בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מ'שפירט נישט קיין קליק מיט'ן מאן, איז עס נישט קיין סיבה זיך צו גט'ן
חברים, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר געשריבן אז איר ווילט זיך גט'ן, ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


לדעתי זאלט איר זיך נישט גט'ן, און אז איר שפירט נישט קיין קליק מיט אייער מאן - איז דאס נישט קיין סיבה זיך צו גט'ן; איר האט א מאן וואס טשעפעט אייך נישט, ער איז גוט צו אייך, זאלט איר אים נישט אוועק ווארפן.


וואס ווייסט איר וואס פאר א גליקן איר וועט טרעפן...? וואס ווייסט איר וואס וועט זיין מיט אייך...? איך קען אייער מאן, ער איז א טייערער אינגערמאן, אן איידעלער, א וואוילער; טוט נישט די נארישקייט זיך צו גט'ן צוליב דמיונות וואס חבר'טעס זאגן, ווי אזוי מען שפירט און ווי אזוי עס קליקט.


איך האב נישט קיין אייגענע אינטערעס, איך וויל נאר דאס גוטס ביי ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.