בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעד נישט מיט דיין שוועגערין
תפילה והתבודדות, שלום בית, עבירות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב זאגט אז דו ביסט זייער היימיש מיט איר שוועסטער, דו רעדסט מיט איר שעות אויף שעות. זיי נישט נאריש, טו נישט אזעלכע זאכן, רעד נישט מיט דיין שוועגערין, האסט א ווייב - רעד מיט איר. עס איז עקלדיג און גרויליג צו רעדן מיט פרעמדע; האסט א ווייב, רעד מיט איר; זי וויל אזוי שטארק האבן א ווארעמע שטוב, הייליג און ריין, דו טראכסט פון איר זי טראכט פון דיר, און ביידע טראכטן פונעם אייבערשטן.


עס איז א גרויסע מצוה צו גיין צו עלטערן אויף שבתים, ימים טובים וכו', אבער אויב עס ווערט א מצב פון חמור-אייזל פוטער-אייזל השם ישמרינו - בלייבט מען אין שטוב אפגעהיטן.


זאג נישט 'מען קען מיינען, וואס איז דער פראבלעם? מען שמועסט נאר, מען טוט גארנישט שלעכט, מען לאכט נאר, מען שמייכלט נאר'; שלמה המלך זאגט (משלי ו, כז): "הֲיַחְתֶּה אִישׁ אֵשׁ בְּחֵיקוֹ וּבְגָדָיו לֹא תִשָּׂרַפְנָה", קען דען א מענטש האלטן פייער אויפן שויס און זיינע קליידער וועלן נישט פארברענט ווערן? "אִם יְהַלֵּךְ אִישׁ עַל הַגֶּחָלִים וְרַגְלָיו לֹא תִכָּוֶינָה", קען דען א מענטש שפאצירן אויף ברענעדיגע קוילן און זיינע פיס זאלן נישט פארברענט ווערן? "כֵּן הַבָּא אֶל אֵשֶׁת רֵעֵהוּ, לֹא יִנָּקֶה כָּל הַנֹּגֵעַ בָּהּ", דאס זעלבע סוף וועט זיין מיט א מענטש וואס זאגט 'איך שמועס נאר, איך פארברענג נאר'; רחמנא לצלן.


גיי יעדן טאג התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין אין א סכנה, איך רעד מיט פרעמדע, איך טראכט פון פרעמדע, ראטעווע מיך איך זאל שוין אפלאזן פרעמדע".


א גוט שבת.