בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך איר אזוי פרייליך, ביז זי וועט דיך טרייבן צום לערנען
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב וויל נישט זאלסט ארויסגיין לערנען, זי וויל דו זאלסט בלייבן אין שטוב, איז ריכטיג איר מפייס זיין מיט שיינע רייד, ביז זי וועט זיך פרייען אז דו גייסט לערנען, זי וועט דיך טרייבן צום לערנען.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה פלעגט נעלם ווערן פון שטוב משבת לשבת, ער האט געהאט זיין וועג פון עבודת השם, זיין אפגעשיידט, דאך איז ער נישט ארויס פון שטוב אן רשות, ער האט געהאט א זיסע שפראך, ער האט גערעדט צו זיין ווייב זיסע ווערטער, ביז זי האט אים געזאגט: "אודאי זאלסטו גיין דינען דעם אייבערשטן, אודאי זאלסטו גיין לערנען", און ווען די שכינות האבן איר אנגעהעצט, מען האט איר געזאגט זי איז א רחמנות, זי האט נישט קיין מאן, פלעגט זי נאכאמאל בעטן דעם צדיק ער זאל מער נישט אוועק גיין פון שטוב, אבער רבי אברהם מיט חכמה האט ער איר מפייס געווען ביז זי האט אים ווייטער געשיקט לערנען.


אזוי זאלסטו טון, זאלסט חס ושלום נישט אפלאזן דאס לערנען, אבער דאס מוז גיין מיט רשות; דארפסט איר מפייס זיין, איר אזוי פרייליך מאכן - ביז זי וועט דיך טרייבן צום לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.