מכתב יומי

ו תמוז תשע"ח

June 19 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אזוי ווי היינט קומט פאר א קאמפיין פאר אונזערע מוסדות, וואס באמת אז מען געבט א קוק אויף צוריק זעט מען ממש ווי עס ווערט פארווירקליכט דער פסוק (איוב ח, ז): "וְהָיָה רֵאשִׁיתְךָ מִצְעָר, וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד"; מיר האבן געעפענט די ישיבה שנת תשס"ט - פאר צען יאר צוריק, נאכדעם האבן מיר געעפענט די תלמוד תורה אסרו חג פסח שנת תש"ע, דערנאך האבן מיר געעפענט דעם מיידל סקול "בית פיגא" אום שנת תשע"ב. בשעת מיר האבן געעפענט די מוסד האט דאס אויסגעזען ממש ווי א חוזק, מענטשן האבן געזאגט אז דאס וועט אנהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים... למעשה האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס ווערט נאר שענער און שענער, מיר האבן שוין אויסגעוואקסן אונזער פלאץ, און מיר דארפן שוין א גרעסערע פלאץ, בפרט פאר די סקול.


דעריבער וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אנטייל נעמען אין די מצוה; דא רעדט מען נישט אז דו אליינס זאלסט געבן, דו העלפסט מיר שוין יעדע חודש זייער געטריי מיטן העלפן דעקן די רענט פאר די ישיבה, חדר און סקול, די רעדע דא איז אויב דו קענסט היינט אנרופן דיין משפחה, חברים און באקאנטע וכדו' זיי זאלן נעמען א חלק אין די זכות צו העלפן דעם מוסד.


וויסן זאלסטו אז יעדע פרוטה וואס מען ברענגט פארן מוסד איז ווי מען געבט א פדיון פארן הייליגן רבי'ן, וואס דורכדעם ווערן נמתק אלע דינים פונעם מענטש על ידי פלא עליון.


דער מוסד איז מגלה און מפרסם די הייליגע אמונה אויף די וועלט; דורך דעם מוסד ברענגט מען אריין די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט. די לימוד פון התחזקות, אז מען זאל זיך דערהאלטן אין אלע אומשטענדן, מען זאל נישט קוקן וואס איז געווען, נאר מען זאל זיך שטענדיג באנייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות דעם וואס דו העלפסט מיר מיט די מוסדות זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער, זאלסט האבן פרנסה בריווח און קענען שטענדיג טון חסד מיט אנדערע אידן.