מכתב יומי

יב חשון תשע"ט

October 21 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווען דו וואלסט ווען געוויסט ווי חשוב דיינע דיבורים צום אייבערשטן זענען - וואלסטו גערעדט צו אים אפילו דו האסט נישט קיין ווערטער וואס צו רעדן.


זאג בלויז דאס ווארט: "טאטע", ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צו): "אֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵין יְכוֹלִין לְדַבֵּר כְּלָל, אֲפִילּוּ כְּשֶׁמְּדַבְּרִין רַק דִּבּוּר אֶחָד, גַּם כֵּן טוֹב מְאֹד", אפילו מען האט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן צום אייבערשטן, מען קען נאר זאגן איין ווארט איז דאס אויך זייער חשוב אין הימל; דער אייבערשטער ווארט צו הערן א ווארט פון דיר, אלעס וואס גייט אריבער אויפן מענטש איז נאר אז דער מענטש זאל געבן א שריי: "טאטע".


ווען א מענטש זאל גלייבן מיט א קלארקייט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים, ביי אים און נעבן אים וואלט מען בוודאי גערעדט צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט צו יעדעס ווארט וואס ער בעט אים, וואלט ער געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדעס איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


איינער האט מיר געוויזן פאריגע וואך א חתונה פון דרייסיג יאר צוריק ביי איינער פון תלמידי היכל הקודש וואו מען זעט מוהרא"ש אלץ דער מסדר קידושין, זעט מען דארט ווי ביי די גאנצע חתונה בשעת אלע טאנצן שאקלט זיך מוהרא"ש'ס ליפן אן אויפהער, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן א גאנצן טאג נאר רעדן צום אייבערשטן (חיי מוהר"ן, סימן תלח).


איך געדענק יארן צוריק האב איך באגלייט מיין זיידע הרה"ג רבי יחזקאל ראטה שליט"א – וואס איך פלעג אים משמש זיין - צו א שבע ברכות וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר אן אייניקל, דאס איז געווען נאך פאר איך בין מקורב געווארן (מיין זיידע איז געווען זייער נאנט מיט מוהרא"ש; מיין זיידע האט געזאגט א דרשה פאר די אינגעלייט אין יבניאל און זיי מחזק געווען וכו' אין א תקופה ווען מוהרא"ש האט נישט געקענט פארן קיין ארץ ישראל), האב איך געזען ווי מוהרא"ש'ס ליפן שאקלען זיך די גאנצע צייט; דעמאלט האב איך נאך נישט פארשטאנען די זאך אז מען קען זיצן צווישן מענטשן און זיין אפגעזונדערט פון אלעמען, איך האב געמיינט אז מען קען נאר רעדן צום אייבערשטן אין וואלד. מיט דעם אלעם האט דאס געמאכט אויף מיר א שטארקע רושם און געלויבט דעם אייבערשטן אז נאך א שטיק צייט בין איך געקומען קיין היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.