מכתב יומי

ו אלול תשע"ח

August 17 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיין זייער פרייליך דורכאויס שבת; טאנץ און שפרינג פון שמחה א גאנץ שבת. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיך לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבַּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום עצבות, מען דארף ארום גיין א גאנצן צייט מיט א שמייכל; דער ס"מ ווייסט אז שבת איז א צייט וואס א מענטש קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, דערפאר מאכט ער אז עס זאל זיין מחלוקת אין אידישע שטובער צווישן מאן און ווייב, מען צעאמפערט זיך צוליב שטותים והבלים, אזוי ארום גייט מען אריין אין שבת קודש צעקריגטערהייט.


מיר שטייען יעצט דעם צווייטן שבת אין חודש אלול; אז מיר וועלן זיין פרייליך שבת וועלן מיר אלעס פאררעכטן, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (מדרש תנחומא בראשית, סימן ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", ווען א מענטש איז פרייליך שבת, ער האט הנאה פונעם עסן, טרינקען און אזוי ווייטער – ווערט דאס גערעכנט אזוי ווי ער וואלט געפאסט טויזנט תעניתים.


מיר שטייען יעצט אין חודש אלול, אין די ימי הרחמים והרצון, טעג פון תשובה און תיקון המעשים, מיר האבן נישט קיין כח צו פאסטן אויף די עבירות וואס מיר דארפן אלץ מתקן זיין, מיר האבן קוים כח צו פאסטן די תעניתים וואס מיר דארפן פאסטן, ווי קענען מיר אנהייבן טראכטן פון פאסטן אויף וואס מיר דארפן פאררעכטן?! אבער אז מיר וועלן זיין פרייליך א גאנץ שבת וועלן מיר אלעס פאררעכטן.


א פרייליכן שבת!


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.