים, אבער אז דו וועסט דיך שטארקן דאס צו טון וועט דיר גוט זיין; די ערשטע פאר מאל וועט דיר דאס זיין שווער, אבער שפעטער וועט דיר נאר גרינגער ווערן אויף דיין הארץ.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין ברודער.

#181 - איך ווייס נישט קיין סאך הלכות
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, הלכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, בין איך געוואויר געווארן אזויפיל זאכן אין אידישקייט וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט ביז יעצט, פון גרויסע זאכן ביז קליינע פרטים.


איך בין א געווענליכער בחור, איך בין אויפגעוואקסן אין א געווענליכע אידישע שטוב, אבער ערשט לעצטנס האב איך אנגעהויבן אויפפאסן ווי ווייניג איך ווייס ווען עס קומט צו דאווענען אדער צו הלכות. למשל ביז צוויי יאר צוריק האב איך נישט געוואוסט אז מוצאי שבת זאגט מען אתה חוננתנו ביים שמונה עשרה, נאך א ביישפיל וואס איך בין ממש לעצטנס געוואויר געווארן וועגן די פיר פרשיות וואס מ'דארף זאגן מיט די תפלין, ווי אזוי מ'דארף זיך בייגן ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה, אויף וועלכע האנט צו פאלן ביי תחנון, און אזוי ווייטער נאך פארשידענע הלכות וואס איך האלט אין איין געוואויר ווערן.


איך הער אסאך מאל ביי די שיעורים ווי איר פרעגט פון די בחורים וואס מען זאל רעדן ביים שיעור, אפשר וואלט געווען כדאי צו לערנען יעדן טאג אביסל הלכות ביים שיעור, איך בין זיכער אז איך וועל זיך אויסלערנען דערפון גאר אסאך, און זיכער וועלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר, איך האב באקומען גאר אסאך פון אייך, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי מיין גאנצע לעבן האט זיך מיר געטוישט דורך אייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט ארויסצוהעלפן אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל הלכה; היינט זענען דא א שפע פון ספרים אויף הלכה, עס קומען כסדר ארויס ספרים אויף הלכות אין אלע שפראכן, אויף אידיש, אויף ענגליש וכו', כדי אז די מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לשון הקודש זאלן אויך קענען הלכות און וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "צוויי זאכן דארף יעדער איד טון יעדן איינציגסטן טאג"; די ערשטע זאך וואס דער רבי פארלאנגט פון יעדן איד, אז מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה, און דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך, טורי זהב, מגן אברהם וכו'; קוק דער לשון וואס דער רבי זאגט: "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט, מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוטס און וואס איז שלעכטס, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "איר מעגט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט, איר קענט זאגן אלע סארט פשטים אין מיינע תורות), מיט איין תנאי, אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון א סעיף קטן אין שלחן ערוך"; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר מען זאל נישט אוועק גיין פון הלכה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה.


די צווייטע זאך וואס דער רבי האט געזאגט אז יעדער איד דארף טון יעדן טאג איז איז "התבודדות"; מען זאל רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס פארציילן פארן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו', און וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - קען מען טרעפן אן ענטפער אויף אלע שאלות אין "אשר בנחל"?
חסידות ברסלב, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז אמת אז מוהרא"ש האט געזאגט אז איינער וואס האט סיי וועלכע שאלה אין לעבן, זאל ער עפענען דעם ספר הקדוש "אשר בנחל", און ער וועט טרעפן אן ענטפער.


א גרויסן יישר כח פאר די אלע שאלות ותשובות וואס העלפן מיר ארויס גאר אסאך.


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אונז געשיקט דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחיה ומחזק מיט זיינע ספרים; יעדער איד אין יעדע מצב קען טרעפן חיזוק און עצות אין דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, דער רבי בלאזט אריין אין אונז א פרישע גייסט אז מיר זאלן נאכאמאל אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, אפילו מיר זעהן אז עס איז כמעט נישט מעגליך. דער רבי געבט אונז די עצות וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן אלעס וואס ער דארף; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן"; דאס טוט דער רבי מיט אונז יעצט, דער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און אים פארציילן יעדע זאך וואס מיר דארפן.


דער אייבערשטער האט אונז געשיקט אין אונזער דור מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפגעברענגט אויף א גרינגע פשוט'ע שפראך, אז יעדער איינער זאל זיך קענען באניצן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צג): "עס איז דא אמאל א גרויסע ליכט וואס שיינט זייער שטארק, אבער פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דעם ליכטיקייט, דארף מען האבן א גרויסע מענטש זאל נעמען די ליכט און דאס צעטיילן אויף קליינע ליכט, אז אפילו פשוט'ע מענטשן זאלן אויך האבן השגה אין דעם, עיין שם; דאס האט מוהרא"ש געטון, ער האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס איבערגעשריבן אויף א שפראך וואס מיר פשוט'ע מענטשן פארשטייען.


פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזענט בריוו. בריוון וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואס ער איז.


איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך דעם ספר "אשר בנחל" חלק כז; דאס האט געביטן מיין לעבן, דאס האט אריין געבלאזן אין מיר א רוח חיים, און עד היום נעם איך מיין גאנצע התחזקות פון אשר בנחל, יעדע מאל איך לערן דעם ספר פרישט עס מיך אויף צו דינען דעם אייבערשטן און זיך דערהאלטן.


מוהרא"ש האט געזאגט: "ווער עס האט א פראבלעם אין לעבן, זאל עפענען זיין ספר אשר בנחל, וועט ער טרעפן אן עצה אויף זיין פראבלעם", מוהרא"ש האט געזאגט אז מען זאל דאס פרובירן, מען זאל עפענען אן אשר בנחל וועט מען טרעפן אן עצה אויף יעדע פראבלעם, דאס איז בדוק ומנוסה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דעת, סימן יד): "כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵידַע אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּאֵיזֶה דָּבָר, יִפְתַּח סֵפֶר וְיָבִין אֵיךְ לְהִתְנַהֵג", ווען א מענטש וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאל ער עפענען א ספר וועט ער פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן אז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן; מיר זאלן לעבן מיטן תכלית, אז איין טאג וועלן מיר אלעס איבערלאזן, און עס וועט פון אונז גארנישט איבערבלייבן, נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים וואס מיר האבן אריינגעכאפט.


מוהרא"ש פלעגט חזר'ן כסדר דאס וואס חז"ל זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און אים דערציילן יעדע זאך, וועט אים דאס באגלייטן אויף אייביג; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דאס גע'חזר'ט זיין גאנצע לעבן, און דאס שטייט אין אלע זיינע הייליגע ספרים; אז א מענטש זאל וויסן אז ער האט נישט קיינעם אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן! און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען נענטער צו אים, און דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


ווען מוהרא"ש האט געכאפט די הארץ אטאקע לא עלינו, איז ער געזיצן אונטן ביי זיך אין צימער, עס איז געווען שפעט ביינאכט, מוהרא"ש האט געשפירט ווי ער קען נישט אטאמען (אזוי ווי מען שפירט ווען מען כאפט אן הארץ אטאקע); מוהרא"ש האט דערציילט שפעטער ביים שיעור: "איך האט נישט געוואוסט וואס צו טון, איך האב זייער מורא געהאט אז איך וועל שטארבן אין מיין צימער און קיינער וועט נישט וויסן וכו', אבער איין זאך האב איך געהאט – תפילה! איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל נאך קענען ארויף גיין אין שטוב, אז מען זאל זען ווי איך ווער נפטר, און איך זאל נישט בלייבן דא איינגעשפארט אליין, דעמאלט האב איך געזען - האט מוהרא"ש געזאגט - פשט אין דעם חז"ל: 'לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ', אז נאר דאס נעמט א מענטש מיט לבית עולמו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#179 - מיינע עלטערן זענען פארנומען מיט'ן פאון, און האבן נישט קיין צייט פאר מיר
בחור, סמארטפאון, כיבוד אב ואם, קאמפיוטער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן ש'כח פאר אלע עצות וואס איר געבט אונז. איך האב געוואלט פרעגן, איך בין א בחור און איך קום ב"ה פון א געזונטע שטוב מיט פיינע עלטערן ב"ה, אבער איין פראבלעם האב איך אינדערהיים וואס מאכט עס זאל מיר פארגיין די גאנצע אפעטיט פון זיין אינדערהיים, און וועגן דעם פרוביר איך צו זיין דארט ווי ווייניגער, דאס איז ווייל ווען איך וויל רעדן צו מיינע עלטערן זענען זיי פארנומען מיט זייער "סמארטפאון".


אסאך מאל פיל איך ממש ווי איך ווער כעס'יג דערפון, זאל עס זיין מיר צי מיינע ברידערס און שוועסטערס, עס איז נישט דא צו וועם צו רעדן ווייל מען דארף קודם ענטפערן א מעסידזש וכו'. איך פיל ממש ווי די שטוב ווערט צופאלן דערפון, איך וויל וויסן וואס איך זאל טון דערוועגן, צי זאל איך עפעס זאגן אדער סתם שווייגן?


א גרויסן שכח פאר אלעם.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויפיל מען זאל נאר רעדן וועגן דעם חומר הענין פון האבן אין שטוב א קאמפיוטער, סמארט-פאון וכו' איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות.


דאס איז א שרעקליכע צרה פאר אונזער דור, ווייל ווען מען האט א אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער אן אייפאד, סמארט-פאון וכו', קען מען זען אלע שמוץ אויף דער וועלט; דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות, און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.


ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם, ביז עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדען (עדיקטעד) צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער א אייפאד, סמארט-פאון וכו', און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', ער ווערט זייער צוגעקלעבט דערצו, ביז עס איז שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם. דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקעלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן, נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן. דערפאר טאר מען נישט האבן אין שטוב אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער א סמארט-פאון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵּצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", ווען מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, מען קוקט אויף שמוציגע מאוויס, פאלט מען אראפ אין עבירות; וואויל איז דעם וואס האט שכל און פאלגט וואס אלע ערליכע אידן זאגן, ער האלט זיין שטוב ערליך און ריין, דער וועט זוכה זיין צו זען נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.


וויפיל בריוו האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געשריבן צו תלמידי היכל הקודש, ווי ער בעט זיך מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער, אויף אונזערע דורות, און מיר זאלן נישט האבן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארט-פאון, אייפאד; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט ביי די שיעורים מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט סאשעל מידיע.


זאלסט אכטונג געבן אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם; זאלסט חס ושלום נישט זיין קיין עזות פנים און זאגן מוסר וכו', נאר דו זאלסט מכבד זיין דיינע עלטערן, ווייל עס איז נישט דא נאך אזא מצוה ווי די מצוה פון כיבוד אב ואם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט, און ער בעט פון אונז אז מיר זאלן מכבד זיין אונזערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן דער פסוק (זכריה יג, ב): "וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר מִן הָאָרֶץ", דער אייבערשטער וועט אוועק נעמען דעם יצר הרע, און אלע וועלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - דארף מען מעביר סדרה זיין כסדרן דוקא?
שאלות

תוכן השאלה‎

בס"ד


לכבוד דער חשובער טייערער ראש ישיבה שליט"א,


ב"ה איך האב אסאך חיזוק פון אייערע טייערע ווערטער כן יעזור ה' גם הלאה, ס'איז א געוואלדיגע זכות הרבים, השי"ת זאל אייך געבן כח און געזונט אויף ווייטער אויך.


עס איז זייער גוט אז איר רעדט אזויפיל וועגן מעביר סדרה זיין, ווייל ליידער איז עס א ביסל נזנח און מ'דארף אסאך חיזוק. אצינד וויל איך פרעגן מיין שאלה, איך בין ב"ה משתדל צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה ביז שבת קודש. אבער עס קען זיך מאכן אז איך בלייב אינמיטן. איז מיין שאלה: צי דארף עס זיין כסדרן, דהיינו איך מוז קודם ענדיגן למשל פרשת ויגש און נאכדעם פרשת ויחי? אדער קען איך אנהייבן פרשת ויחי על הסדר און נאכדעם ענדיגן פרשת ויגש?


ביטע לאזט וויסן דעם תשובה, און נאכאמאל ישר כח גדול פאר אלעם.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; יעדער מענטש קען זיך אפוואשן פון זיינע שמוציגע פלעקן און ווערן זויבער אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן און מען פאלגט דעם רבינ'ס עצות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום, און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א גוט לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד (ע' שנז)) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


לכתחילה דארף מען ענדיגן די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום פאר מען גייט עסן די סעודת שבת צופרי, ווייל מיר געפינען אין חז"ל אז רבינו הקדוש האט געלאזט צוואה פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדיגן די סדרה פאר זיי גייען עסן די סעודה שבת צופרי (עיין תוספות דבור המתחיל 'ישלים', ברכות ח.). אויב מען האט נישט געענדיגט די סדרה קען מען דאס נאך משלים זיין וכו', אבער קודם דארף מען אנהייבן די סדרה פון די וואך, און נאכדעם איז מען משלים וואס מען האט פארפעלט.


אז מען הייבט אן מעביר סדרה זיין זונטאג, יעדן טאג איז מען מעביר סדרה אביסל פון די פרשה, דעמאלט ענדיגט מען דאס אין צייט; ווען עס קומט שבת האט מען שוין געענדיגט די סדרה און מען דארף נישט משלים זיין פריערדיגע פרשיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#177 - איך בין זייער מקנא מיין שוואגער
מדות טובות, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א שאלה וואס שטערט מיך זייער. איך וועל דערציילן דברים כהוויתן, איך מיט מיין שוואגער האבן ביידע געלערנט אין כולל צוזאמען פאר 15 יאר צוריק, ער איז אויסגעוועלט געווארן צו זיין א מגיד שיעור און איך בין געבליבן אין כולל. ווען איך האב געדארפט מער געלט האב איך אנגעהויבן לערנען פריוואט מיט בחורים, א חלק וואס האלטן נישט ביים לערנען און די עלטערן ווילן נאר אז מ'זאל זיי האלטן אין די ראמען. נאכמיטאג לערן איך א שעה און א האלב יעדן טאג מיט איינעם א חסר דעה וואס דער טאטע צאלט מיך ער זאל ליינען אביסל.


ווען איך טרעף מיין שוואגער און איך זע ווי ער איז פארנומען מיט לערנען, שווימט מיר אויף די קשיא, וואו איז דער יושר? פארוואס דארף איך זיין פארנומען מיט שטותים, ווען ער איז פארנומען מיט גאלד? איך האלט אפילו אז איך בין אביסל מער א למדן פון אים, פארוואס האט דער אייבערשטער מיר פארטריבן?


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך.


דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריין געקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן. אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן, ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' וואס באמת דארף א מענטש וויסן אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די סארט לעבן; אזא ווייב, אזאלכע קינדער, וכו' וכו', דארף מען גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי  חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:): עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיך רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול, און אבא אמנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


עס איז געווען א פרוי וואס פלעגט זייער מקנא זיין אירע שכנים, און זי פלעגט שטענדיג מוטשען איר מאן: "קוק ווי אונזערע שכנים גייען ארויס פארברענגען צוזאמען צוויי מאל א וואך, פארוואס נעמסטו מיר קיינמאל נישט ארויס?" דער מאן פלעגט איר אלץ זאגן: "איך האב ליב צו זיין מיט דיר אין שטוב, וואס דארפסטו קוקן אויף די שכנים? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה", ער פלעגט איר זאגן: "איך בין גוט צו דיר, איך בין געטריי צו דיר, איך העלף דיר", אבער זיין ווייב האט געהאט אין זיך קנאה, זי פלעגט שטיין ביי די פענסטער קוקן ווי די שכנים גייען ארויס צוויי מאל א וואך; זי פלעגט ממש אויסגיין פאר קנאה זעענדיג ווי זיי זיצן אין זייער קאר און פארן אוועק וכו', און זי פלעגט זייער שטארק מוטשען איר מאן אז זיי דארפן אויך פארן וכו'. ביז איר מאן האט איר איינמאל געזאגט: "איך ווייס נישט וואו צו פארן, אפשר פרעגסטו די שכנים וואו זיי פארן צוויי מאל א וואך?" דעמאלט האט זי שוין געהערט וואו זיי פארן; "מיר גייען צוויי מאל א וואך צו א שלום בית מאכער" - האט די שכנ'טע איר געענטפערט...


דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן; יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון אים, און צוליב דעם איז ער באשאפן געווארן.


אפילו ווען עס קומט צו רוחניות, טאר מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן. מוהרא"ש זאגט, אז דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה חָכְמָה", איז נישט פשט מען זאגט דעם מענטש: 'דו דארפסט מקנא זיין א צווייטן און אים נאכמאכן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן נישט קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה "סוֹפְרִים", נאר קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה "חָכְמָה", ווייל די נקודה איז נישט יענעם נאכצומאכן, נאר ווען איך זע ווי יענער איז זייער שיין מצליח, תַּרְבֶּה "חָכְמָה", דארף איך טראכטן צו מיר וואס קען איך טון אז איך זאל מצליח זיין אין מיין זאך.


ווען דער רבי האט געענדיגט צו דערציילן די מעשה פונעם חכם מיטן תם האט דער רבי אויסגעפירט: "און אז דאס דאווענען איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, איז עס א שיכעלע מיט דריי עקן"; זעט מען אז ביי רוחניות דארף מען זיך אויך נישט מבלבל זיין פון א צווייטנס עבודה.


עס איז וויכטיג דו זאלסט נאכקוקן וואס דער הייליגער ר' נתן זאגט אויף דעם (ליקוטי הלכות, הלכות פסח ט, אות כב): פונקט ווי א מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן, נאר מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צופאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער - זאגט ר' נתן – דארף א מענטש זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון זיינע ערליכע חברים, ווען ער זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, בשעת ווען מען קוקט זיך אן און מען זעט ווי אזוי מען זעט אויס וכו', "וְכָל זֶה אִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר בִּכְתָב, רַק כָּל אֶחָד יָבִין בְּעַצְמוֹ כְּפִי עִנְיָנָיו, וּכְנֶגֶד כָּל מִינֵי מְנִיעוֹת וַחֲלִישׁוּת הַדַּעַת שֶׁבָּעוֹלָם צְרִיכִין לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ הַנַּ"ל, בִּבְחִינַת אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם, לַחֲשֹׁב כְּאִלּוּ הוּא יְחִידִי בָּעוֹלָם".


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען חיזוק פון מיינע ווערטער וואס איך האב דיר געשריבן און דו וועסט פארשטיין ווי אזוי מען קען לעבן א חיים טובים דורכן קוקן אויף זיך, און מען חזר'ט זיך איין די ווערטער פונעם הייליגן תם: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר, דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה; און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך האב פארדינט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#176 - פארוואס האט איר געגעבן אן אינטערוויו פאר די פרייע "ערוץ שתים"?
ענינים שונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר זאלט מיר מוחל זיין פאר'ן פרעגן, אויב איר קענט מיר ערקלערן פארוואס איר האט געגעבן אן אינטערוויו פאר די פרייע מידיא פראגראם "ערוץ שתים" פון ארץ ישראל, אין די צייט וואס איר געבט נישט קיין שום אינטערוויוס פאר קיינעם, אפילו פאר גאר חרדישע און ערליכע אויסגאבעס וואס ווילן האבן אן אינטערוויו פון אייך. איך קען דאס באמת נישט פארשטיין.


