מכתב יומי

ט חשון תשע"ט

October 18 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס איך האב אליינס בייגעוואוינט; איך קען עס נישט דערציילן מיט א נאמען, אבער אלע תלמידים אין ישיבה קענען דעם אינגערמאן זייער גוט.


מיט א שיינע פאר יאר צוריק - שנת תשע"ד איז צוגעקומען צו מיר א אינגערמאן א תלמיד פון ישיבה און געוויינט אז מען האט געפונען ביי אים די ביטערע מחלה השם ישמרינו, די דאקטורים זאגן אז מען קען דאס העלפן אבער ער וועט לא עלינו מער נישט קענען האבן קיין קינדער. ער האט זיך פארבינדן מיט רבנים וואס צו טון וכו', ווייל די דאקטורים האבן געזאגט אז אויב מען נעמט ארויס פונעם מענטש וכו' און מען לייגט דאס אוועק וכו' קען מען יא האבן קינדער - פארשטייט זיך מיט א היתר פון רבנים. דער אינגערמאן האט געוויינט צו מיר און מיר געבעטן איך זאל אים זאגן וואס צו טון; ער האט דאס נאך פאר קיינעם נישט דערציילט, אפילו נישט פאר זיין ווייב, און פרעגט מיר וואס ער זאל טון.


האב איך אים געזאגט אזוי: איך געב דיר אן עצה, גיי אריבער צו מוהרא"ש – מוהרא"ש האט נאך דעמאלט געלעבט – און בעט אים א ברכה; זאג פאר מוהרא"ש אז דו ווילסט נישט קיין טריטמענטס און דו ווילסט האבן קינדער נאטורליך. ער האט אזוי געטון, ער איז געגאנגען צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט אים געזאגט ער זאל גיין צום דאקטער און טון וואס דער דאקטער הייסט.


ער איז צוריק געקומען צו מיר דאס דערציילן, האב איך אים געזאגט: "איך פארשטיי דיר נישט, פארוואס האסטו נישט געזאגט פאר מוהרא"ש וואס דו האסט מיר געזאגט, אז דו ווילסט נישט קיין טריטמענטס וכו'?!" זאגט ער מיר: "ווען איך גיי אריין צו מוהרא"ש ווער איך פארלוירן וכו'", האב איך אים מחזק געווען ער זאל צוריק גיין און זאגן פאר מוהרא"ש: "איך וויל נישט קיין טריטמענטס, איך וויל מוהרא"ש זאל מיר צוזאגן אז איך גיי זיין געזונט אן טריטמענטס".


וכך עשה, ער איז צוריק געגאנגען און געבעטן מוהרא"ש כנ"ל, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "זיי מיר מוחל, איך בין פארנומען יעצט איך האב נישט קיין צייט, גיי צום דאקטער וכו'", און מוהרא"ש האט אים געהייסן ארויס גיין פון אפיס; אזוי איז עס געגאנגען אהין און צוריק.


ווען דער אינגערמאן האט מיר דערציילט די גאנצע הלוך ילך האב איך אים געזאגט: "טו וואס מיר ליינען אין די מעשה ביכלעך פון די פריערדיגע צדיקים, ווען דער פריץ האט געוואלט ארויס ווארפן פון שטוב ווען מען האט נישט געצאלט קיין רענט, וואס האט מען געטון? מען איז געגאנגען צו א צדיק און מען האט זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד און געזאגט: 'איך גיי נישט ארויס ביז איך באקום א ברכה'; טו דאס, גיי צו מוהרא"ש און זאג פאר מוהרא"ש די ווערטער: 'איך בעט מוהרא"ש אז מוהרא"ש זאל זיין מיין דאקטער, איך גיי נישט מער צו קיין שום דאקטער איך וויל מוהרא"ש זאל מיר אויסהיילן'". אזוי האט דער אינגערמאן געטון, ער איז צוריק געגאנגען צו מוהרא"ש און זיך געבעטן מיט עקשנות ביז מוהרא"ש האט אים געזאגט בזה הלשון: "ס'איז גארנישט דא, דו ביסט געזונט און שטארק", און אזוי איז געווען. "וְתִגְזַר אוֹמֶר וְיָקָם לָךְ (איוב כב, כח)", ווען א צדיק זאגט עפעס טוישט ער די גאנצע טבע, דער אינגערמאן איז ברוך ה' געזונט און שטארק און ער האט זוכה געווען צו ליכטיגע קינדער.


פארוואס דערצייל איך דיר די מעשה? נישט ווייל דאס זענען אונזערע מופתים, נישט אזעלכע מופתים דערציילן מיר גרויס צו מאכן צדיקים, נאר אזוי ווי דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמט): "וְעִקַּר הַחִדּוּשִׁים וְהַמּוֹפְתִים הַנּוֹרָאִים שֶׁרָאִינוּ מִמֶּנּוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הוּא רַק בְּעִנְיַן הִתְקָרְבוּת יִשְׂרָאֵל לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", דער עיקר מופתים וואס מיר האבן געזען ביים הייליגן רבי'ן איז געווען נאר אינעם ענין פון מקרב זיין אידישע קינדער צום הייליגן באשעפער, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁנִּכְנַס אֶחָד אֶצְלוֹ וְרָצָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, תֵּכֶף נֶהְפַּךְ מִיָּד לְאִישׁ אַחֵר מַמָּשׁ", אז יעדעס מאל ווען איינער וואס האט געוואלט ווערן אן ערליכע איד איז געקומען צום רבי'ן האט מען געזען ווי דער מענטש ווערט אן אנדערער מענטש.


