מכתב יומי

ז אייר תשע"ח

April 22 2018

 בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי דערציילט אינעם מעשה פונעם פארלוירענעם בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א) ווי דער ממונה אויף די ווינט האט געפרעגט דעם ווינט וואס האט זיך פארזוימט וכו': "וואס איז דארט טייער?" האט דער ווינט געענטפערט: "דארט איז אלסדינג טייער"; אין דעם ליגט זייער א שטארקע חיזוק, ביים צדיק ווערט מען געוואויר אז אלעס איז טייער, יעדע מצוה וואס זעט דא אויס ווי א קלייניקייט איז מורא'דיג חשוב ביים אייבערשטן.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה התבודדות, מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן שצב): התבודדות איז א נייעם וועג, וואס דער וועג איז גאר אן אלטער וועג. אפילו עס איז אן אלטער וועג, איז עס א נייער וועג; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און הייבט אן רעדן צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער מאכט זיך אייגענע תפילות, ער שמועסט מיטן אייבערשטן אזוי ווי מיט א חבר, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס קוועטשט אים, אלעס וואס דער יצר הרע טוט מיט אים, אלע שלעכטע מחשבות, דיבורים און מעשים מיט וואס דער יצר הרע איז אים מכשיל, נעמט ער אראפ פון זיך די עונשים און דער אייבערשטער איז אים מוחל, אזוי ווי עס שטייט (משלי כח, יג): "וּמוֹדֶה וְעֹזֵב יְרֻחָם".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל מתקן זיין וואס ער האט פוגם געווען אין פגם הברית, דער זאל עוסק זיין אין די מצוה פון צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען - ווי צו עוסק זיין אין הפצה, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, שלמה המלך זאגט (משלי כז, א): "אַל תִּתְהַלֵּל בְּיוֹם מָחָר, כִּי לֹא תֵדַע מַה יֵּלֶד יוֹם"; וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין? נעם יעצט א זעקל ספרים און קונטרסים און גיי מזכה זיין אידישע קינדער. דו ווילסט א ברכה אויף שפע, נעם מוהרא"ש'ס ברכה; דאס איז די לשון פון מוהרא"ש: "איך געב א ברכה, ווער עס וועט עוסק זיין אין "הפצה" וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש"; די אלע וואס זענען עוסק אין "הפצה" זאגן אז זיי האבן אייביג שפע.


וואויל איז דיר אז דו וועסט מיר העלפן ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די וועלט; דער רבי האט דערציילט אז א קעניג איז געגאנגען מיט זיינע באדינערס אין וואלד כאפן א הערש, פלוצלינג איז געווארן טונקל, די הימל איז באדעקט געווארן מיט שווארצע וואלקענעס, עס האט אנגעהויבן רעגענען, אלע מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן געוואלט צוריק אהיים גיין, האט דער קעניג געזאגט: "איך בלייב דא ווייל איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין", האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה און געזאגט: "דאס זעלבע זאג איך אייך, איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין".


איך זאג דיר דאס זעלבע, איך גיי נישט צוריק, איך בלייב מיט מוהרא"ש ווי לאנג איך לעב, איך וועל פרובירן צו העלפן כאפן דעם הערש; מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער הערש וואס דער רבי וויל כאפן? נאר 'צבי' באטרעפט 102, און 'אמונה' איז אויך 102; דער רבי וויל אריין ברענגען אמונה אין די גאנצע וועלט, עס זאל שוין מקוים ווערן לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַי; איך האף אז דו וועסט זיך אויך אנכאפן מיט מיר און העלפן כאפן דעם הערש.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים, זיי זענען ביי מיר חשוב'ער פון אלעס, זיי ווארטן אויף א שיעור, בלייבזשע מיר געזונט און שטארק.