א גרויסן יישר כח.


ברוך

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ברוך נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו ענטפערן אויף די שאלה וואס איר פרעגט, ווייל איך וויל מען זאל וויסן די מעשה וואס האט דא פאסירט.


צום ערשט זאלט איר וויסן אז דאס וואס איך געב נישט קיין אינטערוויאס וכו' דאס איז ווייל מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר כמה פעמים געזאגט אז איך זאל קיינמאל נישט געבן קיין אינטערוויאס, און איך זאל נישט האבן קיין מגע ומשא מיט די מידיע וכו' (חוץ איין מאל האט מוהרא"ש מיר יא געהייסן רעדן, ואין כאן המקום להאריך).


דאס וואס עס האט יעצט פאסירט וכו', דאס האט זיך אזוי געפירט אן מיין ווילן; איר פארשטייט אליינס, אז אויב איך געב נישט קיין אינטערוויאס פאר קיין איין צייטונג, אפילו א פרומע וכו', האב איך דאך זיכער נישט געוואלט געבן פאר זיי אן אינטערוויא. און וויבאלד חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שקלים יד:): "אָדָם צָרִיך לָצֵאת יְדֵי הַבְּרִיּוֹת כְּדֶרֶך שֶׁצָּרִיך לָצֵאת יְדֵי הַמָּקוֹם", אזוי ווי עס שטייט (במדבר לב, א): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּים מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל", נאך שטייט (משלי ג, ד): "וּמְצָא חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם", וועל איך אייך פארציילן וואס דא האט פאסירט.


איר דארפט אליינס פארשטיין אז א איד טאר נישט האבן קיין שייכות מיט די פרייע מידיע וואס זוכן צו באשמיצן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל, זיי זוכן ווי זיי קענען אפשפעטן פון אידן וואס זיצן און לערנען זייער גאנץ לעבן, זיי זוכן ווי זיי קענען אויסרייסן די תורה; ביי זיי איז א תלמיד חכם אן איבעריגע זאך, און די ישיבות און כוללים זענען איבעריג, דערפאר שפעטן זיי פון די תורה רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו געבן שיעורים פאר אידישע קינדער שוין איבער צען יאר, דאס זענען שיעורים אין אמונה, עצות און חיזוק פון דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. די שיעורים זענען פאר די בחורים אין ישיבה; אויך זענען אנוועזנד ביים שיעור בחורים וואס לערנען נישט אין ישיבה, בחורים פון אנדערע ישיבות און בחורים וואס ארבעטן; אויך באטייליגן זיך ביי די שיעורים אינגעלייט וואס ווילן הערן אביסל חיזוק אויף עבודת השם וכו'; די שיעורים זענען פאר ווער עס וויל קומען הערן.


איין טאג זענען ארויפקומען אין ישיבה צוויי אינגעלייט און איך האב זיי געגעבן שלום; זיי האבן מיר געפרעגט צי זיי קענען קומען צום שיעור וואס איך געב פאר די בחורים, זאג איך זיי: "אודאי קענט איר קומען, יעדער קען קומען צו די שיעורים", זאגט מיר איינער פון זיי אין אידיש, אויפן צווייטן, וואס קען נישט קיין אידיש: "ער ארבעט פאר די מידיע און ער וויל רעדן מיט אייך", זאג איך אים: "זייט מיר מוחל אבער איך רעד נישט צו קיין שום מידיע", זאגן זיי מיר: "בסדר, דעמאלט וועלן מיר קומען הערן די שיעור, און אליין באשרייבן וואס מיר זעהן".


למעשה, איין טאג אינמיטן שיעור קומען אריין א גאנצע חברה מיט גרויסע מייקס, גרויסע קעמרעס און גרויסע ווידיאו מאשינען, עס איר מיר פשוט שלעכט געווארן, אבער איך האב ממשיך געווען מיט די שיעור און מיט די ניגונים אזוי ווי יעדן טאג. נאכן שיעור קומט דער אינגערמאן צו צו מיר זאגענדיג אז ער האט זייער הנאה געהאט, ער וויל נאר מאכן א בילד מיט מיר. נאכדעם זאגט ער מיר אז ער וויל מיר פרעגן א שאלה; איך האב נאך נישט געכאפט וואס דא גייט פאר, איך האב נישט געכאפט אז איך ווער אפגעכאפט און יעדעס ווארט וואס איך רעד ווערט רעקארדירט, ביז איינער האט מיר געזאגט שטילערהייט אין די אויער: "ראש ישיבה, געבט זיך אכטונג, ווייל מען כאפט אייך אפ יעדעס ווארט וכו'".


ווען איך בין אהיים פון ישיבה און זיך מתבודד געווען מיין גאנצן טאג מיטן אייבערשטן, האב איך ערשט געכאפט וואס דא איז געשען וכו'; איך האב זייער געבעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל נישט ארויסקומען פון דעם א חילול השם, איך האב פארציילט פארן אייבערשטן די גאנצע מעשה בפרטי פרטיות, אז איך האב נישט געוואלט רעדן מיט אים, און בשעת מעשה האב איך נישט געכאפט וואס זיי ווילן פון מיר, איך בין דא פשוט געפאלן א קרבן פאר זיי; איך האב זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן נישט נעמען מיינע ווערטער צו שטעכן ערליכע אידן. דאס אלץ שרייב איך אייך פשוט אלץ (במדבר לב, א): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּים מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול דורך אונז, עס זאל נאר גרויס ווערן דעם אייבערשטנס נאמען אויף די גאנצע וועלט, אלע זאלן תשובה טון, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.

#175 - חיזוק אויף כיבוד אב ואם
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים וואס איך הער פון אייך, דאס געבט מיר אסאך חיזוק און עצות אין לעבן.


ספעציעל האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון די שיעור פון דינסטאג שמות, ווען איר האט מחזק געווען און גאר שטארק גערעדט איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון כיבוד אב ואם. הלואי ווען איר קענט רעדן נאך מער פון דעם ענין, ווייל איך קען נוצן אסאך חיזוק אויף דעם.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די גרעסטע מצוה איז כיבוד אב ואם; מיט דעם וואס איר העלפט אין שטוב אייערע עלטערן קויפט איר זיך איין עולם הבא. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא: כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'"; דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט, און דאס וועט אייך צוריקומען ביי אייערע קינדער; ווייל אזוי ווי מען פירט זיך מיט די עלטערן אזוי וועלן זיינע אייגענע קינדער זיך פירן מיט אים.


איר שרייבט מיר אז איר האט זיך מחי' געווען מיט די דרשה וואס איך האב געגעבן פאר די בחורים ג' שמות וועגן כיבוד אב ואם; וויל איך אייך דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט. איר ווייסט דאך אז פרעמדע מענטשן קומען ארויף צו די שיעורים; נעכטן איז געזיצן ביים שיעור א איד מיט א ווייסע בארד, במשך דעם גאנצן שיעור איז ער געזיצן מיט זיין קאפ איינגעבויגן אויף אראפ, און איך האב נישט געוואוסט צי ער הערט בכלל אויס דעם שיעור. נאכן שיעור קומט ער צו צו מיר מיט טרערן אין די אויגן און פרעגט מיר: "וואס זאל איך טון אז איך האב מצער געווען מיינע עלטערן זייער גאנץ לעבן, נישט סתם מצער געווען נאר זיי אויפגעגעסן דאס געזונט?!" איך האב אים גארנישט געענטפערט, אבער איך האב געזען מיט די אויגן וואס מוהרא"ש זאגט: "ווי אזוי מען פירט זיך צו די עלטערן, אזוי וועלן זיך די קינדער פירן צו דיר"; דער איד איז היינט איינער אליין, זיינע קינדער ווילן נישט וויסן פון אים, זיין ווייב האט אים אויך איבערגעלאזט - א גאנצע מעשה באריכות; נעכטן האב איך באקומען א תירוץ אויף מיין קשיא וואס איך האב שוין יארן אויף דעם איד. איך פלעג זיך וואונדערן: 'וואס האט דער מענטש חוטא געווען, אז עס לויפן אים נאך די נישט גוטע?!' נאך דעם שיעור פון כיבוד אב ואם האט ער אליינס מיר דאס פארענטפערט.


דער רמב"ם זאגט (פרק ה' מהלכות ממרים, הלכה טו): "איינער וואס פארשעמט זיין טאטע אדער מאמע, אפילו בלויז מיט ווערטער, און אפילו נאר דורך ווינקען, איז ער פארשאלטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (דברים כז, טז): "אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ", פארשאלטן זאל זיין דער וואס פארשעמט זיין טאטע אדער מאמע, אפילו איינער איז מבזה זיינע עלטערן נאר ברמיזה"; נאך ווערט געברענגט אין ספר חרדים (פרק ט, סימן לה): "אפילו איינער לאכט אפ פון זיינע עלטערן ביי זיך אין הארץ, איז ער שוין אויך בכלל 'אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ'".