וואס איז א ריכטיגער מופת פון מוהרא"ש? ווען איינער בעט מיר אז איך זאל אים דערציילן מופתים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וכו', דערציילט מען וואס עס שטייט אויף די מציבה פון מוהרא"ש: "פֹּה נִטְמַן", דָא לִיגְט, "הַחָסִיד הָאֲמִתִּי, עוֹבֵד ה' בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת", אַן אֱמֶת'עֶר עֶרְלִיכֶער אִיד וָואס הָאט גֶעדִינְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בִּתְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת, "מָסַר נַפְשׁוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם מִיּוֹם עָמְדוֹ עַל דַּעְתּוֹ", עֶר הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן יֶעדְן טָאג פוּן וֶוען עֶר אִיז גְרוֹיס גֶעוָוארְן, "וְסָבַל יִסּוּרִים קָשִׁים וּמָרִים כָּל יְמֵי חַיָּיו", עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, "רַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן וְקֵירְבָם אֵלָיו יִתְבָּרַךְ וכו' וכו'", אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן הָאט עֶר מַחְזִיר בִּתְשׁוּבָה גֶעוֶוען אוּן זֵיי דֶערְנֶענְטֶערְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר הָאט אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט פִילֶע תַּלְמִידִים עֶרְלִיכֶע אִידְן אוּן יִרְאֵי ה'.


אויב אזוי פארוואס דערצייל איך דיר די מעשה? ווייל איך וויל דיר מחזק זיין; אז דו האסט א צרה און דו דארפסט א ישועה זאלסטו זיך אריבער כאפן קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש. ווען מען הערט אזעלכע מעשיות הייבט מען אן צו וויינען: 'א שאד איך האב נישט אריין געכאפט און געגאנגען צו אזא צדיק וכו'', אבער וויסן זאלסטו אז צדיקים שטארבן נישט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יח.): "צַדִיקִים בְּמִיתָתָם קְרוּיִם חַיִּים", אזוי אויך שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת אחרי, עא.) אז דער צדיק נאך זיין הסתלקות איז מער אויף דער וועלט ווי בשעת ער האט געלעבט; בפרט ווען מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה (סימן ה): "אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר".


כאפ זיך אריבער מיט דיין ווייב צום ציון פון מוהרא"ש וועסטו פועל'ן גרויסע ישועות און רפואות פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה. מען דארף נישט ווארטן צו האבן א צרה צו גיין צו קברי צדיקים, מען דארף גיין נאך פאר די צרה קומט; היינט איז זייער גרינג זיך אריבער צו כאפן קיין ארץ ישראל, אפילו אן ארבעטער קען נעמען צוויי טעג אורלויב און פארן אהין און צוריק. עס לוינט זיך, מען זעט גרויסע ישועות.


איך הער כסדר פון פרישע מקורבים ווי זיי דרוקן זיך אויס: "א שאד מען האט נישט היינט מוהרא"ש; ווען מוהרא"ש האט געלעבט האט מען געקענט אריין גיין שמועסן און רעדן וכו' וכו'", ווער עס זאגט דאס ווייסט נישט וואס ער רעדט, קען זיין אז פאר פערציג יאר צוריק פאר דו ביסט געבוירן האט מען געקענט אריין גיין שמועסן לאנגע שעות, ווייל די לעצטערע יארן האט מען נישט געקענט צוקומען צו מוהרא"ש; רוב מאל ווען מען איז געקומען צו מוהרא"ש האט מען בכלל נישט געקענט אריין גיין צו אים, ער איז געזיצן פארשפארט וכו'.


אדרבה, אויב צוקומען - איז היינט אלעס אפן, מוהרא"ש נעמט אויף פיר און צוואנציג שעה א טאג וועם אימער; עס זענען נישט דא קיין גבאים, און אויך נישט שלעסער וואס זאל אפהאלטן פון קומען. איין גרויסע גבאי איז דא: "דער 'יצר הרע'", ער איז דער גבאי וואס פארטרייבט מענטשן מיט אלע קאפ פארדרייעניש.


איינער האט אמאל געפרעגט רבי נתן פארוואס ער האט נישט קיין גבאי, אלע רבי'ס האבן דאך גבאים?! האט רבי נתן געזאגט אויף דער רבי וואס האט געקריגט אויף אים: "ער איז מיין גבאי", און האט דאס מסביר געווען: "פארוואס דארף מען א גבאי? ער זאל אפהאלטן מענטשן פון נאכלויפן דעם רבי'ן פיר און צוואנציג שעה א טאג, אזוי קען דער רבי עסן, שלאפן וכו', נו מיין מתנגד זאגט דאך אז מען זאל נישט קומען צו מיר, מיט דעם האלט ער אפ מענטשן פון קומען, אזוי קען איך האבן אביסל צייט פאר מיר"; דער זעלבער גבאי האט מוהרא"ש געהאט אלע יארן און היינט אויך, חוץ פון דעם קען מען קומען ווען מען וויל און פועל'ן דארט ישועות.


אז דו קענסט נישט אהין פארן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם; אז דו זאלסט זוכה זיין צו קענען גיין אהין מיט דיין ווייב. אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די בריוו אין דעם טאג וואס ער איז נסתלק געווארן: "פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם".


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.