מכתב יומי

ח אייר תשע"ח

April 23 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן יעדן איינציגן טאג אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט מיט אונז עצות ווי אזוי מיר זאלן זיך אומגיין אין לעבן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ז): "הָעֵצוֹת שֶׁל הַצַּדִּיק הֵם כּוּלוֹ זֶרַע אֱמֶת", די עצות פון א צדיק זענען אמת'ע עצות; אז מען פאלגט א צדיק איז מען זוכה ארויס צו גיין פון אלע פראבלעמען. ווער עס נעמט דעם רבי'ן פאר זיין וועג ווייזער וועט זוכה זיין ארויס צו קריכן פון אלע זיינע פראבלעמען און ער וועט זיך קענען אן עצה געבן מיט יעדע שוועריקייט.


דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן זיך פירן מיט וותרנות, מען זאל נישט זוכן אויס צו פירן אין לעבן; דו ווייסט דאך אז דער רבי האט זיך קיינמאל נישט איינגע'עקשנ'ט, ביי קיין שום פאל, נאר דער רבי האט געזאגט זיין מיינונג און אז מען האט אים נישט געוואלט צוהערן האט ער זיך נישט געקריגט מיט קיינעם. עס זענען דא זייער אסאך סיפורים ווי מען האט נישט געוואלט פאלגן דעם רבי'ן, מען האט גע'טענה'ט מיטן רבי'ן און דער רבי האט זיך נישט גע'עקשנ'ט, אבער צום סוף האט מען געזען אז דער רבי איז געווען גערעכט (חוץ איין מאל האט זיך דער רבי יא געשפארט; ווען עס איז געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל. עיין בספר פעולת הצדיק, סימן קפו).


א מענטש מיינט און טראכט צו זיך: 'אויב איך וועל נישט אויספירן וועל איך נישט זיין חשוב וכו''; אויב יעדער וועט מיר בייקומען וועל איך ווערן אויס וכו''; 'כדי איך זאל זיין ווערד עפעס מוז איך זיך קריגן'; אזוי טראכטן מענטשן. דאס איז ווען א מענטש לעבט אן אמונה, ווייל ווען א מענטש לעבט אן אמונה איז ביי אים אלעס טבע, מקרה, מזל; אזא מענטש קריגט זיך כסדר, ווייל ער מיינט אז עס ווענדט זיך אין אים, ער קען בעסער מאכן און ער קען ערגער מאכן, דאס מאכט אים זיך קריגן און וועלן אויספירן. אבער ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט, נאר אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, די גאנצע וועלט איז א לבוש פונעם אייבערשטן, דומם, צומח, חי, מדבר - איז דער לעבעדיגער באשעפער אליינס, אזא איינער לעבט בשלום מיט אלעמען, ער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, ער זוכט נישט אויסצופירן, ווייל ער ווייסט אז אלעס פירט סיי ווי דער אייבערשטער אליינס.


טייערער ליבער ברודער, וואס דארפסטו זיך ארום קריגן מיט יעדן איינעם? פארוואס קריגסטו זיך מיט דיין ווייב?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט:): "אִיתְּתָך גּוּצָא, גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", אפילו דו האסט א ווייב וואס איז קליין וכו', בייג זיך אראפ צו איר און הער וואס זי זאגט דיר, אזוי ווי די גמרא זאגט דארט: "בְּמִילֵי דְּעָלְמָא" און "מִילֵי דְבֵיתָא", ווען עס קומט צו שטוב זאכן, אדער סתם וועלטליכע זאכן זאל מען אויסהערן די ווייב; מען ווערט נישט ווייניגער חשוב אויב מען געבט נאך, און מען ווערט נישט קלענער ווען מען פירט נישט אויס.


אפילו דיין ווייב איז דיר מצער, זאלסטו איר ווייטער מכבד זיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער עס אהיים ברענגען פאר איר. זעט מען פון דעם אז אפילו מען האט א שווערע שטוב, דארף מען זיין א ותרן און מען דארף זוכן ווי מען קען מאכן שלום, נאך זאגן חז"ל (בבא מציעא נט.): רבא האט געזאגט פאר די מענטשן פון דער שטאט מחוזא: "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ, כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", האלטס חשוב אייערע ווייבער, וועט איר רייך ווערן. און אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דאס גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי.


איך וויל דיר זען היינט נאכט ביים שיעור; עס זאל דיר נישט זיין ביליג די שיעורים יעדע וואך, כאילו מען רעדט פשוט'ע זאכן. קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת פב.): אָמַר לֵיהּ רַב הוּנָא לְרַבָּה בְּרֵיהּ: "מַאי טַעְמָא לֹא שְׁכִיחַתְּ קַמֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא דִּמְחַדְּדָן שְׁמַעְתֵּיהּ?" רב הונא האט געפרעגט זיין זון רבה: "פארוואס גייסטו נישט לערנען תורה ביי רב חסדא?" האט אים רבה געענטפערט: "מַאי אֵיזִיל לְגַבֵּיהּ דְּכִי אָזִילְנָא לְגַבֵּיהּ מוֹתִיב לִי בְּמִילֵי דְּעָלְמָא?" וואס האב איך צו גיין אהין, ער רעדט צו מיר סתם זאכן וכו'; ער לערנט ווי אזוי מען זאל זיך פירן ווען מען גייט ארויס לצרכים, האט רב הונא געזאגט פאר זיין זון: "הוּא עָסִיק בְּחַיֵּי דִּבְרִיָּיתָא, וְאַתְּ אָמְרַתְּ בְּמִילֵּי דְּעָלְמָא?!" דו זאגסט אז ער לערנט סתם זאכן, ער לערנט דאך דיר אויס לעבן, ער לערנט דיר אויס זאכן וואס וועט דיר ראטעווען דיין לעבן, ווייל פארצייטנס ווען מען פלעגט ארויס גיין לצרכיו האט מען זיך געקענט צערייסן די קישקעס וכו', האט ער געלערנט ווי אזוי מען זאל זיך אראפזעצן וכו', אז מען זאל נישט צוקומען צו קיין סכנה.


דאס זעלבע זאג איך דיר טייערער ..., קום צום שיעור; עס זעט דיר טאקע אויס ווי מען רעדט פשוט'ע זאכן, דו טראכסט 'וואס פעלט עס מיר אויס?' אבער באמת איז דאס לעבנס וויכטיגע זאכן. באמת ליגט אין די פשטות די גרעסטע חכמות, ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע חכמה ווי צו לעבן פשוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן טו): "דער גרעסטע חכמה איז אוועק צו לייגן די אייגענע שכל".


מיר קומט נישט אן גרינג צו געבן דעם שיעור, איך טו דאס מיט מיינע לעצטע כוחות, ווייל ווען עס קומט סוף טאג נאכן געבן כמה שיעורים שפיר איך ממש באפיסת הכחות; א גאנצן טאג געב איך שיעורים פאר די בחורים וכו', איך שטרענג זיך אן נאר דיר מחזק צו זיין.