מכתב יומי

ה חשון תשע"ט

October 14 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז מען וויל מצליח זיין אין לעבן דארף מען זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות.


מען דארף שטענדיג געדענקען די ווערטער וואס ר' נתן האט געהערט אין חלום פונעם הייליגן רבי'ן. רבי נתן האט זיך גע'חלומ'ט ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און פאלט אראפ, ער פרובירט נאכאמאל און פאלט נאכאמאל אראפ, אזוי איז געווען עטליכע מאל - ער האט פרובירט צו קריכן און איז אלץ צוריק געפאלן, אינמיטן זעט ער ווי אויבן ביים שפיץ פונעם לייטער שטייט א מענטש און ער זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך" ['דראפע זיך' מיינט אין אלט אידיש: 'פרוביר מיט אלע דיינע כוחות'] און ער האט זיך אויפגעוועקט פון זיין שלאף. שפעטער ווען ער איז געקומען צום רבי'ן, האט ער געזען אז דער מענטש וואס האט אים געזאגט אין חלום: "דראפע זיך און דערהאלט זיך" איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן איז געזאגט געווארן פאר אונז אלע; דער רבי זאגט פאר יעדן פון אונז: "דראפע זיך און דערהאלט זיך!" יעדער מענטש האט זיך זיין פעקעלע וואס ער שלעפט מיט זיך; יעדער מענטש האט זיינע ביטערע נסיונות און שפירט יעדן טאג אדער אפאר מאל א טאג - און צומאל טויזנט מאל א טאג - ווי ער קען מער נישט אנגיין און ער וויל אויפגעבן, דארף מען געדענקען וואס דער רבי זאגט אונז: "דראפע זיך און דערהאלט זיך".


געדענק: "דראפע זיך און דערהאלט זיך!"


א גוטן טאג.