בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ריכטיגע וועג ווי אזוי אפצוהיטן קינדער פון מנוולים און קראנקע מענטשן
קינדער, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, שבת ליכט, משפחה, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א שווערע שאלה. פון איין זייט, ווי קען מען זאגן פאר א טאטע 'קום נישט צו מיר אין שטוב'? ווי קען מען ארויסווארפן א טאטע פון שטוב?! פון די אנדערע זייט זאגט איר דאך אליינס אז ער איז נישט געזונט, ער האט געטון עבירות מיט די אייגענע טעכטער השם ישמרינו, ער איז שוין געזיצן אין תפיסה; קען מען אים נישט לאזן דאס טון מיט אייערע טעכטער.


הדבר הראשון דארפט איר וויסן, מען דארף אנגרייטן קינדער זיך אכטונג געבן פון מניוולים, קראנקע מענטשן. איך זאג פאר מיינע קינדער, און איך זאג פאר די מלמדים ביי אונז אין מוסד און אזוי אויך די לערערינס אין בית פיגא - זיי זאלן רעדן מיט די קינדער קלארע ווערטער: "קיינער קען נישט אנרירן דיין גאנצע פאדערשטע חלק קערפער, פון די בויך ביז די פיס; קיינער מיינט קיינער, נישט טאטע, נישט מאמע, נישט א ברודער, נישט א שוועסטער, נישט א זיידע און נישט א באבע, אפילו א דאקטער קען דיך אויך נישט אנרירן אדער דיר אויסטון דיינע קליידער, נאר אז דיינע עלטערן וועלן זאגן 'דער דאקטער קען דיך באקוקן', און אויב איינער וויל דיך אנרירן זאלסטו טון דריי זאכן 'אנטלויפן', 'שרייען' און 'דערציילן'; ערשטנס אנטלויפט מען, צווייטנס, זאלסט שרייען און מאכן א געוואלד, אז יענער זאל דיך אפלאזן, דריטנס, גיי דערצייל דיינע עלטערן, דיינע מלמדים, דיינע לערערינס, זיי זאלן זיכער מאכן אז דו ווערסט נישט געטשעפעט נאכאמאל".


דאס לערנט מען מיט אונזערע קינדער, און דאס דארפן אלע עלטערן לערנען מיט זייערע קינדער. ווייל אויב מען גרייט נישט אן די קינדער - איז לא ימלט אז די קינדער זאלן זיך נישט פארטשעפענען רחמנא לצלן. ביי אייך איז דאס אייער טאטע און ביי א צווייטן איז דאס א ברודער, א שוואגער, א שכן, אן ארבעטער וכדומה; מען דארף רעדן צו קינדער קלארע ווערטער, נישט זיי דערשרעקן, אבער גוט אנגרייטן.


נאכן רעדן מיט די קינדער ווי אזוי זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע מענטשן, דארפן די עלטערן וויסן אז דאס איז נאכנישט גענוג, די קינדער דארפן נאכאלץ אסאך שמירה, און ווען עלטערן זענען חושד איינעם, א נישט געזונטער דריידט זיך נעבן דאס קינד - וועלן דאך עלטערן נישט זיין רואיג. איז די עצה איר זאלט אים איינליידענען פאר א מלוה מלכה אדער א ראש חודש סעודה און אלע וועלן זיצן אינאיינעם, אין די ביסל צייט איז נישט צו שווער פאר די עלטערן צו עומד זיין על המושמר.


נישט לאנג צוריק האט מיך א אינגערמאן געפרעגט אן ענליכע פראגע. ער גייט צו זיין טאטע אויף שבת, זיין טאטע איז גע'גט, ער לעבט אליינס און עפעס שמעקט נישט גוט. ער זעט זיין טאטע גייט מיט זיין קינד אין שטילע ווינקלען און ווען ער קומט דארט אן ווערט דער טאטע דערשראקן, בקיצור דער אינגערמאן זאגט ער קען נישט גיין מער צו זיין טאטע אויף שבת, ער איז נישט רואיג וועגן זיינע קינדער.


פון איין זייט איז ער גערעכט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די קינדער, אבער פון די אנדערע זייט, ווי קען מען אפהאקן מיט עלטערן... איך האב אים געגעבן אן עצה ער זאל גיין צו א מלוה מלכה אדער א נאכטמאל; אז מען גייט פאר א קורצע צייט און מען זיצט אלע אינאיינעם - איז כמעט נישט שייך עפעס שלעכט זאל פאסירן, אזוי איז מען יוצא די מצוה פון כיבוד אב ואם, און אזוי זענען די קינדער אפגעהיטן.


מיט אלע עצות, מיט אלע חכמה'לעך, מיט אלעס וואס מען טוט - איז מען נישט פארזיכערט, נאר אז מען בעט דעם אייבערשטן. עלטערן דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער און פאר די אייניקלעך. ווען איר צינדט די ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע קינדער; תפילה איז די עצה פאר אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.