בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען יענער מאכט אזוי נערוועז, אז די בלוט קאכט
תפילות אויף אידיש, סבלנות, בית המדרש, היכל הקודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


אז דו ווערסט נערוועז פון ... עד כדי כך אז דו ווילסט אוועק גיין דאווענען, דו ווערסט אין א שלעכטע גוסטע, דיין בלוט הויבט אן קאכן, דיין בלוט זידט; זאלסטו אראפציען דיין טלית אויף דיין פנים און שרייען שטילערהייט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס איז מיט מיר? ווא ווער איך נערוועז פון א צווייטן? וואס גייט מיר אן אז דער גבאי מאכט אזוי צי אזוי?"


אויך זאלסטו רעדן צו זיך, זאג דיין נאמען און האלט זיך פאר, צום ביישפיל: "יואל'יש, וואס איז מיט דיר? וואס שטערט דיר? וואס טוט דיר באמת שטערן? יואל'יש, די וועלט איז נישט דיינס, נאך אביסל לייגן מען דיך אין קבר, וואס וועט בלייבן פון דיר..."


טייערער ליבער ברודער, בדוק ומנוסה אז עס העלפט, דאס טו איך ווען דער יצר הרע וויל מיך משוגע מאכן, די עצה זאגט דער רבי (ספר המדות אות הרהורים, סימן יד): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת", ווער עס האט שלעכטע געדאנקען, "יְדַבֵּר לְעַצְמוֹ", זאל רעדן צו זיך אליינס, "דִּבְרֵי בִּזְיוֹנוֹת", זיך פארשעמען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (נדרים ט:), שמעון הצדיק האט דערציילט א מעשה מיט א נזיר וואס האט געהאט שווערע נסיונות, ער האט געשפירט ווי אט אט ווארפט אים דער יצר הרע אראפ אין אן עבירה, האט ער גערעדט צו זיך אליינס און געזאגט: "רשע, למה אתה מתגאה בעולם שאינו שלך", וואס גרויסטו זיך מיט א וועלט וואס איז נישט דיינס? "במי שהוא עתיד להיות רמה ותולעה", נאך אביסל וועסטו זיין ווערעם; דעמאלט איז ער געראטעוועט געווארן.


טייערער ברודער, ווען נישט די עצה פון התבודדות – ווי קען מען לעבן? ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען? א נס אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, א נס אז מיר זענען אנגעקומען צו מוהרא"ש אין היכל הקודש, קודש קדשים, וואס דערמאנט און מאנט צו גיין רעדן צום אייבערשטן, זיך מאכן א חשבון הנפש זיך נישט לאזן נארן, מוהרא"ש דערמאנט אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן גיין אויסשרייען אונזערע שמוציגע בלוט צום אייבערשטן און דורך לערנען די הייליגע תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עה), א מענטש האט בלוט, "שֶׁלֹּא עָבַד בָּהֶם אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", וואס מען האט נישט געדינט דערמיט דעם אייבערשטן, און פון דעם ווערט מען נערוועז פון מענטשן, און מען קען נישט דערליידן קיין מענטשן, און נאר דורך תורה ותפילה איז מען זוכה צו שלום, עס זאל מער גארנישט שטערן.


מהיום והלאה, אז דו קומסט שבת אין שול און דיין בלוט הויבט אן צו זידן, זאלסטו אראפציען דיין טלית און וויינען צום אייבערשטן אין זאגן די לשון פון רבי'ן (שם, סימן קח): "'אֵיךְ נָפַלְתִּי וְנִשְׁלַכְתִּי מִשָּׁמַיִם לָאָרֶץ', רבונו של עולם ווי קוק איך אויס, איך בין אזוי אראפגעפאלן, 'שֶׁהָיִיתִי בְּמָקוֹם גָּבוֹהַּ כָּזֶה, וְעַכְשָׁו נָפַלְתִּי וְהֶחֱזַרְתִּי פָּנַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ', רבונו של עולם איך בין אזא רחמנות, איך בין דאך די גרעסטע רחמנות, נישטא קיין גרעסערע רחמנות פון מיר".


למען השם, גיי נישט אוועק דאווענען פון היכל הקודש, אלעס איז נאר מניעות.