מכתב יומי

ג אלול תשע"ח

August 14 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דיין ווייב האט הנאה געהאט פון די נעכטיגע פרויען שיעור; גיי איבער מיט איר דעם שיעור און זייט אייך צוזאמען מחזק מיט די עצות וואס מען לערנט אין היכל הקודש. ביים שיעור האבן מיר אסאך גערעדט פון האבן סבלנות צו קינדער, אז מען זאל נישט מיד ווערן פון איבער זאגן נאכאמאל און נאכאמאל פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן.


עס זינגט זיך שוין: "אומאן, אומאן, ראש השנה!" מיר פרייען זיך אז מיר פארן שוין אין דריי וואכן צום הייליגן רבינ'ס ציון. מיר פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות; אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה פארן מיר מיט די גרעסטע מסירות נפש.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר אלע תלמידים וועלן זיין צוזאמען אין אומאן און מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס, דעם ערשטן טאג): דערווייל איז אנגעקומען א גרויסער אדלער, ער האט געקלאפט אויפן טורעם און געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארימעלייט, הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות"; דער רבי האט פאר אונז גאר גוטע עצות ווי אזוי מיר קענען זיין גרויסע עשירים, מיר דארפן נאר האבן גוטע חברים מיט וועם זיך צו מחזק זיין.


א מענטש וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויסע סכנה צו האבן מיט אים א חברותא'שאפט; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז'): א מענטש וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן איז ערגער פון א חי', ווייל אז א מענטש לעבט נישט מיט יראת שמים איז ער מסוגל צו הרג'נען א צווייטן, אזוי ווי אברהם אבינו האט געזאגט פאר אבימלך (בראשית כ, יא): "כִּי אָמַרְתִּי רַק אֵין יִרְאַת אֱלֹקִים בַּמָּקוֹם הַזֶּה וַהֲרָגוּנִי", ווייל א מענטש אן יראת שמים איז נישט קיין מענטש.


מוהרא"ש האט אמאל דערציילט א מעשה: דער לייב - דער קעניג פון די חיות - האט זיך אמאל ארויסגעלאזט אויף א שפאציר, ער האט זיך געוואלט אינטערעסירן וואס די חיות טוען. צום ערשט האט ער באגעגנט דעם אייזל, פרעגט ער דעם אייזל: "פארוואס ביסטו אזוי צעבראכן?" האט דער אייזל געענטפערט: "ווייל דער מענטש האלט זיך גרויס אויף מיר; ער לייגט ארויף אויף מיר שווערע זעק און פעק, נאכדעם שלאגט ער מיר מיט א שטעקן איך זאל גיין שנעלער, און אויב גיי איך נישט אזוי שנעל ווי אים כאפ איך ביטערע קלעפ", ווען דער לייב האט דאס געהערט האט ער געטראכט: 'איך מוז זען ווער איז דאס א 'מענטש' וואס גרויסט זיך אויף מיינע חיות'. דער לייב גייט ווייטער, קומט צו גיין צו אים א פערד, פרעגט אים דער לייב: "וואס הערט זיך עפעס?" ענטפערט דער פערד: "נישט גוט", פרעגט דער לייב: "פארוואס?" זאגט דער פערד: "דער מענטש האלט זיך גרויס אויף מיר; ער רייט אויף מיר און שטויסט מיר מיט זיינע אייזערנע שיך איך זאל גיין שנעלער, און אויב גיי איך נישט אזוי שנעל ווי ער וויל כאפ איך אריין פון אים שטארקע קלעפ", ווען דער לייב האט דאס געהערט האט ער געזאגט: 'איך דארף שוין זען ווער איז דאס א 'מענטש' וואס גרויסט זיך אויף מיינע חיות'. ער גייט ווייטער, זעט ער דעם גרויסן קעמל, פרעגט ער דעם קעמל: "וואס הערט זיך עפעס?" ענטפערט דער קעמל: "עס איז מיר זייער ביטער, דער מענטש טראגט מיר אין מדבר מיט א שטריק ארום געבינדן אויף מיין האלז, עס קען אריבער גיין טעג און וואכן וואס איך האב אפילו נישט קיין טראפ וואסער צו טרינקען", האט דער לייב געזאגט: 'איך דארף זען ווער איז דאס א 'מענטש' וואס מאכט ליצנות און געשפעט פון מיינע חיות'. דער לייב גייט ווייטער און זעט א וואלף, דער לייב פרעגט דעם וואלף: "וואס הערט זיך עפעס?" ענטפערט דער וואלף: "נישט גוט", פרעגט דער לייב: "פארוואס?" זאגט דער וואלף: "איך בין געווען זייער הונגעריג, בין איך אריין אין א חצר עסן, פלוצלינג זענען געקומען צו לויפן מענטשן מיט שטעקענעס און מיר געגעבן מכות רצח, זיי האבן מיר כמעט גע'הרג'ט, די לעצטע מינוט בין איך אנטלאפן פון זיי!" דער לייב ווערט שוין זייער נייגעריג און זאגט: 'איך מוז שוין זען דעם באשעפעניש וואס רופט זיך: 'מענטש' וואס ער האלט זיך גרויס אויף אלע מיינע חיות'. ענדליך טרעפט דער לייב אן דעם פוקס און פרעגט אים: "זאג מיר פוקס, דו ביסט דאך דער קלוגסטער פון אלע חיות, וואס קען מען טון מיט דעם 'מענטש' וואס שפעט פון אלע חיות?" זאגט דער פוקס פארן לייב: "אדוני המלך, דער מענטש איז שטערקער פון אונז אלע!" האט זיך דער לייב אויפגערעגט און געזאגט: "איך וועל טרעפן דעם מענטש און זיך נוקם זיין אין אים איינמאל פאר אלעמאל".


