מכתב יומי

ז תמוז תשע"ח

June 20 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בחסדי השם יתברך וועלן מיר זיין דאס יאר אין אומאן ראש השנה שנת תשע"ט אינעם נייעם בנין.


מיר וועלן זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות והתחזקות אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט איבער געגעבן דעם רבינ'ס ווערטער אן דריידלעך און אן חכמות, נאר בתמימות ובפשיטות אזוי ווי דער רבי האט געזאגט. יעדעס ווארט פון רבי'ן - נאך א שטיק שכל, נאך א ווארט פון רבי'ן - נאך כח צו לעבן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפילה (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז דער קעניג האט געוויזן פאר אלעמען א וועג ווי זיי זאלן גיין מחדש זיין זייער כח; דער מליץ און דער חכם, דער גיבור און דער אוהב נאמן, פאר די אלע האט דער קעניג געוויזן א וועג ווי זיי זאלן גיין זיך באנייען זייער כח; מיר פארן קיין אומאן צום רבי'ן אויף ראש הנשה צו באנייען אונזערע כוחות, מיר זאלן אויס'פועל'ן א זיסע יאר; אין אומאן איז דער פלאץ וואו מען באנייט זיך צו האבן כח זיך צו דערהאלטן אין אונזערע שווערע נסיונות.


דער בנין איז נאך נישט פולקאם פארטיג, מען האלט דאס נאך אינמיטן ענדיגן און מען פראבירט צו ענדיגן וואס מער מען קען פאר דעם יאר. ווען דער רבי האט זיך געגרייט צו פארן קיין ארץ ישראל, האט קודם געהייסן אז איינער פון אנשי שלומינו וועלן מיט פארן מיטן רבי'ן, למעשה האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט ווייל ער איז געקומען צום רבי'ן זיך אויפטון אז ער האט איינגעקויפט שיינע עפל צדה לדרך פארן וועג קיין ארץ ישראל, האט אים דער רבי געזאגט: "אז דו האסט אינזין שיינע עפל - קענסטו מיט מיר נישט פארן קיין ארץ ישראל"; ווייל דער רבי איז געפארן קיין ארץ ישראל נישט פאר גשמיות וכו', און אז מען האט אינזין שיינע עפל פארן וועג, קען מען נישט מיט פארן מיטן רבי'ן.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם מעשה פארוואס מיר פארן קיין אומאן; מיר פארן צום רבי'ן ווייל דער רבי האט געהייסן קומען, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן.


"כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, 'אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם'", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


ברענג מיט אלע דיינע אינגלעך וואס זענען זיבן יאר און העכער און אזוי אויך אלע דיינע בחורים; קוק נישט אויף גארנישט, געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט. החכם עיניו בראשו, גרייט זיך אן א פושקע אנהייב יאר, אויף די פושקע שרייב ארויף: "אומאן, קודש קדשים". יעדן טאג לייגט מען אריין אינעם פושקע, און (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת לְחֶשְׁבּוֹן גָדוֹל", אזוי דארף מען נישט בארגן קיין געלט.


מיטן אייבערשטנס הילף וועלן מיר האבן מלמדים וואס וועלן לערנען און דאווענען מיט די קינדער במשך די אלע טעג וואס מען איז ביים רבי'ן אין אומאן; די קינדער וועלן נישט זיין אויף הפקר, די קינדער וועלן נישט וויסן עפעס אנדערש - נאר תורה תפילה און פון רבינ'ס ציון. בשעת די תפילות וועלן די קינדער העלפן מיטן דאווענען.


יעצט אז מען שטייט שוין נענטער צום נייעם יאר, מען פארט שוין באלד קיין אומאן, זאלסטו שוין זען זיך איינרישן מתנות פארן רבי'ן. דער דרך העולם איז אז ווען מען ליידנט זיך איין ביי א צווייטן ברענגט מען א מתנה; דארפן מיר שוין טראכטן: 'מיט וואס קום איך קיין אומאן צום רבינ'ס ציון?' יעדער וויל אודאי קענען זאגן פארן רבי'ן: "רבי, איך האב געענדיגט ששה סדרי משנה"; "רבי, איך האב מסיים געווען וכו'"; אזוי אויך מיט הפצה: "רבי, איך האב מפיץ געווען דיינע ספרים, דיינע עצות".


מיטן אייבערשטנס הילף פאר איך ארויס מארגן אין קעמפ; די בחורים קומען ארויס קומענדיגע וואך. דארט וועלן מיר קענען זיין אפגעהיטן פון די גאס.


איך האף דיר צו זען דורכאויס דעם זוממער.


איך שיק דיר דא מיט בילדער פון אומאן; געב א קוק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט, עס בויט זיך א בנין אן קיין עשירים און אן קיין נגידים, אן גארנישט - נאר מיט די הילף פונעם אייבערשטן.