בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שווייג אפ אויף אלע וואס שפעטן און שרייען אויף דיר
כיבוד אב ואם, שלום בית, בזיונות, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ביים פסח'דיג מאכן מיינע ספרים טרעף איך א בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ווינטער אין יאר תשס"ט (אשר בנחל חלק קעח, מכתב מ"ז אלף, רנו) ווען מען האט געווארפן פאשקעווילן אויף מיר אין וויליאמסבורג. מוהרא"ש ברענגט אינעם בריוו די ווערטער פון ספר נתיב מצוותיך וואס דער הייליגער קאמארנער זכותו יגן עלינו זאגט (נתיב מצוותיך שביל התורה שביל ב', אות ב'): "ווען איך וואלט ווען געווען אין די צייטן פון רבי יונתן אייבשיץ וואלט איך אים געזאגט, ברודער ברודער, שווייג אפ אויף אלע וואס שפעטן און שרייען אויף דיר"; מוהרא"ש פירט אויס: "איך בעט דיר אויך, שווייג אפ, מאך זיך נישט וויסנדיג, גיי ווייטער אן מיט דיין הייליגע ארבעט".


דאס זעלבע בעט איך דיר, שווייג אפ, ענטפער נישט ווען מען שרייט וכו', סיי דיינע עלטערן און סיי דיין ווייב; שווייג. דער רבי זאגט: "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה", די עיקר תשובה איז, "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ", מען באקומט בזיונות, "יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", און מען ענטפערט נישט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


פסח נוצט מען נישט קיין בשמים נעגלעך מען ניצט הדסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.