מכתב יומי

ח חשון תשע"ט

October 17 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


קוק נישט קיין מאוויס און האלט נישט ביי דיר א כלי וואס מען קען זען אויף דעם שלעכטע זאכן.


דער שאדן וואס דאס ברענגט אויפן מענטש איז געפערליך, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן ר"מ, סעיף יד): ווען מען איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו, וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ" - ווערט מען אפגעשוואכט, פארעלטערט און מען פארלירט די כוחות. אזוי אויך: "עֵינָיו כֵּהוֹת, וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", די אויגן ווערט אפגעשוואכט און עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אסאך ווייטאג אויפן מענטש; פרעג איך דיר: "לוינט זיך צו באקומען די אלע זאכן פאר א נארישע הנאה פון קוקן שמוץ? לוינט זיך צו פארשווארצט ווערן צוליב קוקן עבירות?!"


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן חז"ל (שם) "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה, איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


ווארף אוועק דיין כלי וואס דו קוקסט אויף דעם עבירות באהאלטענערהייט. מען פארלירט אלעס ווען מען קוקט עבירות; ווען א מענטש זינדיגט אין די עקעלדיגע עבירה פון פגם הברית פארלירט ער דעם טעם פון דאווענען, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית, אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", ווער עס איז פוגם בברית, דער קען נישט דאווענען.


איך וויל דיר פרעגן א קשיא: "וואס האסטו פון קוקן זבל און זוהמה נאכאמאל און נאכאמאל, האסט דאס שוין אלעס געזען, עס גייט דיר נאך נישט ארויס פון דיין נאז?!" דו זיצט און קוקסט פיקטשערס און מאוויס פון עקעלדיגע אויסגעלאסענע פרויען, דאס מאכט דיר נאכדעם אזוי דעפערעסט. דו כאפסט נישט פון וואס דו ביסט אזוי בעצבות, דיין דעפרעסיע און צעבראכנקייט קומט פון קוקן עבירות וואס דאס ברענגט צו פגם הברית רחמנא לצלן. די עבירות מאכן דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער אין די תורה: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


טייערער הארציגער חבר: "קום צוריק! דו קענסט נאך זיין א צדיק, דיין נשמה קומט פון אויבן עס איז דאך אזוי הייליג; קוק נישט צוריק אויף נעכטן, באלד וועסטו עס פאררעכטן (זינג עס מיטן ניגון)", פאלג מיר; גלייב מיר אז איך וויל גארנישט און איך מיין גארנישט, נעם נישט מיינע ווערטער ווי א שטאך, איך שרייב עס פון מיין צעבראכענעם הארץ; עס טוט זייער וויי צו זען ווי טייערע אינגעלייט זינקען אין שאול תחתיות פון א קליינע סעלפאון וכדומה.


ברודער מיר האבן א רבי וואס האט געשריגן מיט א הויך קול (שיחות הר"ן, סימן קנג): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש! קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!" דער יצר הרע וויל נאר איין זאך פונעם מענטש: ער זאל זיך אונטערגעבן, ער זאל ביי זיך אפמאכן: 'איך בין שוין פארפאלן'. יעדעס מאל ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות וויל ער נאר דאס - אז דער מענטש זאל אויפגעבן. דערפאר זאלסטו נישט קוקן אויף גארנישט, נאר קום צוריק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה ה.): "אֵין כָּל דָּבָר עוֹמֵד בִּפְנֵי כָּל בַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה", קיין שום זאך קען נישט אפהאלטן א מענטש פון תשובה טון, דער אייבערשטער נעמט יעדן איינעם צוריק.


איך האב דיר ליב און איך וויל דיין הצלחה, איך בעט דיר ווארף אוועק דיין טעבלעט; פון מענטשן קען מען זיך באהאלטן אבער פונעם אייבערשטן קען מען זיך נישט באהאלטן. "אֱלֹקֵיהֶם שֶׁל אֵלוּ - שֹוֹנֵא זִימָה הוּא" (סנהדרין קו.), דער אייבערשטער האט נישט ליב ניאוף, אויב מען טוט נישט תשובה ווערט מען פארשעמט פאר די גאנצע וועלט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", ער פארשעמט אים פאר די גאנצע וועלט.


פאלג מיר טייערער הארציגער חבר, אנשטאט זיך באהאלטן מיט א טעבלעט, אייפאד, סמארט-פאון און קוקן נאכאמאל שמוץ, זאלסטו זיך ענדערש באהאלטן און מאכן התבודדות; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, וויין צו אים, זאג אים: "רבונו של עולם, איך ליג אין בלאטע, איך ליג אין עבירות, מיין גאנצע מח מחשבה איז נאר ניאוף; העלף מיר טאטע, ראטעווע מיר באשעפער".


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אוועק געווארפן דיין גרעסטע פיינט.


מארגן נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען די שיעור, איך ווארט דיר צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע ענינים.