מכתב יומי

ד אייר תשע"ח

April 19 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר טהרה, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר טייערער ברידער, קלאפ זיך נישט אראפ; עס איז נישט קיין קונץ זיך אראפצוקלאפן, עס איז נישט קיין חכמה ארום צו גיין מיט אן אראפגעלאזטער נאז. אויף יעדן איינעם גייט איבער שוועריקייטן; דער קונץ איז זיך אויפצוהייבן, דער קונץ איז צו קענען שמייכלען אפילו ווען עס גייט נישט ווי אזוי מען וויל, און אין דעם מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א איד - "וויפיל ער דערהאלט זיך".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה, און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט. "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


ווען דער אייבערשטער שיקט פאר א מענטש יסורים איז דאס נאר ווייל ער וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן; וועט ער קומען צו מיר, אדער ער וועט זוכן מענטשן אויף וועמען זיך צו פארלאזן, אדער גאר זוכן מענטשן וועם צו באשולדיגן אין זיינע פראבלעמען.


ווען א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן קען אים קיינעם נישט אוועק נעמען פון די הייליגע אמונה; זאל אריבער גיין אויף דעם מענטש שווערע ביטערע זמנים ה' ירחם, וועט ער ווייטער בלייבן ביי די אמונה. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קלט, ו-יב): "פְּלִיאָה דַעַת מִמֶּנִּי נִשְׂגְּבָה לֹא אוּכַל לָהּ, אָנָה אֵלֵךְ מֵרוּחֶךָ? וְאָנָה מִפָּנֶיךָ אֶבְרָח?" עס איז מיר א וואונדער ווי א מענטש קען טראכטן ביי זיך אז ער קען אנטלויפן פונעם אייבערשטן, "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם שָׁם אָתָּה", ווייל אז איך וועל ארויפגיין אין הימל – ביסטו דארט רבונו של עולם, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל הִנֶּךָּ", אז איך וועל זיך באהאלטן אין תהום – ביסטו ווייטער דארט רבונו של עולם, "אֶשָּׂא כַנְפֵי שָׁחַר אֶשְׁכְּנָה בְּאַחֲרִית יָם, גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", איך וועל אנטלויפן צו א ווייטע לאנד אריבער דעם גרויסן ים - דארט ביסטו אויך רבונו של עולם, "וָאֹמַר אַךְ חֹשֶׁךְ יְשׁוּפֵנִי וְלַיְלָה אוֹר בַּעֲדֵנִי, גַּם חֹשֶׁךְ לֹא יַחְשִׁיךְ מִמֶּךָ, וְלַיְלָה כַּיּוֹם יָאִיר כַּחֲשֵׁיכָה כָּאוֹרָה", איך וועל מיר באהאלטן אין די פינסטערניש - דארט ביסטו אויך רבנו של עולם, ביי דיר איז נישט קיין חילוק צי עס איז טינקל צו ליכטיג; איז ווי קען מען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן?!


צו די מדריגה קענען מיר אלע זוכה זיין; דער רבי לערנט מיט אונז אזעלכע לימודים אז אפילו מיר פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען נאך, זאלן מיר אויך קענען לעבן מיט אמונה אינעם אייבערשטן און זיך דערהאלטן אפילו ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן וכו'.


מוהרא"ש חזר'ט אן א שיעור מאל אין די בריוו וואס דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער – זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר?" ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן, פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג; ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק.


אין די צייטן פון רבי'ן איז געווען א מענטש וואס האט זיך באניצט מיט קבלה מעשית; דער הייליגער אריז"ל איז זייער שארף אז מען זאל נישט עוסק זיין אין דעם, ווייל מיר זענען אלע טמאי מתים, מיר האבן נישט היינטיגע צייטן די אפר פרה אדומה, ממילא טאר מען זיך נישט באניצן מיט דעם, ווייל מען לייגט זיך אריין אין א סכנה (עיין בספר שערי קדושה לרבי חיים ויטאל זצ"ל, חלק ג' שער ו'). למעשה איז געווען א מענטש וואס האט זיך יא באניצט מיט דעם, ווען חסידים האבן דאס דערציילט פאר זייער רבי האט יענער רבי געזאגט מען זאל אים מאכן א משכנ'טע, מען זאל אים ארום נעמען מיט א קלייד און אים שלאגן וכו', די חסידים האבן געפאלגט זייער רבי און דער איד איז ממש אראפגעפאלן אין א שרעקליכע עצבות, מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, און ער איז ממש נישט געווען ביי זיך, די משפחה האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, זיי זענען ארום געלאפן צו אלע רבנים, אבער קיינער האט נישט געקענט ארויסנעמען דעם איד פון זיין מרה שחורה, ביז זיי זענען אנגעקומען צום רבי'ן און דער רבי האט זיי געהאלפן, דער רבי האט געזאגט: "א קונץ אראפ צו ווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד", און דער רבי האט גערעדט מיט אים ביז ער איז ארויס פון זיין מרה שחורה און ער האט צוריק באקומען אלע זיינע מדריגות.


זעט מען אז דער רבי האט געוואלט מען זאל זיך אויפהייבן, נישט זיין צעבראכן און צעקלאפט, דאס קען מען נאר זוכה זיין ווען מען לעבט מיט אמונה, מען ווייסט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן און אז מיט תפילה קען מען אלעס באקומען.


שטארק דיר ברידער, דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן.