מכתב יומי

ט אייר תשע"ח

April 24 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איינמאל ווען ר' נתן איז אריין געקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "דער עיקר איז, מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי"; דאס הייסט, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית זאל ער זיך נישט מייאש זיין, נאר טון וואס וואס יונה הנביא האט געטון ווען ער איז אנטלאפן פון ארץ ישראל, ער האט נישט געוואלט טון וואס דער אייבערשטער האט אים געהייסן און צום סוף האט מען אים אריין געווארפן אין ים, א פיש האט אים איינגעשלינגען, ווי אזוי האט ער זיך אן עצה געגעבן? ער האט דארט געשריגן צום אייבערשטן (יונה ב, ג): "מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי".


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס געשעהט ווען א איד שרייט צום אייבערשטן פון דעם פלאץ וואו ער איז אראפ געפאלן; דאס האט דער רבי געזאגט פאר ר' נתן: "דער עיקר איז - נישט אויפגעבן. מען טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, נאר אפילו מען פאלט אראפ דארף מען ווייטער בעטן דעם אייבערשטן".


איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער! איך בעט דיר זייער, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר איך זאל דיר זוכה זיין צו געדענקען שטענדיג.


איך וויל גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין; העלף מיר אייבערשטער איך זאל זוכה זיין צו דאווענען יעדן טאג מיט מנין, איך זאל געדענקען אז דאס וועט מיר העלפן מצליח זיין אין אלע מיינע ענינים, דורכדעם וועל איך קענען מפרנס זיין מיר און מיין משפחה.


העלף מיר אייבערשטער איך זאל זוכה זיין צו האבן ישוב הדעת צו קענען לערנען אביסל תורה יעדן טאג.


רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל נישט טון קיין שלעכטע מעשים. וואס זאל איך טון אז איך היט מיר נישט מיינע אויגן און איך קוק אויף שמוץ, איך קען נישט גיין אין גאס, איך בין אזוי צעדרייט, ביי מיר איז ממש מקוים געווארן די קללה וואס שטייט אין די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך בין ממש א משוגע'נער, איך דארף קוקן אויף יעדע פרוי; רבונו של עולם! וואס זאל איך טון אז עס איז ביי מיר מקוים געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אין אים אריין א רוח שטות; וואס זאל איך טון אז איך בין אנגעפילט מיט רוח שטות, איך שפיר ווי איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, איך בין פארשקלאפט פאר מיינע בלאטעס.


אנא השם! איך בעט דיר טאטע, העלף מיר איך זאל האבן שמירת עיניים, איך זאל האבן א ריינע מח; איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל אפלאזן אלע נארישקייטן. איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ כסדר נאכאמאל און נאכאמאל; אָנָּא ה' הוֹשִׁיעָה נָא, אָנָּא ה' הַצְלִיחָה נָא".


טייערער ברידער, אז דו וועסט פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, דו וועסט שרייען פון וואו דו ליגסט, דו וועסט שרייען וואס יונה הנביא האט געשריגן (יונה ב, ג): "מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי", וועסטו זוכה זיין אז דו וועסט ארויס קומען פון שאול; דו וועסט קענען זינגען וואס דוד המלך זינגט (תהלים קיג, ז): "מְקִימִי מֵעָפָר דָּל, מֵאַשְׁפֹּת יָרִים אֶבְיוֹן"; ווייל אז מען פאלגט דעם רבי'ן וועט נישט קיין דרגא אויף דער וועלט וואס דער רבי וועט אונז נישט צו ברענגען צו דעם, ביז מען איז זוכה (שם, ח): "לְהוֹשִׁיבִי עִם נְדִיבִים עִם נְדִיבֵי עַמּוֹ", מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.