מכתב יומי

ו חשון תשע"ט

October 15 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אסאך מאל טראכט איך צו מיר און איך שטוין: 'ווי אזוי גייען מענטשן אן מיט זייער לעבן אן די עצות פון רבי'ן, ווי אזוי קען מען אריבער טראגן אלע שוועריקייטן אן די עצה פון התבודדות?!'


מיר זענען דאך אזוי גליקליך און מיר דארפן זיין אזוי פרייליך אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע עצות, בפרט די עצה פון 'התבודדות', אז מען זאל זיך אויס רעדן דאס הארץ פארן הייליגן באשעפער, אים אלעס דערציילן אויפן שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן. דאס אליינס אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן - איז שוין א ישועה, מען האט כאטש פאר וועם צו דערציילן וואס מען גייט אריבער.


'טעמו וראו כי טוב ה'', פרוביר אויס די עצה וועסטו זען אז דאס לעבן וועט זיך דיר טוישן; דו וועסט שפירן ווי דו לעבסט אין 'גן עדן'. זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן; רעדט צו אים אזוי ווי דו רעדסט צו א חבר, דערצייל אים בפרטי פרטיות אלע דיינע ווייטאגן וואס גייט אריבער אויף דיר וועסטו זיך שפירן ממש אן אנדערע מענטש, עס וועט נישט וויי טון אזוי שטארק.


מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס לעבט נישט מיט התבודדות וואס מען שפירט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן א): "וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' אז איך ווייס? זאל שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' אז דער אייבערשטער איז גרויס?!" זאגט דער רבי "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, "אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא", איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס און ער פירט דער וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים", דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ" – "כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


אשרינו מה טוב חלקינו "אשר בנחל" שם גורלינו אז מיר ווייסן פון אזא רבי'ן, וואו וואלטן מיר געווען און ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן; א רבי וואס לערנט אונז אויס אז מיר זאלן זיך נישט פארלירן אין די שווערסטע מצבים, א רבי וואס לערנט אונז אויס אז מיר זענען נישט אליינס און מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "מיר האבן באקומען פון רבי'ן אסאך שיינע עצות, אבער די שענסטע מתנה איז התבודדות"; איינמאל מען געוואוינט זיך צו צו רעדן מיטן באשעפער און יעדע זאך וואס דרוקט פארציילט מען פארן אייבערשטן, דארף מען שוין קיינעם נישט.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; געדענק אז עס איז א מצוה פרייליך צו מאכן די ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה - בַּעְלָהּ מְשַׂמְחָהּ", דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן זיין ווייב; מען דארף אריין לייגן אין דעם מצוה די זעלבע הידורים וואס מען איז מהדר ביי אנדערע מצוות. עס איז א שווערע מצוה, ווייל דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק צו מאכן א פירוד צווישן מאן און ווייב, דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט האבן סבלנות צו איר, איר מחזק זיין און איר העלפן.


עס זענען פארהאן אינגעלייט וואס זענען פארנומען צו טון חסד מיט חברים וכו', אבער אין שטוב לייגט ער נישט צו די הענט אין קאלט וואסער; מען דארף טאקע טון חסד מיט אנדערע מענטשן אבער די גרעסטע חסד איז ווען מען העלפט די אייגענע ווייב. עס איז א מצוה צו העלפן אנדערע ווען דאס גייט נישט אויפן ווייב'ס חשבון, ווייל חסד הייבט זיך אן אין שטוב.


איך פריי מיר זייער יעדעס מאל דו פארציילסט מיר נאך א סיום און נאך א סיום, דאס געבט מיר כח ווייטער ממשיך צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.