מכתב יומי

ה אייר תשע"ח

April 20 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר גייען אריין אין דעם הייליגן שבת, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת יתרו, פח:): "כָּל בִּרְכָאן דִּלְעֵילָא וְתַתָּא בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאָה תַּלְיָן", אלע ברכות וואס קומען אויפן מענטש קומט בזכות שבת; אז דו וועסט אריין קלערן אין די ווערטער פונעם זוהר וואס מען זאגט פרייטאג צו נאכטס, וועסטו זען ווי די הייליגע תנאים האבן זיך געפריידט שבת, ווי זיי האבן זיך געפריידט ביי די שבת סעודות, אזוי ווי דער זוהר זאגט (שם): "רַבִּי אַבָּא, כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְּשַׁבְּתָא, הֲוֵי חַדֵּי, בְּכָל חַד וְחַד", דער הייליגער רבי אבא איז געווען זייער פרייליך בשעת די שבת'דיגע סעודה, ער האט געזאגט: "דָּא הִיא סְעוּדָתָא קַדִּישָׁא", די סעודה איז א הייליגע סעודה, א סעודה וואס מיר מאכן פארן אייבערשטן.


זע צו עסן די דריי סעודת שבת; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְקַיֵּם שָׁשׁ סְעוּדוֹת בְּשַׁבָּת נִיצוֹל מִשָּׁלֹשׁ פּוּרְעָנִיוֹת", ווער עס עסט דריי סעודות שבת ווערט געראטעוועט פון דריי שווערע צרות, "מֵחֶבְלוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ, וּמְדִינָה שֶׁל גֵּיהִנֹּם, וּמִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג"; דעריבער פארלייגט זיך דער יצר הרע זייער שטארק אז מען זאל מזלזל זיין אין דעם און מען זוכט תירוצים זיך ארויסצודרייען. וואס בעט מען שוין? וואס וויל דער אייבערשטער פון אונז - מיר זאלן עסן, און דאס איז אויך שווער?! דער רבי האט אמאל געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן לב): "דער אייבערשטער זאגט "קינדערלעך עסט", און מען עסט נישט".


דער הייליגער זוהר זאגט, (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל, דְּאִינּוּן בְּנִי מַלְכָּא. דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא, דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", ווער עס עסט דריי סעודות שבת ווייזט אז ער איז א קינד פונעם אייבערשטן, ער ווייזט אז ער האט אמונה, "וּמַאן דְּפָגִים חַד סְעוּדָתָא מִנַּיְיהוּ, אַחְזֵי פְּגִימוּתָא לְעֵילָּא, וְאַחְזֵי גַּרְמֵיהּ דְּלָאו מִבְּנֵי מַלְכָּא עִלָּאָה הוּא, דְּלָאו מִבְּנֵי הֵיכָלָא דְּמַלְכָּא הוּא דְּלָאו מִזַּרְעָא קַדִּישָׁא דְּיִשְׂרָאֵל הוּא", און אויב מען עסט נישט דריי סעודות שבת ווייזט מען אז מען איז נישט קיין קינד פונעם אייבערשטן חס ושלום; נאך זאגט דער זוהר, "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הָאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה; ווער עס וואשט זיך צו די דריי סעודות איז זייער חשוב, עד כדי כך אז דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט (שבת קיח:): "יְהֵא חֶלְקִי מֵאוֹכְלֵי שָׁשׁ סְעוּדוֹת בְּשַׁבָּת", איך וויל האבן א חלק אין גן עדן מיט די וואס עסן דריי סעודות שבת.


פרוביר מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך שבת; דו ווייסט דאך אז דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען מיר זאלן זיין שבת נאר פרייליך. נעם א ליקוטי מוהר"ן און קוק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיך לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל; דער ס"מ ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, מאכט ער אז עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, מען צעאמפערט זיך צוליב שטותים והבלים, ביז מען גייט אריין אין שבת קודש צעקריגטערהייט.


בעט דעם אייבערשטען דו זאלסט הנאה האבן צו בלייבן אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דו זאלסט הנאה האבן צו פארברענגען אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דו זאלסט נישט האבן די קללה וואס דער אייבערשטער האט פארשאלטן קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ"; עס זענען דא מענטשן וואס זענען נישט קיין צופרידענע מענטשן, וואו ער איז וויל ער גיין ערגעץ אנדערש, ער איז מקנא א צווייטן און ער איז ברוגז אויף די גאנצע וועלט; דאס אלעס קומט פון חסרון אמונה, ווייל ווען דער מענטש וואלט געלעבט מיטן אייבערשטן, ער וואלט געוואוסט אז עס איז מלא כל הארץ כבודו, וואלט ער קיינעם נישט מקנא געווען און ער וואלט געווען צופרידן וואו ער איז און וואס ער איז.


דאנק און לויב דעם אייבערשטען אויף דיין לעבן און הער שוין אויף צו קרעכצן; שלמה המלך זאגט (משלי יח, ח): "דִּבְרֵי נִרְגָּן", דער וואס רעדט זיך אפ אויפן אייבערשטן, "כְּמִתְלַהֲמִים", איז ווי קלעפ; אבער עס איז ערגער פון קלעפ, ווייל ווען מען כאפט א קלאפ קען מען דאס אויסהיילן, אבער טענות אויפן אייבערשטן איז: "וְהֵם יָרְדוּ חַדְרֵי בָטֶן", דאס גייט אריין טיף אינעם מענטש און דאס קען מען נישט היילן; דער מענטש וואס האט טענות אויפן אייבערשטן דער איז קיינמאל נישט צופרידן. איז אנשטאט זוכן אויף וואס זיך אפצורעדן, זוך אויף וואס דו קענסט לויבן דעם אייבערשטן, דאנק אים אויף די גוטס וואס ער טוט מיט דיר.


גרייט דיר אן שיינע מעשיות וואס צו דערציילן שבת ביי די סעודה; אזוי וועט די סעודה האבן א טעם, די קינדער וועלן וועלן נאך סעודות און די קינדער וועלן שטענדיג געדענקען די גוטע קינדער יארן. פארצייל זיי מעשיות פון תפילה, לייג אריין אין זיי אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, שמועס מיט זיי פון צדיקים, לאז זיי וויסן אז ווען מען פאלגט די ווערטער פון צדיקים האט מען א גוט לעבן.


ברענג אריין אין דיינע קינדער וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן"; לאז זיי וויסן אז מיר האבן א רבי וואס קען ליכטיג מאכן אין יעדע צרה, לאז זיי וויסן אז אפילו ווען עס איז ביטער איז דא א וועג ארויס.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת; איך האף אז די ווערטער וועט אריין גיין אין דיין הארץ און דו וועסט האבן א ליסטיגן שבת.