מכתב יומי

ד תמוז תשע"ח

June 17 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן: "ווען דו שרייבסט חידושי תורה און דו קומסט אן צו שרייבן פון 'אמונה' אדער 'צדיק' - זאלסטו אויסשפרייטן דעם פענע"; דאס הייסט, ער זאל שרייבן אסאך איבער דעם נושא, ווייל: "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ, דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַּה בֵּיהּ (נדרים מא.), אז מען האט אמונה האט מען אלעס, ווידעראום אן אמונה האט מען גארנישט; נאר אז מען האט אמונה האט מען א לעבן.


די לעצטע מאל וואס דער רבי האט געזאגט תורה בעפאר זיין הסתלקות איז געווען ראש השנה שנת תקע"א; דאס איז די תורה אין ליקוטי מוהר"ן די צווייטע חלק סימן ח, וואו דער רבי זאגט: וְצָרִיך לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, "שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צו ברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.


קוק וואס דער הייליגער רבי נתן זאגט (הלכות נזיקין הלכה ה', אות יא): "וּמִי שֶׁרוֹצֶה לָחוּס עַל חַיָּיו - צָרִיךְ לֵילֵךְ עַל יָדָיו וְעַל רַגְלָיו לְבַקֵּשׁ יְשִׁיבָה אֲמִתִּית כָּזֹאת, שֶׁיּוּכַל לִזְכּוֹת עַל יָדָהּ לֶאֱמוּנָה שְׁלֵמָה וּלְקִיּוּם הַתּוֹרָה, לְבַל יֹאבַד בְּתוֹךְ הַתְּהוֹמוֹת תַּחְתִּיּוֹת שֶׁנָּפַל לְשָׁם, כַּאֲשֶׁר הוּא יוֹדֵעַ בְּנַפְשׁוֹ", ווער עס וויל רחמנות האבן אויף זיין לעבן דארף זוכן א ישיבה וואו מען לייגט אריין אמונה, אז ער זאל קענען אנהייבן לעבן מיט אמונה; מען דארף קריכן אויף די הענט און פוס אויפצוזוכן און טרעפן א ישיבה וואו מען לערנט אויס אמונה.


אשרינו און פארט אשרינו אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס לייגט אריין אין אונז אמונה; מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און רעדן צום אייבערשטן. ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן ווערט אים קלארער זיין אמונה, ער שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען קען אים נישט פארדרייען מיט קשיות און ספיקות, ווייל ביי אים איז די אמונה אזוי קלאר – ממש ווי ער זעט דעם אייבערשטן.


ר' נתן זכרונו לברכה זאגט, ווען א מענטש האט אמונה אינעם אייבערשטן איז ער זוכה אז עס עפענען זיך אויף פאר אים אלע הימלען, אזוי ווי עס שטייט ביי יחזקאל הנביא (יחזקאל א, א) וואס האט זוכה געווען צו: "נִפְתְּחוּ הַשָּׁמַיִם, וָאֶרְאֶה מַרְאוֹת אֱלֹקִים", און די ראשי תיבות פון נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹהִים איז 'אמונה'; ווען א מענטש איז זוכה צו האבן א ריינע אמונה, ער גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און סיי וואס עס גייט אריבער אויף אים ווייסט ער אז אלעס איז דער אייבערשטער, איז ער זוכה צו אלע מדריגות.


דאס טוט דער רבי מיט אונז; ער נעמט אזעלכע קליינע מענטשן ווי מיר זענען, מענטשן וואס זענען נאך זייער ווייט פון אלע קדושות וכו' און ער מאכט אז מיר זאלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן אזוי ווי גרויסע צדיקים. דערפאר דארפן מיר זייער פרייליך זיין אז מיר האבן אזא רבי און מיר פאלגן זיינע עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.