מכתב יומי

י חשון תשע"ט

October 19 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די וואך אין די פרשה זעט מען ווי אזוי אברהם אבינו האט געלעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן אפילו ער האט געזען אז זאכן גייען אים פארקערט און ער ווארט לאנגע יארן אויף קינדער; מיט דעם אלעם האט ער געגלייבט אינעם אייבערשטן מיט זיין גאנצע הארץ, אזוי ווי עס שטייט (בראשית טו, ו): "וְהֶאֱמִן בַּה' וַיַּחְשְׁבֶהָ לּוֹ צְדָקָה", ער האט געגלייבט אינעם אייבערשטן אז ער וועט האבן קינדער און ער האט זיך דערהאלטן מיט זיינע ביטערע נסיונות.


די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה ס, ח): "יָפָה שִׂיחָתָן שֶׁל עַבְדֵי אָבוֹת, מִתּוֹרָתָן שֶׁל בָּנִים", די תורה איז מאריך מיט די מעשיות פון די אבות הקדושים און פון זייערע קנעכט אסאך מער ווי מיט די הלכות וואס מיר דארפן טון, ווייל (תנחומא לך, ט; רמב"ן בראשית יב, ו. ד"ה ויעבֹר אברם בארץ): "מַעֲשֵׂה אָבוֹת סִימָן לַבָּנִים". ווען מען לערנט די סדרות פון די הייליגע אבות און פון זייערע עבדים לערנען מיר ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן, די אלע מעשיות וואס די תורה דערציילט דאס איז פאר אונז א וועג ווייזער ווי אזוי זיך צו פירן; מיר זעען ווי די אבות הקדושים האבן געדינט דעם אייבערשטן אן קיין קשיות, אפילו עס איז אויף זיי אריבער געגאנגען שווערע ביטערע נסיונות האבן זיי ווייטער געדינט דעם אייבערשטן. דאס דארפן מיר לערנען פון די יעצטיגע פרשיות, אז אפילו עס גייט אריבער שווערע צייטן זאלן מיר געדענקען אז דער אייבערשטער איז מיט אונז, ער שטייט אונטער יעדע זאך און אלעס איז נאר פאר אונזער טובה.


גרייט דיר אן שיינע מעשה צו דערציילן ביי די סעודות שבת; קינדער האבן ליב צו הערן שיינע מעשיות. ליין פָאר זייערע צעטלעך וואס זיי ברענגען אהיים פון חדר און פון מיידל סקול. מיר שיקן אהיים מעשיות פון תפילה וואס אלע קינדער האבן געבעטן און האבן באקומען; קינדער האבן זייער ליב צו הערן ווי מען פארציילט דאס און דאס ווערט איינגעבאקן אין זייער הארץ.


מיר קענען נישט גענוג אפדאנקען דעם אייבערשטן פאר אונזער חדר, מיידל סקול און ישיבה וואו אונזערע קינדער ווערן נתחנך מיט אמונה; מען אטעמט אמונה, מען לעבט מיט אמונה, עס איז נישט סתם א מעשה וכו', עס לעבט!


א מאמע שרייבט מיר אז איר קינד איז יעצט אריין אין כיתה א', און ווען דער קינד איז אהיים געקומען פון חדר האט זי אים אויסגעפרעגט וואס עס טוט זיך אין קלאס, ווער זיינע רבי'ס זענען, ווייל די יונגערע קלאסן האבן צוויי מלמדים - דער מלמד מיט א העלפער, האט זי אים געפרעגט: "דיין רבי איז איינער אליינס, אדער עס איז דא נאך איינער אויסער דיין רבי?" רופט זיך דאס קליין פונף יעריג קינד אן צו זיין מאמע: "אליינס? דער אייבערשטער איז אין אונזער קלאס, מיין רבי איז נישט אליין!" אזעלכע מעשיות ליינט מען אין די מעשה ביכלעך און ביי אונז איז דאס אזא פשטות, די קינדער לעבן מיטן אייבערשטן.


א גאנצע וואך ביסטו טאקע פאריאגט צו ברענגען פרנסה, אבער בָּא שַׁבָּת בָּא מְנוּחָה, שבת איז א צייט וואס די קינדער ווארטן אויף דעם; מאך שיינע סעודות און זינג זמירות ביי די סעודה, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קד): "זינגען זמירות איז אן עיקר אין אידישקייט". פאר דו מאכסט קידוש זינג שלום עליכם; ווי לאנג נעמט עס, אפאר מינוט, די מלאכים באגלייטן דיר פון שול זיי ווארטן צו זען וואס טוט זיך אין דיין שטוב, ווייז זיי וואס מיינט אן ערליכער איד; ווען דו קומסט אהיים באגריס דיין ווייב מיט א שמייכל, נעם איר ארויס פון איר צעבראכנקייט און זאלסט שמועסן מיט איר ביי די סעודה; פארצייל איר שיינע זאכן וואס דו האסט געהערט, א שיינע ווארט אויף די פרשה וכדומה.


נאכן עסן זאלסטו זינגען כל מקדש, מנוחה ושמחה, און אזוי ווייטער. ביי אונז אין ברסלב זינגט מען אלע זמירות בתמימות ובפשיטות; אז דו האסט נישט קיין כח צו זינגען אלע זמירות, זינג כאטש אביסל - וועסטו זוכה זיין אויפצושטעלן שיינע דורות. נאר דאס בלייבט פון א מענטש, די שבתים וואס מען היט געהיטן, די סעודות שבת וואס מען האט געגעסן און די דורות וואס מען ציט אויף פארן אייבערשטן.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך וועל אם ירצה ה' זיין אין בארא פארק צום שבת אויפרוף פון מיין ברודער.


א פרייליכן שבת.