מכתב יומי

א אלול תשע"ח

August 12 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט הייבן מיר אן א נייע מסכתא - "מסכת מנחות"; איך בעט דיר זייער, זע צו לערנען יעדן טאג דעם "דף גמרא".


מוהרא"ש זאגט: "כל זמן א איד בלעטערט דפים גמרא, וועט ער בלייבן א איד"; אפילו דו גייסט אריבער שווערע צייטן, דו ביסט פאריאגט און פארפלאגט, דאך זאלסטו אריין כאפן א דף גמרא. אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן, דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְּמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִקָּר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; דער רבי וויל פון אונז נאר תורה, תפילה און יראת שמים.


עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים, און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ביי חסידים איז דער עיקר תפילה, ווידעראום ביי די ליטווישע איז דער עיקר תורה, און דער רבי האט גענומען ביידע פאר אן עיקר. ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר סיי תורה סיי תפילה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס האט א מענטש צו טון אויף דער וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען; דערפאר האב איך געדארפט מבטל זיין דעם שבת'דיגן שיעור און מאכן דעם סיום פרייטאג, כדי צו מחזק זיין די אברכים וואס קומען צופרי לערנען דעם דף וואס דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלעס.


דערפאר טייערער ליבער..., זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג. שבת האט מען מסיים געווען מסכת זבחים און היינט הייבט מען אן מסכתא מנחות, בעט איך דיר, כאפ ארויס אפאר מינוט יעדן טאג צו לערנען דעם דף גמרא וואס דאס רייניגט דעם מענטש פון אלעס שלעכטס, אזוי ווי דער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, הַמַּחְטֵאת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וואס זאל איך דיר זאגן? עס איז נישט דא עפעס בעסער'ס ווי דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; א מענטש וואס זוכט חיות, ער זוכט א געשמאק אינעם טאג טעגליכן לעבן - זאל פאלגן דעם רבי'ן און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו) וועט אים גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.