מכתב יומי

ז חשון תשע"ט

October 16 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מאך זיך א שיעור אין דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "מִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; אפילו א מענטש וואס זיינע אדערן זענען אים פארשטאפט, ער לערנט נישט, דאווענט נישט און פאלט אריין אין עבירות, אויב וועט ער לערנען דעם רבינ'ס ספרים וועט עס אים צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


אזוי אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין דעם ספר 'אשר בנחל'; מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפ געברענגט פאר אונז אויף א פשוט'ע שפראך. אזוי ווי מען צעדריקט אן עפל פאר א קינד וואס קען נאך נישט עסן קיין גאנצע עפל, אזוי האט מוהרא"ש געטון - צעדריקט און צעריבן דעם רבינ'ס ספרים פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר פארשטייען נישט קיין טיפע תורות וכו', אז מיר זאלן דאס פארשטיין און לעבן מיט דעם.


דער וואס לערנט דעם ספר אשר בנחל ווערט נישט צעפאלן און צעבראכן ווען עס גייט איבער אויף אים שוועריקייטן; פרוביר דאס אויס וועסטו האבן התחזקות אין לעבן.


עס זענען געווען צוויי אינגעלייט וואס זענען געגאנגען נאך געלט פאר זייער משפחה; איינער איז געווען א מקורב ביי רבי נתן און דער צווייטער איז געווען א מקורב ביי א רב וואס האט געקריגט אויף רבי נתן. דער ארימאן וואס איז געווען א חסיד פון ר' נתנ'ס חולק האט זיך אין א געלעגנהייט אנגערופן צו זיין חבר – דער מקורב ביי רבי נתן: "דו באקומסט אסאך מער פון דיין רבי'ן וויפיל איך באקום פון מיין רבי; ווען איך גיי צו מיין רבי און איך קרעכץ זיך אויס פאר אים אז איך האב נישט קיין פרנסה מאכן מיר א חשבון וויפיל עס פעלט מיר און מיין רבי געבט מיר האלב וויפיל איך דארף, פעלט מיר אבער האלב וואס איך דארף צוזאמקראצן, אבער ווען דו גייסט צו דיין רבי גיבט ער דיר טאקע נישט קיין געלט, נאר אסאך מער פון דעם, ער לייגט ער אריין אין דיר אזא ליכטיגקייט אז דו הייבסט אן צו שפירן אז עס פעלט דיר גארנישט, קומט אויס אז דו באקומסט פון דיין רבי אסאך מער וויפיל איך באקום פון מיין רבי".


געלויבט דעם אייבערשטן אז די ישיבה, תלמוד תורה און בית פיגא האבן זיך אנגעהויבן מיט א פרישע התחדשות; די בחורים, אינגלעך און מיידלעך וואקסן אויף מיט א ריינע קלארע אמונה אינעם אייבערשטן און מיט אמונת חכמים, מען לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. יעדעס מאל ווען איך באזוך אין חדר און אין מיידל סקול ווער איך זייער נתרגש אז עס איז דא א פלאץ אויף דער וועלט וואו קינדער וואקסן אויף מיט א ריינקייט, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט פונעם הייליגן רבי'ן.


אֵין בַּעַל-הַנֵּס מַכִּיר בְּנִיסוֹ (עיין נדה לא.), דאס אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער וואו מען איז זיי מחנך יונגערהייט מיט די הקדמות פון רבי'ן איז נישט קיין פשוט'ע זאך; דאס איז א מתנה פונעם אייבערשטן פאר אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.