בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד
מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד פאר אונזערע קינדער, פאר'ן אריינלייגן אין זיי אזא שטארקע אמונה און שמחה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.