עס שטייט אין די תורה (ויקרא א, ב): "אָדָם כִּי יַקְרִיב מִכֶּם קָרְבָּן"; מוהרא"ש זאגט אז "מִכֶּ"ם" איז די ראשי תיבות מִ'דָּה כְּ'נֶגֶד מִ'דָּה. די וועלט איז נישט הפקר, נאר ווי אזוי א מענטש פירט זיך צו זיינע עלטערן וועט ער צוריק באקומען פון זיינע קינדער מיט פראצענט.


נאכדעם וואס דער איד האט מיר דאס פארציילט האב איך פארשטאנען פארוואס ער איז געזיצן א גאנצן שיעור מיטן קאפ אראפ; ער האט די ערשטע מאל אין לעבן געהערט א תירוץ פארוואס זיינע קינדער ווילן נישט רעדן צו אים, עס איז אים פארענטפערט געווארן פארוואס ער איז אזוי פארוואגעלט השם ישמרינו.


דערפאר זאלט איר וויסן אז אשרי חלקך אז איר זענט מכבד אייערע עלטערן און איר העלפט אין שטוב; אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו עסן די שכר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

#174 - מיין מאן איז א מפיץ, און דאס איז מיר נישט צום הארצן
תפילה והתבודדות, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים און חיזוק וואס איך הער יעדן טאג פון אייך ביי די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, עס געבט אונז צו גאר פיל צום לעבן, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין מאן און קינדער, אפילו די גאר קליינע קינדער ווייסן שוין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע קליינע זאך וואס זיי דארפן.


אזוי ווי מיין מאן איז א מפיץ, האב איך זיך געוואלט דורכשמועסן מיט אייך איבער עטליכע זאכן וואס עס שטערט מיר וועגן הפצה.


קודם די גאנצע זאך פון הפצה לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי מ'קען טון אזא זאך צו לעבן אויף די צדקה וואס די מענטשן געבן, און דאס הייסט נאך אן ארבעט?


איך קום פון א שטוב וואו מ'האלט זייער שטארק קעגן מוהרא"ש, מיר טארן זיי אפילו נישט דערציילן וואס מיין מאן טוט, און דעריבער קען איך נישט האבן קיין חיזוק פון מיינע עלטערן איבער דעם. אויך שטערט מיר זייער ווען דאס גייט איבער די גרעניצן, ווען הפצה גייט אויפ'ן חשבון פון אנדערע וויכטיגע זאכן, צום ביישפיל ווען מ'גייט ארויס אינדערפרי אין א פרייטאג, ערב יום טוב, אדער חול המועד, און מ'קומט צוריק ממש ביים זמן, און דאס שטערט אויך זייער פאר די חינוך פון די קינדער (זיי טארן אויך נישט וויסן וואו טאטי איז, אז זיי זאלן דאס נישט איבערדערציילן פאר אנדערע קינדער).


איך האף אז איר וועט מיר קענען מחזק זיין און אויסלערנען ווי אזוי אנצונעמען די גאנצע זאך פון הפצה וואס איז זייער פרעמד פאר מיר, און ס'שטערט מיר זייער שטארק.


אויך האב איך געוואלט פרעגן וועגן רעדן צום אייבערשטן, כאטש וואס ווי געזאגט איז אונזער גאנצער שטוב געשטעלט אויף תפלה, יעדער איינער פון קליין ביז גרויס רעדט צום אייבערשטן, אבער עס מאכט זיך אסאך זאכן וואס איך בעט דעם אייבערשטן שוין זייער לאנג און איך בין נאכנישט געהאלפן געווארן, און דאס ברענגט אריין אין מיר א יאוש אז איך זאל אויפהערן צו בעטן, וואס קען איך טון דערצו?


דער באשעפער זאל אייך געבן ווייטער כח און מח צו קענן אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט צו מחזק זיין אידישע קינדער, און איר זאלט האבן אלעס גוטס וואס איר דארפט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל אז איך האב אייך נישט געענטפערט א לאנגע צייט, זייט מיר דן לכף זכות; איך בין זייער פארנומען מיט די ישיבה, תלמוד תורה און מיידל שולע, אלעס ליגט אויף מיין קאפ.


איך האב באקומען אייער בריוו ערב ראש השנה אין אומאן; ווען איך בין אהיים געקומען האב איך געדארפט מסדר זיין די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול וכו', פארן קומענדיגע יאר, דעריבער איז עס אפגעשטופט געווארן ביז יעצט.


קודם וויל איך אייך מחזק זיין, איר זאלט וויסן אז איך בין פשוט מקנא אייער מאן ווי ער איז זיך מוסר נפש מיט אן אויסטערלישן מסירות נפש צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף די גאנצע וועלט; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי איינער וואס איז עוסק אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפן פסוק (ירמיהו טו, יט): "וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה", ווען א מענטש ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן – "אֲפִילוּ הַקָבָּ"ה גוֹזֵר גְזֵירָה, מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס מאכט א גזירה, איז ער עס מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך אייך ענטפערן אויף יעדע איינציגע שאלה וואס איר פרעגט:


א. איר שרייבט אז עס לייגט זיך נישט אויף אייער שכל די גאנצע זאך פון הפצה און לעבן אויף צדקה וואס מענטשן געבן וכו'; איך וויל אייך פרעגן, ווי אזוי קוקט איר אן אן הצלה מאן, אז מען זעט אינגעלייט לויפן טאג און נאכט, זומער און ווינטער צו ראטעווען אידן; אלע קוקן ארויף אזא איינעם, וואס הייסט, ער געבט אוועק זיין צייט, געלט, עסן און שלאפן - אבי צו ראטעווען א איד, קיינער קוקט זיי נישט אן ווי א שנארער וכו', דאס זעלבע - און נאך אסאך מער - איז א מפיץ; ער געבט אוועק זיין לעבן, זיין נאמען וכו', אבי אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, נאך א איד זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, נאך א איד זאל האבן שלום בית, ער גייט פארשפרייטן די אמונה ביי אידישע קינדער; וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען.


קוקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן כד): "הַמַּחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה, זוֹכֶה וְיוֹשֵׁב בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה, וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַטֵּל הַגְּזֵרָה בִּשְׁבִילוֹ", א מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן, איז זוכה צו זיצן אויבן אין הימל אין די ישיבה פונעם אייבערשטן, און אין זיין זכות איז דער אייבערשטער מבטל אלע שלעכטע גזירות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵים נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא"; דאס איז בגשמיות, כל שכן ברוחניות - אז מען ברענגט צוריק א מענטש וואס איז שוין אינגאנצן מיואש ביי זיך, און מען שיינט אריין אין אים אז ער האט נאך א תקוה און א האפענונג, איז דאך זיכער כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא.


ווי לאנג איז דען די גאנצע לעבן פון א מענטש? אונזערע טעג זענען צוגעגליכן "כצל עובר", ווי א שאטן וואס גייט פארביי. עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש; די יארן פליען אוועק זייער פלינק און מען גייט שוין באלד צוריק צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): די יארן פון א מענטש גייען נישט דורך אזוי שנעל ווי א שאטן פון א וואנט, און נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליהט; וואס וועלן מיר מיט נעמען מיט אונז? נאר דאס ביסל וואס מיר האבן אוועק געגעבן פון אונז פאר א צווייטן איד, נאר דאס ביסל וואס מיר האבן אריין געברענגט דעם אייבערשטן אין אידישע קינדער.


די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה, זיי זענען מפיץ אין די הייזער, אין שולן און אין אפיסעס, און זענען מזכה אידישע קינדער צו טון תשובה, זיי זענען נישט קיין שנארערס, זיי זענען נישט קיין מקבלים, נאר די זענען משפיעים, זיי געבן פאר מענטשן לעבן, זיי געבן פאר אידישע קינדער שכל, און דאס הייסט נישט אז מען לעבט פון צדקה געלט.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פאלגט דעם רבי'ן; דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


איך וויל אייך פרעגן, איר אליינס שרייבט מיר א גאנצע מגילה ווי שטארק איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנ'ס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד? אז ער איז א שנארער, א בטלן, אדער גאר א מלאך, א צדיק, און א בעל מסירות נפש.


ב. איר שרייבט אז איר קומט פון א שטוב וואס מען איז קעגן מוהרא"ש וכו', און איר דארפט באהאלטן די גאנצע זאך פון הפצה וכו'; איר דארפט זיך פרייען אז איר האט א מאן וואס פירט זיך אויף מיט יראת שמים, א מאן וואס גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, א מאן וואס פארפעלט נישט צו לערנען די הייליגע תורה. עס דארף אייך נישט שטערן וואס די משפחה זאגט, איר דארפט זען אויפצושטעלן א שיינע משפחה, און אז איר וועט זיך פארטראגן מיט אייער מאן, איר וועט זיך מכבד זיין איינער דעם צווייטן, וועט איר האבן ליכטיגע דורות.


עלטערן דארף מען מכבד זיין, און פאר עלטערן דארף מען דערציילן נאר גוטע זאכן. בכלל דארף מען וויסן אז עס איז נישט גוט אז מען קרעכצט פאר די עלטערן וכו', עלטערן ווילן נאר הערן אז אלעס איז אין ארדענונג, עס איז דא פרנסה, מען געבט אן ערליכן חינוך פאר די קינדער און אז מען קומט זיך אויס צווישן זיך. קלוגע עלטערן מישן זיך נישט אריין ווען זיי זעען ווי זייערע קינדער לעבן צופרידן, אפילו ווען זיי זעען ווי די קינדער גייען צו אנדערע רבי'ס וכדומה.


