בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין פרייליך, דאס איז די גרעסטע ישועה
שמחה, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, אויב איר קענט זיך נאך יעצט אויסבעטן ביים אייבערשטן אויף אלטע בושות; מען האט אייך פארשעמט אין אייער אלטע סקול, און דעמאלט האט איר נישט געוואוסט אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און מען קען זיך אויסבעסטן ווען מען האט א בושה; ווילט איר וויסן אויב יעצט ווען איר דערמאנט זיך ווי מען האט אייך אויסגעצאפט דאס בלוט – צי איר קענט יעצט אויסבעטן?


אודאי קענט איר זיך נאך יעצט אויסבעטן; יעדעס מאל איר דערמאנט זיך פון אן אלטע בושה - זאלט איר זאגן דעם פסוק (תהלים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי', הייליגער באשעפער זע מיין ארעמקייט און מיין פלאג, און פארגיב מיר אלע מיינע זינד"; און בעטס זיך אויס א ישועה, בעטס אויף זיין פרייליך, דאס איז די גרעסטע ישועה וואס מען קען באקומען.


זייט פרייליך, זינגט און טאנצט, און שמועסט מיטן אייבערשטן; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ מער שפירט מען טעם גן עדן.


א גוט שבת.