מכתב יומי

ד אלול תשע"ח

August 15 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


רעד נישט קיין ניבול פה און אזוי אויך זאלסטו זיך נישט חבר'ן מיט איינעם וואס האט א לויזע מויל. ווייל אפילו מען רעדט נישט קיין ניבול פה, מען הערט נאר ווי איינער רעדט ניבול פה און מען שווייגט - איז דאס אזוי ווי מען רעדט אליינס ניבול פה און מען באקומט אויף דעם א גרויסן עונש; אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", ווער עס רעדט ניבול פה מאכט מען אים טיף זיין גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און אויך פאר דעם וואס הערט ניבול פה און ער זאגט גארנישט.


דו טראגסט א גרויסע אחריות; דו טראגסט אויף דיר דעם רבינ'ס נאמען און מענטשן קוקן אויף דיר ווי אזוי דו פירסט זיך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.