עלטערן מישן זיך אריין ווען זיי זעען אז די טאכטער איז נישט צופרידן וכו'; ווען די טאכטער האלט אין איין קרעכצן: "עס איז נישט דא קיין געלט", "דאס טויג נישט", "יענץ טויג נישט", דעמאלט קומען די עלטערן און זוכן זיך אריין צו מישן. ממילא, אז איר וועט זיך נישט אפרעדן פאר אייערע עלטערן, נאר איר וועט כסדר אויסרומען אייער מאן אז ער העלפט און ער ברענגט פרנסה וכו', וועט זיי נישט באדערן אז ער איז א מפיץ.


ג. איר שרייבט אז אייער מאן גייט הפצה ערב שבת און ערב יום טוב, ער קומט אהיים ממש ביים זמן הדלקת הנרות, און דאס גייט אויפן חשבון פון חינוך הבנים וכו'; מיט דעם געב איך אייך גערעכט. הפצה טאר נישט גיין אויפן חשבון פון די ווייב אין קינדער. אמת, הפצה איז זייער גרויס, אבער מען טאר נישט פארגעסן פון די אייגענע ווייב אין קינדער.


מי לנו גדול פון ר' נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין הפצה, ער האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט, אבער ווען עס איז געקומען צו חינוך הבנים האט ער אלעס אוועק געלייגט, ער האט געזאגט: "עס איז מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, און ר' נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר, ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, זיי מחנך זיין זיי זאלן אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג. א קינד וואס זיינע עלטערן האבן אים שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע, אים איז גרינגער דאס צו טון זיין גאנץ לעבן. אודאי דארף יעדער מענטש חיזוק, און יעדער מענטש האט א יצר הרע וכו', אבער מיט א גוטע חינוך בלייבט די יראת שמים און אידישקייט איינגעבאקן אין הארצן.


ד. איר שרייבט אז איר דארפט באהאלטן פון אייערע קינדער אז אייער מאן גייט הפצה וכו' כדי זיי זאלן דאס נישט דערציילן פאר אנדערע; איר דארפט נישט באהאלטן פון אייערע קינדער וואס אייער מאן טוט, איר דארפט זיין שטאלץ מיט דעם, נאך אביסל וועלן אייערע קינדער מיט גיין מיט אייער מאן, אים העלפן פארשפרייטן אמונה אויף דער וועלט. באהאלטן דארף מען זיך ווען מען טוט עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ.): ווען א מענטש זעט אז דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויף אים, זאל ער זיך באהאלטן אין א פלאץ וואו קיינער קען אים נישט, ער זאל זיך אנטון שווארץ, כדי עס זאל נישט ארויסקומען דורך אים א חילול השם; אבער מיט א גוטע זאך דארף מען זיין שטאלץ.


ביי אונז אין תלמוד תורה האבן מיר איינגעפירט אז יעדן פרייטאג צופרי גייען די קינדער פון אכט יאר אלט אין אלע שולן מיט ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, און זענען דאס מפיץ.


ה. דאס וואס איר פרעגט וואס מען זאל טון אז מען איז מתפלל צום אייבערשטן א לאנגע צייט און מען זעט נישט אז מען זאל געהאלפן ווערן; די קשיא פרעגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש זעט אז ער בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער האט עס נישט באקומען, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ וְקַוֵּה אֶל ה'".


איך האף אז איר וועט באקומען אן אנדערע בליק אויף הפצה, און איר וועט מחזק זיין אייער מאן ני"ו ער זאל ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער מאן, אמן.

#173 - א מיידל וויל טרעפן איר שידוך
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה געבט אייביג עצות פאר א בחור ווי אזוי א חתן צו ווערן, האב איך געוואלט פרעגן וועלכע עצות איז דא פאר א מיידל א כלה צו ווערן?


א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא איין עצה צו טרעפן א שידוך, נישט קיין חילוק א בחור אדער א מיידל, די עצה איז תפילה און נאכאמאל תפילה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל "מֵה' יָצָא הַדָּבָר"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די עצה סיי פאר א בחור סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג", ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


וואס דארפט איר מער פון לאה, וואס זי האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט יעקב אבינו נאר דורך תפילה; זי האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז זי וויל חתונה האבן מיט א צדיק, ווייל זי האט זייער מורא געהאט אז זי גייט באקומען א מאן א רשע. מענטשן פלעגן זאגן אז זי וועט חתונה האבן מיט עשו הרשע, און רחל וועט חתונה האבן מיט יעקב אבינו, אבער לאה האט נישט געוואלט חתונה האבן מיט עשו, נאר זי האט געוואלט האבן א מאן א צדיק, האט זי געוויינט צום אייבערשטן אלע אירע טעג, ביז זי האט זוכה געווען צו א מאן א צדיק, און רוב שבטים זענען ארויס געקומען פון איר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער ריכטיגער שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#172 - איך בין צוגעבינדען צו קויפן אסאך לאטעריעס
מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גרויסע פראבלעם וואס איך קען נישט ארויסגיין דערפון, יעדעס מאל ווען איך גיי אריין אין א געז סטעישאן, ציט מיך צו קויפן לאטעריס. אין איך געב אוועק א גרויס חלק פון מיין געלט פאר דעם.


יעדעס מאל טראכט איך אז יעצט וועל איך געווינען אסאך געלט און מער נישט דארפן ארבייטן שווער. און יעדעס מאל וואס איך געווין נישט, האב איך חרטה פאר'ן אויסגעבן געלט, און אזוי גייט עס יעדעס מאל.


איך זע אז דער ראש ישיבה געבט עצות אויף יעדע זאך, אפשר איז דא א גרינגע עצה פאר דעם אויך? איך ליין כמעט יעדן טאג די בריוון אויף די וועבסייט און ס'איז מיר מורא'דיג מחיה.


שלומי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שלומי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער גאנצער שפיל פון לאטעריס איז א שטיק בלאף, זיי מאכן מען זאל געווינען דא און דארט אביסל געלט, אלץ נאר אז מענטשן זאל ווערן מער אריין געשלעפט אין דעם.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפד): דער יצר הרע מאכט אמאל איינער זאל רייך ווערן דורך עפעס א וועג וכו', און מען מאכט א גאנצע עסק פון דעם, אלע מענטשן רעדן פון דעם, און מען איז אים מקנא, אבער דאס איז אלעס א שפיל פונעם ס"מ צו פארדרייען דעם קאפ פון מענטשן. דער רבי פירט אויס די שיחה מיט די ווערטער: "דער אייבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן מיר זאלן נישט פארדרייט ווערן פון דעם".


די אלע וואס ווערן נעבעך אריין געשלעפט אין געמבלינג, ווערן זייער גרויסע ארעמעלייט, און ביים סוף בלייבן זיי גרויסע קבצנים. קודם פארלירט מען די געלט, און נאכדעם פארלירט מען נעבעך די ווייב און קינדער.


געמבלינג איז א שרעקליכע טויט שפיל; אין אנהייב ווייזט מען פארן מענטש כאילו ער פארדינט געלט, אבער צום סוף ווערט מען נעבעך א בלוטיגער ארעמאן; עס איז א שרעקליכע מחלה וואס איינמאל מען פאלט אריין אין דעם איז זייער שווער ארויסצוקריכן דערפון. ווייל יעדעס מאל טראכט מען: 'יעצט גיי איך פארדינען', 'דאס מאל וועל איך שוין טאקע רייך ווערן', וואס באמת איז דאס א נעץ וואס כאפט אריין דעם מענטש טיפער און טיפער.


דו שרייבסט אז דו דארפסט אן עצה נישט צו קויפן מער קיין לאטעריס, עס זעט דיר אויס ווי דו קענסט נישט ארויסקריכן דערפון, ווייל יעדעס מאל זאגסטו צו זיך אז דו גייסט מער נישט קויפן וכו', אבער למעשה קויפסטו דאס ווייטער; וויסן זאלסטו אז יעדער מענטש האט א בחירה, און מען קען ארויסגיין פון יעדע שלעכטע געוואוינהייט.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן פרעגן ווי אזוי עס קען זיין אז א מענטש האט א בחירה; אויב מען איז צוגעקלעבט צו שלעכטע מעשים ווי איז שייך צו זאגן פארן מענטש: "דו האסט א בחירה"? עס איז דאך אומעגליך זיך אפצושיידן פון א געוואוינהייט וואס מען האט זיך צוגעוואוינט צו טון! האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קי): "עס איז זייער פשוט צו פארשטיין דער ענין פון בחירה; אויב מען וויל טוט מען עס, און אז מען וויל נישט טוט מען נישט"; שרייבט ר' נתן (שם): "איך האב מיר פארצייכנט וואס דער רבי האט אים געענפערט, ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם, זיי פרעגן די קשיא: "ווי איז שייך צו זאגן אז איך האב א בחירה, ווען איך קען מיר נישט אפשיידן פון מיין געוואוינהייט וואס איך האב זיך צוגעוואוינט צו טון?" דערפאר מיינען זיי אז עס איז טאקע אומעגליך ארויסצוקריכן פון דעם, אבער באמת איז נישט אזוי, נאר יעדער מענטש האט שטענדיג א בחירה און קען אויפהערן טון שלעכטע מעשים.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט פטור ווערן פון די מחלה; תפילה האט אזא כח אז דורך תפילה קען מען ארויסקריכן פון יעדע סארט זומפ וואו מען איז אריין געפאלן, און מיט תפילה קען מען ארויסגיין פון אלע שטארקע תאוות רעות (עדיקשאנס).


