מכתב יומי

ח תמוז תשע"ח

June 21 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד... נרו יאיר


קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאסירן די קומענדיגע מינוט; מען הערט יעדן טאג שרעקליכע מעשיות ווי מענטשן ווערן אוועק געריסן פון דער וועלט יונגערהייט.


שלמה המלך זאגט (קהלת ט, יב): "כִּי גַּם לֹא יֵדַע הָאָדָם אֶת עִתּוֹ כַּדָּגִים שֶׁנֶּאֱחָזִים בִּמְצוֹדָה רָעָה וְכַצִּפֳּרִים הָאֲחֻזוֹת בַּפָּח כָּהֵם יוּקָשִׁים בְּנֵי הָאָדָם לְעֵת רָעָה כְּשֶׁתִּפּוֹל עֲלֵיהֶם פִּתְאֹם", דרש'ענען אויף דעם די הייליגע חכמים (סנהדרין פא:): מַאי מְצוֹדָה רָעָה? אָמַר רֵישׁ לָקִישׁ: "חַכָּה", איז רש"י מסביר: דאס איז נישט קיין גרויסע נעץ, נאר דאס איז א שוואכע קליינטשיגע העקעלע וואס די פיש קענען נישט באמערקן, אזוי כאפט עס אריין אין זיך פלוצלינג גרויסע פישן. אזוי אויך זענען מיר צוגעגליכן צו פיש, מיר געפונען זיך אויף די וועלט ווי אינמיטן וואסער, און אזוי ווי אין וואסער קומען פיש כאפערס און פאנגען פיש - יעדע מאל ווערן אריינגעכאפט נאך און נאך פיש, אזוי אויך ווערן יעדן טאג פלוצלינג אוועק גענומען מענטשן פון דער וועלט; קיינער נעמט נישט ארויס קיין מוסר השכל און טראכט: 'עס קען דאך צו מיר פאסירן דאס זעלבע', נאר שטענדיג דאכט זיך אז די אלע טראגעדיעס פאסירן נאר צו א צווייטן.


נעכטן האט פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע, א אינגערמאן איז ארויס געפארן אין קעמפ פארן זוממער און אויפן וועג האט ער זיך צוזאמגעקראכט מיט א צווייטע קאר און ער איז לא עלינו אומגעקומען; ווען מען הערט אזעלכע מעשיות דארף דאס געבן א קיצל דעם מענטש. מען דארף טראכטן: 'אפשר דארף איך שוין אויך באלד אהיים גיין צום אייבערשטן, וואס וועל איך דארט מיט נעמען מיט מיר? נאר די דיבורים וואס איך האב ארויס געכאפט יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן וועלן מיר דארט באגלייטן'.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן, און ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן, דאס באגלייט אים צו זיין אייביגע רוה.


ווען מען הערט אזעלכע שוידערליכע מעשיות דארף דאס געבן א שטעל אפ דעם מענטש ער זאל טראכטן: 'וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר?' חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "לְפִי שֶׁבִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל אָדָם, אֵין מְלַוִין לוֹ לְאָדָם לֹא כֶּסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד", ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט בלייבט די גאנצע געלט און זילבערנע כלים וכו' וכו' אין שטוב, און מען נעמט גארנישט מיט, נאר תורה ותפילה.


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט דעם מחשבה, ער חזר'ט יעדן טאג: 'איין טאג וועל איך איבער לאזן די וועלט, עס וועט פון מיר גארנישט איבער בלייבן נאר דאס ביסל תורה וואס איך לערן יעדן טאג; נאר די פרקים משניות און דפים גמרא וואס איך האב זוכה געווען צו זאגן יעדן טאג - דאס וועט מיר באגלייטן אויף יענע וועלט'.


אז מען לעבט מיט די מחשבה דעמאלט לאזט מען זיך נישט נארן און מען זוכט יעדן טאג אריין צו כאפן וואס מער גוטע זאכן.


אפילו דו ביסט היינט פארנומען מיטן זיך פאקן ארויס צו פארן אין קעמפ, זאלסטו אויך אריין כאפן אביסל גוטס, זע צו לערנען דעם דף גמרא.


איך פאר אם ירצה ה' באלד ארויס אין קעמפ; בלייב'זשע מיר געזונט און שטארק.