בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי מער מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן ווערט מען מער גליקליך
תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער טייערע קינדער, אייער איידעם איז א גאר חשוב'ער אינגערמאן, און אייערע בחורים זענען זייער ליכטיג; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער, טרעפן גוטע שידוכים און מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט און מען לויבט אים ווערט מען מער גליקליך, מען הויבט אן שפירן טעם גן עדן אויף די וועלט.


כתיבה וחתימה טובה.