מכתב יומי

כח אב תשע"ח

August 09 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיר פירן זיך צו זאגן היינט "יום כיפור קטן"; עס איז אנגענומען ביי אלעמען צו זאגן ערב ראש חודש אלול "יום כיפור קטן", זאלסטו זען צו זאגן היינט "יום כיפור קטן". היינט איז א טאג פון תשובה - זיך צוריק קערן צום אייבערשטן; דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות מיט די תפילות פון אלע אידן.


מאך דיר א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים; רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר ער איז אוועק פון דער וועלט: "אֲפִילוּ דֶער גְרֶעסְטֶער בַּעֲל עֲבֵירָה, אוֹיבּ וֶועט עֶר זִיך הַאלְטְן אִין הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן וֶועט אִים דֶער רֶבִּי מְתַקֵּן זַיין".


דער רבי האט זייער אויסגעלויבט זיין ספר, ער האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) אז מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה דורכן לערנען זיין ספר, נאך האט דער רבי געזאגט: "מִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן.


אין ווייניגער ווי א חודש פארן מיר שוין קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; מיר פאלגן דעם רבי'ן אן קיין חכמות. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן אז מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר"; נו, אז דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים פארן מיר אפילו מיט די גרעסטע מניעות.


ווי מער א מענטש בענקט און ווארט צו קומען צום רבינ'ס ציון וועט ער ביים סוף אנקומען. אזוי ווי די מעשה וואס איז געווען ביים רבי'ן; דער רבי האט געהאט צוויי מחותנים גרויסע צדיקים, איינער איז געווען הרב הקדוש מוואלטשיסק זכותו יגן עלינו און דער צווייטער מחותן איז געווען הרב הקדוש מחמעלניק זכותו יגן עלינו, דער הייליגער וואלטשיסקער זי"ע האט זייער שטארק געוואלט פארן קיין ארץ ישראל, פערציג יאר האט ער געבענקט, געהאפט און געוואלט אנקומען קיין ארץ ישראל, ער האט אסאך געבעטן און מתפלל געווען אויף דעם, ווען דער חמעלניק'ער רב זי"ע האט דאס געהערט האט ער דאס אוועק געמאכט, זאגנדיג: "אז מען וויל פארן קיין ארץ ישראל וואס דארף מען אזוי פיל בענקען, וועלן, און האפן? וואס דארף מען בכלל דאווענען אויף דעם? מען נעמט געלט און מען פארט!" ווען דער רבי האט דאס געהערט האט דער רבי געזאגט: "איר וועט זען אז דער מחותן דער וואלטשיסקער רב וועט נאך אנקומען קיין ארץ ישראל אבער דער חמעלניק'ער רב וועט נישט אנקומען קיין ארץ ישראל". אזוי איז טאקע געווען; דער וואלטשיסקער רב זי"ע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל און ער ליגט אינעם צפת'ער בית החיים, ער מיט זיין גאנצע משפחה.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון וועלן, בענקען, ווארטן און האפן צוצוקומען צו קדושה, אז צום סוף איז מען זוכה אנצוקומען צו אלעס וואס מען שטרעבט; אזוי אויך אז מיר שטייען שוין ממש געציילטע וואכן איידערן פארן צום רבי'ן דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אין אומאן ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


מיר פירן זיך צו זאגן "לדוד ה' אורי" שוין פון מנחה ערב ראש חודש אלול; אינדערפרי זאגן מיר עס נאכן "יום", און ביי מנחה זאגט מען עס תיקף נאך הויכע שמונה עשרה, פאר קדיש תתקבל.


א גוטן טאג.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.