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, וועסטו זיכער ארויסקריכן פון דעם:


"רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך בין אריין געפאלן אין א משוגענע תאווה פון געמבלען, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען מיר נישט זען ארויס קריכן פון דעם, איך אליין ווייס אז דאס איז נישט גוט פאר מיר, דאס נעמט מיר אוועק מיין געלט, דאס צעברעכט מיין משפחה. יעדן טאג מאך איך אפ אז איך גיי מער נישט קויפן קיין לאטעריס, אבער נאכדעם גיי איך צוריק צו מיינע אלטע מעשים. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן שכל צו וויסן אז דאס איז נישט גוט פאר מיר, העלף מיר איך זאל טרעפן אן עצה ארויס צו קריכן פון די נארישע תאוה.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען פון דיר, איך זאל גלייבן באמונה שלימה אז געלט קומט נאר פון דיר, אזוי ווי עס שטייט (חגי ב, ח): "לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָּהָב, נְאֻם ה' צְבָאוֹת", די גאנצע געלט קומט פון דיר; העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל מיך נישט איינרעדן פאר קיין איין רגע אז איך קען רייך ווערן פון די נארישע תאוה; העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, העלף מיר איך זאל אריין כאפן יעדן טאג אפאר פרקים משניות, וואס נאר דאס וועט איבער בלייבן פון מיר, אמן".


איך האף אז דו וועסט אנעמען די ווערטער וואס איך שרייב דיר, און דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ווערן א געזונטער מענטש און טון נאר קלוגע זאכן. דו וועסט האבן שכל ענדערש צו געבן די פאר דאללער פאר דיין ווייב וכו', און עס וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#171 - מיינע עלטערן זענען צעטיילט, איך דארף חיזוק
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי דער אייבערשטער שיקט פראבלעמען פאר יעדן מענטש, אזוי אויך האט דער אייבערשטער געשיקט א פראבלעם פאר אונזער משפחה. אונזער טאטע איז ליידער אוועק פון אידישן דרך, און אזוי ווי ס'איז געווען זייער שווער פאר אונזער משפחה האבן מיין טאטע און מאמע מחליט געווען אז זיי גייען וואוינען אין אנדערע הייזער, און פאר דערווייל שלאפן מיין מאמע און טייל פון מיינע געשוויסטער און איך ביי מיין באבע, און מיר גייען אפאר מאל צו מיין טאטע אינדערהיים.


טייערער ראש ישיבה, איך פיל ווי איך טראג נישט אריבער די צער, איך בעט דיר אז דו זאלסט מיר צוריקשרייבן א בריוו מיט גוטע עצות פון רבי'ן, איך זאל זיך קענען מחזק זיין און דערהאלטן.


ברוך ה' אז איך האב דעם אייבערשטן און מיין מאמע וואס פארשטייען מיר און העלפן מיר ארויס ווען איך האב א פראבלעם, און אויך האב איך א ראש ישיבה וואס איז מיר מחזק מיט די לימודים פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


אן עלף יעריג אינגל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... ני"ו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך געוויינט; און ווען איך דערמאן זיך נאר פון דיין בריוו וויין איך.


איך בין נעכטן נאכט ארויס געפארן קיין קרית יואל - מאנרא געבן א שיעור אין בית המדרש היכל הקודש, דערנאך בין איך ארויף געגאנגען צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהילים, און נאכדעם האב איך פארגעליינט דיין בריוו מיט הייסע טרערן פארן אייבערשטן, אזוי ווי חזקיהו המלך האט געטון מיט די בריוו וואס ער האט באקומען וכו', אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו לז, יד): "וַיִּקַּח חִזְקִיָּהוּ אֶת הַסְּפָרִים וגו', וַיִּפְרְשֵׂהוּ חִזְקִיָּהוּ לִפְנֵי ה'", חזקיהו איז געגאנגען אין בית המקדש און פארגעליינט די בריוו און דאס געוויזן פארן אייבערשטן; איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן וואס גיין אריבער צער און ווייטאג.


דיין צער וואס דו גייסט אריבער איז שרעקליך; עס טוט דיר זייער וויי אז דיינע עלטערן האבן זיך צעטיילט וכו', עס רייסט דיר דיין הארץ אז דיין טאטע וויל זיך נישט פירן אידיש און היטן תורה ומצוות, עס ווייטאגט דיר אז די גאנצע משפחה איז צעריסן געווארן וכו'. אין דיין בריוו שרייבסט מיר: "טייערער ראש ישיבה, איך שפיר ווי איך טראג עס נישט איבער..." וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ... ני"ו, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך וויין מיט מיט דיר.


איך וויל דיר מחזק זיין טייערער ... ני"ו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, און מען טאר נישט האבן קשיות אויפן אייבערשטן. מען דארף אסאך חזר'ן די ווערטער: "מיר ווייסן גארנישט"; "מיר ווייסן איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און ער טוט וואס עס איז גוט פאר אונז"; מיר קענען איין זאך טון, מיר קענען בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער איינער מיט זיינע צרות וכו'.


וויסן זאלסטו טייערער ... אז מען דארף גלייבן אין תפילה; מען דארף גלייבן אז מיט תפילה קען מען אלסדינג פועל'ן. דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויפן אונזער דור, ער האט אראפגעשיקט דעם רבינ'ס נשמה ער זאל אונז מחזק זיין און פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים.


ווען א מענטש רעדט זיך אויס צום אייבערשטן, און בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן, דעמאלט קומט דער אייבערשטער און נעמט אן יעדע איינציגסטע טרער, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק (שמות ב, ו): "וְהִנֵּה נַעַר בֹּכֶה, וַתַּחְמֹל עָלָיו, וַתֹּאמֶר מִיַּלְדֵי הָעִבְרִים זֶה", זאגט דער זוהר הקדוש (שמות יב:): "דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן גייען ארויף די טרערן גלייך צום אייבערשטן, קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים, און זאגט: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין נאך א קליין קינד און איך דארף א טאטע מיט א מאמע; הייליגער באשעפער, איך בעט דיר, עס איז מיר אזוי שווער אז מיין משפחה איז צעריסן, העלף מיין טאטע זאל תשובה טון. מאך מיר פרייליך, העלף מיין מאמע אז זי זאל האבן כח מחנך צו זיין די קינדער אויפן דרך התורה, העלף מיר איך זאל זיין שטארק מיט די תורה, איך זאל אייביג זיין אן ערליכער איד, איך זאל אייביג היטן שבת, איך זאל מיר פרייען מיט מיין פיאות, און איך זאל זיין שטאלץ מיט מיין ציצית", זאגט דער זוהר הקדוש, ווען דער אייבערשטער זעט ווי א איד וויינט צו אים, זאגט דער אייבערשטער: "אלע גזירות זאל מען צערייסן", ער האט רחמנות אויף אים און העלפט אים ארויס אין זיין צרה.


דערפאר בעט איך דיר, פאלג דעם רבי'ן; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, פארצייל אים אלע דיינע מחשבות, פארצייל אים אז דו ווערסט פארטראכט און דו קענסט נישט מיט האלטן אין חדר אזוי ווי אמאל. האב נישט מורא צו וויינען, עס איז זייער גוט און געזונט צו וויינען אביסל יעדן טאג פארן אייבערשטן. שטארק דיר און גלייב אינעם אייבערשטן, גלייב אז דער אייבערשטער וועט העלפן אז אלע אידן וועלן תשובה טון וכו'.


אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז עס איז מיט גרויסע חסדים; מיט אלע שוועריקייטן וואס דו האסט, האט דער אייבערשטער דיר געמאכט א גרויסע נס אז דו האסט א טייערע מאמע תחי' וואס זי העלפט דיר און זי פארשטייט דיר, אזוי ווי דו אליינס שרייבסט מיר אין דיין בריוו אז דו דאנקסט דעם אייבערשטן פאר דיין מאמע וכו'.


אויף דעם וואס דיין טאטע פירט זיך נישט אידיש רחמנא לצלן, זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיין טאטע זאל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן מיט אלע אידישע קינדער וואס זענען נעבעך אוועק געפאלן, דורך תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


די פאר מאל וואס דו גייסט צו דיין טאטע זאלסטו זיך אויפירן צו אים מיט דרך ארץ; דו דארפסט אים מכבד זיין, ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער. אבער אויב ער הייסט דיר חס ושלום מחלל שבת זיין, טארסטו אים נישט צוהערן. דער זעלבער אייבערשטער וואס זאגט אז מיר דארפן מכבד זיין טאטע מאמע ער זאגט אויך אז אויב דער טאטע הייסט מחלל שבת זיין טאר מען נישט צוהערן.


דו זאלסט זיין שטארק ווי א לייב נישט אוועק צו גיין פון די תורה, ווייל אז מען לאזט אפ די תורה, האט מען נישט קיין לעבן - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט.


די אלע וואס גייען אוועק פונעם דרך התורה זענען נעבעך זייער צעקלאפטע מענטשן; זיי מיינען אז מען קען נישט זיין פרייליך ווען מען איז א איד, זיי מיינען אז דער גוי לעבט א בעסער לעבן ווי דער איד, דערפאר לאזן זיי אפ די תורה, השם ישמרינו. דער אמת איז אבער, אז אויב מען היט נישט די תורה, מען פירט זיך נישט אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן, דעמאלט האט מען נישט קיין לעבן; דאס לעבן ווערט נעבעך אויס, מען פארלירט אלעס און מען בלייבט איינער אליין, מען האט נישט נישט דער וועלט און נישט יענע וועלט.


איך פריי מיר זייער אז דו האסט מיר געשריבן א בריוו, און איך וויל אז דו זאלסט מיר שרייבן יעדן טאג א בריוו, לכל הפחות איין מאל א וואך, און איך וועל דיר מחזק זיין מיט די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן.


הצלחה רבה.

#170 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט א ווילד אינגל?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אייערע הערליכע שיעורים וועלכע העלפן אונז אזוי שטארק ארויס אין לעבן.