איין טאג גייט דער לייב אין וואלד, פלוצים זעט ער ווי א 'מענטש' קומט צו גיין, פרעגט דער לייב: "ווער ביסטו?" ענטפערט ער: "איך בין א מענטש", פרעגט אים דער לייב: "דו ווילסט זיך פארמעסטן מיט מיר צו זען ווער עס איז שטערקער?" זאג דער מענטש פארן לייב: "איך בין גרייט זיך צו פארמעסטן מיט דיר אבער דו דארפסט מיר דא ווארטן, ווייל איך האב איבער געלאזט מיין כח אין שטוב; איך גיי אהיים נעמען מיין כח, ווען איך וועל צוריק קומען וועלן מיר זיך פארמעסטן ווער עס איז שטערקער", זאגט דער לייב: "ערלעדיגט, גיי אהיים און איך ווארט דיך דא", האט זיך דער מענטש אנגערופן צום לייב: "איך האב מורא אז דו וועסט אנטלויפן", זאגט דער לייב: "נע, דארפסט נישט מורא האבן, איך ווארט דיר דא", האט דער מענטש געפרעגט דעם לייב: "ביסטו מסכים אז איך זאל דיר צובינדן צום בוים אז דו זאלסט נישט קענען אנטלויפן?" זאגט דער לייב: "יא"; האט דער מענטש ארום געבינדן דעם לייב און אים דערלאנגט מכות רצח ביז ער האט אים דער'הרג'ט...


דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן מיט וועם מען חבר'ט זיך, כדי מען זאל נישט האבן אזא פנים ווי דער לייב האט געהאט ביים סוף.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פ): "בְּנֵי אָדָם יֵשׁ לָהֶם כֹּחַ לִמְנֹעַ וּלְהָסִית אֶת הָאָדָם לְרַחֲקוֹ מֵעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא וּמִצַּדִּיקֵי אֱמֶת - יוֹתֵר מִן הַיֵּצֶר הָרָע", א שלעכטע חבר האט א כח אוועק צו נעמען דעם מענטש פונעם אייבערשטן און פון אמת'ע צדיקים מער ווי דער יצר הרע; דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן מיט וועם מען חבר'ט זיך.


אז דו הערסט איינעם רעדן ניבול פה זאלסטו אנטלויפן פון אים; אז איינער שיקט דיר שלעכטע מעסידזשעס און שלעכטע בילדער זאלסטו זיך היטן פון יענעם ווי פון פייער, ווייל ער וועט דיר צו נעמען די וועלט און יענע וועלט, ער וועט דיר בינדן אזוי ווי יענער האט געבינדן דעם לייב און אים גע'הרג'ט.


חבר דיך מיט די וואס רעדן איידל און ריין, חבר דיר מיט חברים אין היכל הקודש וואס האבן אמונת חכמים, זיי לאכן נישט אפ פון א צווייטן, זיי מאכן נישט אוועק יעדן איינעם וכו', ביי וועם א ווארט פון רבי'ן איז קודש קדשים, א דיבור פון ר' נתן איז הייליג און יעדעס ווארט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט איז אמת ויציב.


שרייב מיר צוריק - וועסטו מיר מחי' זיין; איך ווארט צו הערן פון דיר.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.