בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעד מיט יעדן איינעם נאר דיבורי אמונה, אויך ביי די ארבעט מיט די גוים
תפילה והתבודדות, אמונה, פרנסה, אשר בנחל, הצלחה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל כסדרן, וועסטו האבן התחזקות אין יעדן מצב וואס זאל נאר זיין. אויך וועט דיך די בריוו פון אשר בנחל ציען צום אייבערשטן, עס וועט דיך ארויפציען צו די העכסטע מדריגות.


רעד מיט יעדן איינעם נאר דיבורי אמונה, אויך ביי די ארבעט – מיט די גוים – רעד דיבורי אמונה, וועסטו זייער מצליח זיין, און אלע ארבעטערס וועלן טון דיין ווילן.


דערצייל פאר יעדן מעשיות פון תפילה; ווי דו האסט געדארפט א ישועה און מיט תפילה האסטו עס באקומען.