מיר האבן געוואלט פרעגן וועגן אונזער פינף יעריג אינגל. עס איז אים זייער שווער איינצוזיצן סיי אינדערהיים און סיי אין חדר, און אויך פרובירט ער צו הערשן אויף יעדן איינעם, אריינגערעכנט אויף די עלטערן. ווי אזוי קענען מיר זיך אן עצה געבן מיט אים. מיר האבן שוין פרובירט אסאך מיט גוטנס, אים צו געבן באלוינונגען און דאס גלייכן ווען ער איז וואויל, אבער גארנישט האט געהאלפן.


אויך האט ער ליב זיך צו שפילן מיט בעלי חיים, האבן מיר געוואלט פרעגן אויב ס'איז כדאי מיר זאלן אים שיקן צו א פלאץ וואו מען קען שפילן מיט בעלי חיים, ווי צום ביישפיל הינער און קאטשקעס און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


מרת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עלטערן וואס ווילן זוכה זיין צו גוטע קינדער דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליין; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, ווייל חינוך איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך. חינוך איז זייער א שווערע עבודה, מען דארף וויסן וויפיל צו זאגן און ווי אזוי צו זאגן, ווי שטרענג דארף מען גיין וכו'; אז מען לייגט אריין כוחות אין די קינדער, און פארשטייט זיך אסאך תפילה, שניידט מען שפעטער שיינע פירות.


דאס וואס איר שרייבט אז 'וויפיל מיר פרובירן צו גיין מיט גוטנס וכו' גייט עס נישט'; אסאך מאל, ווייל מען געבט אסאך גוטס, דוקא דאס איז די סיבה פארוואס עס גייט נישט. מען דארף מחנך זיין די קינדער ווען זיי זענען יונג צו פאלגן, ווען א קינד פאלגט וואס מען הייסט אים, קומט אים נאך נישט דער וועלט פארדעם; ווען א קינד עסט אויף די נאכטמאל אדער נעמט צוזאמען די שפילצייג וכו' קומט אים נאך נישט פארדעם א באלוינונג, א קינד דארף מען מחנך זיין צו פאלגן טאטע מאמע, ווייל מען דארף פאלגן, עס איז נישט דא קיין: 'אויב וועסטו פאלגן...' אדער 'אויב וועסטו נישט פאלגן...'


עס איז נישט קיין פראבלעם אים צו טראגן זען בעלי חיים וכו'; חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד, און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו גיין א גאס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו, אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך, ביז ער הייבט אן לערנען". זעט מען פון דעם אז אסאך מאל דארף מען משחד זיין קינדער מיט בעלי חיים וכו' זיי זאלן לערנען פלייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#169 - איך וויל דוקא א שידוך פון ישיבה
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שוין צוויי יאר זייט איך און מיין ברודער הערן אויס די שיעורים יעדן טאג, עס שמעקט נישט צו שטארק פאר מיינע עלטערן, ווייל זיי ווייסן נישט וואס די שיעורים זענען, און זיי האבן געהערט אסאך לשון הרע, אבער מיר זענען זיך מחי' דערמיט, מיר שעפן דערפון אזויפיל עצות און חיזוק אין לעבן.


לעצטנס האב מען מיר אנגעהויבן אנטראגן שידוכים, אבער איך האב געזאגט פאר מיין מאמע אז איך גיי נישט חתונה האבן נאר מיט א בחור פון די ראש ישיבה'ס ישיבה, מיין מאמע האט געמיינט אז איך בין אראפ פון זינען, איך האב איר געזאגט קלאר איך גיי נישט חתונה האבן מיט א בחור וואס איז געזיצן ווי א גולם 6 יאר און ישיבה, און ער "הייסט" א גוטע בחור, און ער גייט מיך פייניגן מיין גאנץ לעבן, אדער סתם לעבן אן קיין ציל, מיין ברודער דערציילט מיר פונקטליך וואס "גוטע" בחורים טוען אין די "גוטע" ישיבה.


איך האב זייער אסאך פרענד'ס וואס האבן די פראבלעם, און די סקול ווי איך גיי ווילן זייער סאך ערליכע מיידלעך, בעיקר די תוכנ'דיגע מיידלעך, נאר חתונה האבן מיט א בחור פון אייער ישיבה אבער די עלטערן לאזן נישט. איך קען מיך נישט זעהן זיצן מיט א מאן וואס האט נישט געהאט קיין חינוך, עס טוט זייער וויי.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די גמרא דערציילט (מועד קטן יח:): רבא האט געהערט ווי איינער בעט דעם אייבערשטן אויף א געוויסע שידוך, האט אים רבא געזאגט: "דאס איז נישט די ריכטיגע וועג פון בעטן; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל טרעפן די ריכטיגע זיווג, א גוטע שידוך און א גוט לעבן, נישט זיך עקשנ'ען און בעטן דוקא אויף א געוויסע שידוך".


דער מדרש זאגט (ויקרא רבה כט, ח): אויפן פסוק (תהלים סב, י): "אַךְ הֶבֶל בְּנֵי אָדָם, כָּזָב בְּנֵי אִישׁ", מען קען הערן ווי מענטשן שמועסן צווישן זיך אז דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל, און די מיידל וואלט גוט געווען פאר דעם בחור, אבער דער אייבערשטער לאכט פון זיי, ווייל נאך איידער זיי זענען געבוירן געווארן האט שוין דער אייבערשטער צוגעגרייט זייער שידוך.


דער רבי זאגט (ספר המדות, אות חיתון, סימן ט): "עַל יְדֵי תְּפִלָה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִכְרָז בַּשָׁמַיִם", מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן, דערפאר דארף א בחור און א מיידל אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו האבן א גוטע לעבן, ווייל אן תפילה קען מען אריין פאלן מיט א שלעכטע שידוך, און זיך צאמליידן א גאנצע לעבן.


דער עיקר דארף מען קוקן אויף גוטע מידות, ווייל דער עיקר פונעם מענטש איז די מידות; יא לערנען נישט לערנען - דאס קען מען זיך טוישן. מען זעט זייער אסאך בחורים וואס האבן פלייסיג געלערנט אלץ בחור, אבער נאך די חתונה האבן זיי אינגאנצן אפגעלאזט דאס לערנען, און פארקערט אויך, איך האב שוין געזען אסאך בחורים וואס האבן נישט געלערנט אזוי פלייסיג אלץ בחור, און נאך די חתונה האבן זיי אנגעהויבן צו לערנען; זיי האבן גוט חתונה געהאט, זייערע ווייבער האבן זיי מחזק געווען צו האבן א שיעור, צו האבן א רב וכו', און זיי זענען אינגאנצן נתהפך געווארן לטוב. אבער מידות - דאס איז שוין עפעס אנדערש, דאס איז זייער שווער א מענטש זאל זיך טוישן; אויב האט דער בחור נישט קיין גוטע מידות, קומט ארויס דער גאנצער אמת נאכדעם וואס די שבע ברכות ענדיגט זיך, מען טרעפט זיך מיט א חיה ארויס פון ישיבה.


דערפאר דארף מען אסאך מתפלל זיין צום אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א בחור וואס האט גוטע מידות און פירט זיך מיט יראת שמים, און אז מען בעט, העלפט דער אייבערשטער אז מען האט חתונה מיט אן ערליכער בחור מיט גוטע מידות, און מען האט א גוט לעבן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


דאס וואס איר שרייבט אז אסאך מיידלעך פון אייער סקול ווילן חתונה האבן דוקא מיט ברסלב'ער בחורים; דאס איז ממש א רוח הקודש פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. ווייל ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה פאר צען יאר צוריק שנת תשס"ט לפרט קטן, האבן שלעכטע מענטשן ארויסגעלאזט זייער א שלעכטע נאמען אויף די ישיבה (וואס מיר ליידן נאך דערפון עד היום הזה), די שלעכטע נאמען האט זיך פארשפרייט איבעראל און מיר האבן נישט געהאט קיין חתנים אין ישיבה, ווייל קיינער האט נישט געוואלט נעמען א בחור פון ישיבה צוליב די לשון הרע וואס די בעלי מחלוקת האבן ארויסגעלאזט. ווען מען האט אנגעטראגן פאר איינעם א בחור, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט מען גלייך אראפגעלייגט דעם טעלעפאן וכו'. איך האב גערעדט צו מוהרא"ש דערוועגן, וואס מען קען טון, וואס וועט זיין מיט שידוכים, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "הער וואס איך זאג דיר, און שרייב אראפ וואס איך זאג דיר; נאך אביסל וועלן אלע מיידלעך נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה".


בשעת מוהרא"ש האט מיר דאס געזאגט האט דאס אויסגעקוקט ווי שיינע חיזוק, איך האב געטראכט צו מיר: 'מוהרא"ש וויל מיר מחזק זיין אז איך זאל נישט זיין אזוי צעבראכן וכו', דערפאר זאגט ער מיר דאס', אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט; נאך א שטיק צייט האט זיך אנגעפאנגען ריקן שידוכים, און חברא חברא אית ליה, בחורים האבן אנגעפאנגען ווערן חתנים, און זייט דעמאלט האט זיך דאס נישט אפגעשטעלט.


עס האט זיך ארויסגעוויזן אז די וואס לערנען אין ברסלב, זענען צוגעגרייט פארן לעבן; זיי זענען מכבד די ווייב, זיי זענען מכבד שווער און שוויגער. די אלע אינגעלייט וואס זענען תלמידי היכל הקודש, זיי רעדן איידל, זיי קוקן נישט קיין מאוויס, זיי גייען נישט מיט חברים פארברענען די נעכט, תלמידי היכל הקודש זיצן אין שטוב מיט די ווייב וכו'.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט טרעפן אייער שידוך בקרוב און אויפשטעלן א ערליכע שטוב, אמן.

