מכתב יומי

ה תמוז תשע"ח

June 18 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור, זע צו קומען צום שיעור להנהאתך ולטובתך.


יעדער איינער דארף חיזוק אנצוגיין אין לעבן - סיי ברחניות און אויך בגשמיות; אויף יעדן איינעם גייט איבער שוועריקייטן אין לעבן, דער עצה איז צו טרעפן א צדיק וואס געבט חיזוק. מיר האבן בזכיות חינם געטראפן דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק און שטארקט אונז אז מיר זאלן געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דער רבי חזר'ט מיט אונז די פשוט'ע אמונה: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב מיט מיין גאנצע הארץ אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס; ער טוט אלעס, ער האט אלעס געטון און ער וועט אלעס טון. דאס צו טראכטן און לעבן מיט דעם מאכט פרייליך דעם מענטש, ווייל ווי מער א מענטש חזר'ט אמונה, ווערט ער מער פרייליך און רואיג.


זוממער וועט נישט זיין קיין שיעורים; מיטן אייבערשטנס הילף פארן מיר ארויס אויף די בערג. אויך וועט די בית מדרש זיין פארשפארט במשך די קומענדיגע צען וואכן; עס וועט אם ירצה ה' זיין שיעורים אין קעמפ. נאכמיטאג פאר מנחה וועט זיין א שיעור גמרא פאר די בחורים, מען וועט לערנען דעם זוממער מסכת תענית, פארנאכטס וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור אכט אזייגער, אויך וועט זיין מוצאי שבת א סעודת מלוה מלכה; מען וועט זיך מחזק זיין צוזאמען מיטן הייליגן רבינ'ס עצות. איך האף דיר צו זען במשך דעם זוממער; עס איז וויכטיג פאר אונז ביידע מיר זאלן זיך טרעפן און איבער חזר'ן וואס מיר פארמאגן.


"אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן סימן נא), אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין, און אן אלטער צדיק איז נישט גוט צו זיין; מען דארף זיך שטענדיג אויפרישן און זיך באנייען. אז מען קומט זיך צוזאם אנשי שלומינו, מען דערמאנט זיך וואס מיר פארמאגן, מען חזר'ט איבער שמועסן פון הייליגן רבי'ן - דאס פרישט אויף אז מען זאל נישט איינשלאפן.


הלואי ווען דו קענסט קומען אויף א שבת מיט דיין ווייב און קינדער; עס איז אן ענין אחר לגמרי ווען מען ווערט מקורב און מען איז מקרב די גאנצע שטוב, צי מען קומט אליין וכו'. "אם בגפו יבא", אז מען קומט אליינס, מען ברענגט דאס נישט אריין אין שטוב, דעמאלט: "בגפו יצא"...


דער רבי האט זייער געוואלט מען זאל מאכן די ווייבער פאר חסידות'טעס, אזוי קען מען אויפברענגען די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט. דער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיק און א גרויסע בעל מדריגה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן, און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


אליינס בלאנדזשעט מען; מען מוז האבן א גוטע חברותא צו קענען אנגיין אין עבודת השם. איך בין גרייט צו זיין פאר דיר א גוטער חבר; איך בין דיין חבר, איך וויל דו זאלסט אויך לעבן א חיים טובים, איך שרייב דיר כמעט יעדן טאג א בריוו נאר ווייל איך וויל דו זאלסט אויך שפירן דאס וואס איך שפיר. דו זאלסט אויך זאגן (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' וַאֲדֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן א): "אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְּקָא", איך ווייס אז עס איז דא א באשעפער.


איך דארף אריין לויפן צו מיינע טייערע בחורים, זיי ווארטן אויף א שיעור.


זיי געזונט און שטארק.