#168 - מנהגים ביים אפשערן א דריי יעריג אינגל
מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי איך שער אי"ה אפ מיין אינגל די קומענדיגע וואך, האב איך געוואלט פרעגן וואס עס זענען די מנהגים ביים אפשערן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן הנהגות, וואס מען טוט אינעם טאג וואס מען שערט אפ א קינד ביי די דריי יאר.


מען פירט זיך אז דער קינד זאל נישט קוקן אויף קיין גוים אינעם טאג וואס ער ווערט דריי יאר, דערפאר ווען מען טראגט אים ארויס פון שטוב צו גיין אין חדר וויקלט מען אים ארום מיט א טלית, כדי ער זאל נישט קוקן אויף קיין גוים.


מען פירט זיך צו גיין אין חדר; דער מלמד זאגט מיטן קינד א – ב, און נאכדעם שמירט דער מלמד אן די א-ב מיט האניג, און דאס קינד לעקט אפ די האניג פון די א – ב.


דער עיקר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז זֶּה הַקָּטָן גָדוֹל יִּהְיֶ', ער זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט זייער מצליח געווען מיט אלע זיינע קינדער, ווען מען האט אים געפרעגט: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען אז אלע דיינע קינדער זענען ערליכע אידן?" האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב זיי אראפגעריסן פון בוים; איך האב אסאך טרערן פארגאסן צום אייבערשטן איך זאל זוכה זיין צו זען נחת פון זיי, איך פלעג וויינען יעדן טאג צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן ערליכע קינדער, און דערפאר האב איך זוכה געווען צו ערליכע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו זען אסאך נחת פון דיינע קינדער, דו מיט דיין ווייב געזונטערהייט, בזכות וואס דו דרוקסט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים בייטאג און ביינאכט מיט מסירות נפש.


יעצט קומען די טעג פון שובבי"ם; זע צו דרוקן די קונטרסים אויף שובבי"ם, סיי אויף לשון הקודש און אויך אויף אידיש, ווייל עס גייט אריבער זייער גרויסע נסיונות אויף בחורים און אינגעלייט, און נאר די ספרים פון הייליגן רבי'ן בלאזט אריין אין זיי א האפענונג אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#167 - וואו שטייט די מעשה מיט'ן ארימאן וואס האט פארלוירן דעם דיימאנד?
חסידות ברסלב, התחזקות, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אמאל געהערט א שיעור פון אייך איבער א מעשה פון אן ארימאן וואס האט געפונען א דיימאנט און האט עס פארלוירן אויפ'ן שיף, און איך האב געהאט דערפון שטארקע חיזוק.


למעשה האב געזוכט די מעשה אין סיפורי מעשיות און אין נאך פלעצער, אבער איך האב דאס נישט געקענט געפינען. אפשר וואלט איר מיר געקענט אנווייזן דעם מראה מקום וואו די מעשה ווערט געברענגט?


א גרויסער דאנק פאר אייך פאר די אלע שיעורים, מען קריגט פון דעם א נייע לעבן.


זלמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט פונעם ארעמאן וואס האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ווערט אראפ געברענגט אין ספר כוכבי אור; דארט וועסטו טרעפן זייער שיינע מעשיות פון הייליגן רבי'ן וואס ר' אברהם ב"ר נחמן זכרונו לברכה האט צוזאמגענומען, די מעשיות האט ער געהערט פון זיין טאטן ר' נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה. איך וועל דיר שרייבן די מעשה אז דו זאלסט זען ווי שיין דער סוף איז אויב מען דערהאלט זיך.


דער רבי האט דערציילט (ספר כוכבי אור סיפורים נפלאים, ב): עס איז געווען אן ארעמאן וואס האט זיך מפרנס געווען פון פארקויפן ערד צו מאכן דערפון ליים, ער פלעגט אויפזוכן די ספעציעלע זאמד וואס מען מאכט פון דעם ליים, און ער פלעגט דאס פארקויפן.


איינמאל בשעת'ן גראבן האט ער געטראפן זייער א טייערע שטיין, ער האט געוואלט פארקויפן דעם שטיין, האבן אים די צירונג סוחרים געזאגט אז דאס איז ווערד אזוי סאך געלט, אז עס איז נישט דא אין די גאנצע מדינה איינער וואס זאל האבן דאס געלט צו קענען באצאלן פאר אזא טייערע דיימאנט שטיין, נאר אין לאנדאן אינעם עיר המלוכה וועט מען קענען אפקויפן פון אים דער שטיין.


וויבאלד ער איז געווען זייער ארעם, ער האט נישט געהאט קיין געלט צו פארן קיין לאנדאן, האט ער פארקויפט אלעס וואס ער האט פארמאגט, ביז ער האט צוזאמגעקליבן אביסל געלט, און ער האט מיט די געלט געדינגען א פערד און וואגן וואס זאל אים פירן צום ים פּארט.


ווען ער איז אנגעקומען צום פּארט האט ער שוין נישט געהאט קיין געלט פאר א טיקעט, און ווען ער האט געוואלט ארויפגיין אויפן שיף וואס פארט קיין לאנדאן האט מען אים נישט ארויפגעלאזט, ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט. האט ער געבעטן מען זאל אים צולאזן צום שיפס קאפיטאן, ער האט געוויזן דעם דיימאנט שטיין פארן שיפס קאפיטאן, און ער האט אים געזאגט אז ער איז גאר א גרויסער ביזנעס מאן און ער האנדלט מיטן קעניג. גלייך האט אים דער שיפס קאפיטאן ארויפגעלאזט אויפן שיף און ער האט געהייסן די משרתים מען זאל אים געבן דעם שענסטן צימער, און אים מכבד זיין מיט גרויס כבוד.


דער איד פלעגט זיך שפילן מיטן דיימאנט שטיין בשעת ער האט געגעסן, דאס פלעגט אים מאכן אפעטיטליך, ביז איינמאל האט ער איינגעדרימלט אינמיטן עסן, און ער האט נישט באמערקט ווי דער משרת רוימט אפ דעם טיש מיטן דיימאנט אינאיינעם, און אלעס אריין געווארפן אין וואסער. דער איד וועקט זיך אויף און זעט אז ער האט אלעס פארלוירן... ער איז געווארן זייער צעבראכן, ער איז שיעור נישט אראפ פון זינען, ער האט געטראכט צו זיך: 'יעצט ווען דער שיפס קאפיטאן וועט זיך דערוויסן אז איך האב גארנישט, וועט ער מיר אריין ווארפן אין וואסער, וואס קען איך דא טון?' האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט זיך מאכן פרייליך, ער וועט זיך מאכן כאילו ער איז רייך, און ער האט נאך אלץ ביי זיך דעם דיימאנט שטיין.


דער שיפס קאפיטאן פלעגט אלץ אריין קומען צו אים אין צימער שמועסן מיט אים, און דער איד האט זיך ווייטער געמאכט פרייליך פונקט אזוי ווי פריער; איין טאג זאגט אים דער שיפס קאפיטאן: "איך זע אז דו ביסט א קלוגער מענטש, וויל איך דיר פארטרויען מיט א גרויסן סוד, איך האב דא אינעם שיף אסאך סחורה וואס איך קען נישט אריין ברענגען אין לאנדאן, ווייל מען איז מיר חושד אז איך גנב'ע דאס, איך וועל עס איבערשרייבן אויף דיין נאמען און מיר וועלן זיך שפעטער פאררעכענען". אזוי האבן זיי געטון; נאכן אנקומען קיין לאנדאן האט דער שיפס קאפיטאן געכאפט א הארץ אטאקע, און דער איד איז געבליבן מיט אלע פארמעגנס וואס ער האט אים איבערגעשריבן און ער איז געווארן א גרויסער עושר.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה מיט די ווערטער: "די דיימאנט שטיין איז נישט געווען דעם איד'ס, והא ראי' ער האט דאס פארלוירן; די סחורה פונעם שיף האט געהערט פארן איד והא ראי' ער האט דאס באקומען; און ווי אזוי איז ער געווארן אזוי רייך? נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן".


דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל, ווייל יעדער איינער האט אן אנדערע נמשל, און אפילו ביים מענטש אליינס טוישט זיך דער נמשל יעדע שטיק צייט; איינער פארלירט זיין געלט, איינער פארלירט א שידוך, איינער פארלירט קינדער, דארף מען געדענקען וואס דער איד האט געטון ווען ער האט פארלוירן דעם דיימאנט שטיין, ער האט זיך געמאכט פרייליך, ער האט ווייטער געשפילט עושר, ער האט ווייטער גערעדט מיטן שיפס קאפיטאן כאילו מען מיינט נישט אים, דערפאר האט ער זוכה געווען צו ווערן רייך וכו'.


די גאנצע ברסלב'ער חסידות באשטייט פון איין ווארט: "התחזקות!" א מענטש זאל זיך דערהאלטן אפילו עס גייט אויף אים אריבער שווערע ביטערע צרות. דאס לערענט אונז דער רבי, מיר זאלן זיך "דערהאלטן" אפילו מען האט גארנישט, אפילו מען איז אזוי ווי דער איד אויפן שיף אן קיין איין פרוטה, אן גארנישט, יעדע רגע קען מען אים אריין ווארפן אין וואסער וכו', דאך איז ער געזיצן און געשמועסט מיטן קאפיטאן אזוי ווי ער איז א גרויסער עושר און האט געשעפטן מיטן קעניג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.