בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א הערליכע שבת שקלים מיט אנשי שלומינו
חינוך הילדים, אמונה, צדיקים, שטעטל, שיעורים כסדרן, דאווענען, קשיות, גבאי, התבודדות, שבת שקלים

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת ויקהל בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, עס איז געווען אויסנאם שיין, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארברענגען מיט אנשי שלומינו, אלע זענען דארט פרייליך, מען לעבט מיט די עצות פון רבי'ן.


פרייטאג צו נאכטס האב איך געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק, עס איז געווען זייער שיין צו דאווענען דארט, מען דאווענט מיט א חיות און א געשמאק, די עלטערן זיצן מיט די קינדער, מען איז נישט פויל, מען איז מחנך די קינדער צו דאווענען. איך האב געזען די עלטערן ברענגען זיך מיט גוטע זאכן, קענדיס - פאר די קינדער, מיט דעם ציען זיי אן די קינדער זאלן וועלן בלייבן זיצן נעבן זיי און מיט דאווענען.


נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן "סימן טוב" פאר די בר מצוה פון א בחור וואס די משפחה קומט פון אומן; ביי די מלחמה זענען זיי אנטלאפן פון אומאן קיין שטעטל קרית ברסלב. איך האב געזאגט דעם בחור עס זאל אים נישט וויי טון אז ער איז נישט אין אומאן, יעצט איז ער ביים רבי'ן אליין; ווייל דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט געפינט זיך דער רבי. מיר האבן גערעדט אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קצז; ריז): "אין אומאן איז גוט צו ליגן"; דער רבי האט נישט געזאגט מען זאל דארט וואוינען, וואוינען דארף מען אין א פלאץ וואו עס איז דא אן ערליכע חדר פאר די אינגלעך, אן ערליכע שולע פאר די מיידלעך, און א שול וואו מען קען זיך צאמקומען רעדן פון רבינ'ס עצות.


די גבאים האבן מיר געבעטן צו רעדן אפאר ווערטער נאכן דאווענען; גבאים דארף מען פאלגן, אז א גבאי שיקט צו צום עמוד דארף מען צוגיין, אז א גבאי זאגט זיין שטיל דארף מען זיין שטיל; די הצלחה פון א שול איז - אז מען האט דרך ארץ פאר די גבאים, עס איז דא א משמעת; האב איך אויך געפאלגט און גערעדט אפאר ווערטער פון דאס גרויסקייט פון דעם שבת - שקלים, אז מען קען זוכה זיין צו באקומען א גראדן קאפ, אן אויפגעהויבענעם קאפ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז דעם שבת קומט משה רבינו "וזוקף ראשן של ישראל" (תנחומא כי תשא, ג), מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל רעדן צום אייבערשטן, בעטן אין די אייגענע שפראך מען זאל זוכה זיין צו א ריינע מח מחשבה.


נאכן דאווענען - אויפן וועג אהיים - האבן מיר געשמועסט שיינע זאכן פון רבי'ן, פון מוהרא"ש. עס איז א מהלך פון בערך א שעה, אבער מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א לאנגע וועג, ווייל ווען מען רעדט פון רבי'ן איז אזוי געשמאק. איך געדענק, מיר פלעגן גיין צו מוהרא"ש געוויסע שבתים, מיר האבן אריין געוואקט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, א וועג פון צוויי שעה, עס איז געווען פון די געשמאקסטע צייטן, די גאנצע וועג האבן מיר גערעדט פון רבי'ן און פון די עצות פון רבי'ן, מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א ווייטע וועג.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, די שטיקל פון "מצות אהבת ישראל", מקבל זיין פארן דאווענען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך". מוהרא"ש זאגט דארט, ווען מען האט א פיינט, מען האט צוטון מיט אנדערע - גייט די גאנצע דאווענען אוועק מיט טראכטן פון דעם פיינט און פון די מענטשן מיט וועם מען האט צו טון, אבער ווען מען איז מקבל די מצוה פון 'ואהבת לרעך כמוך', מען האט ליב יעדן איינעם, עס גייט גארנישט אן, עס גייט נישט אן קיין זאכן פון אנדערע, מען ווייסט 'אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז ממלא כל עלמין און ער איז סובב כל עלמין, עס איז נישטא קיין מציאות מבלעדיך כלל, און אין יעדע תנועה איז ער, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז ער אליין' - דעמאלט קען מען דאווענען.


איך האב אויסגעפרעגט אנשי שלומינו ווער עס האט שוין אמאל געלערנט דעם סידור עת רצון, קינער האט נישט געלערנט דעם סידור, אינטערעסאנט, מען איז עוסק אין הפצה, און פאר זיך אליין לערנט מען נישט די ספרים, אפשר זאל מען רופן די מפיצים אין שטעטל, זיי זאלן קומען מפיץ זיין פאר אנשי שלומינו דעם סידור, עס איז פון די שענסטע ספרים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן; אז מען לערנט די סידור איז ביטול הבחירה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אויך האבן מיר געלערנט די שטיקל פון "כניסה לבית הכנסת", פון קומען אין שול מיט דרך ארץ; מיר האבן געלערנט וואס מוהרא"ש שרייבט, כמעט אלע השגות פון אריז"ל האט ער זוכה געווען פון קומען אין שול מיט א ציטער און א דרך ארץ, עיין שם.


דאס דאווענען איז געווען זייער שיין און ווארעם, די מלמדים האבן גענומען די קינדער נעבן דעם בעל תפילה און צוזאמען געזינגען די הערליכע שטיקליך פון "אור פניך עלינו אדון נשא", עס איז געווען אזוי שיין, עס האט געעפנט די הארץ זיך צו קענען אויסגיסן צום אייבערשטן און בעטן: "'אור פנים עלינו אדון נשא', הייליגער באשעפער, העלף מיר זאלן שוין זוכה זיין צו לעבן מיט דיר, טראכטן נאר פון דיר, רעדן פון דיר און נאר דיך זען'.


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זיך מתבודד, מען רעדט צום אייבערשטן אין די אייגענע שפראך - איז די גאנצע דאווענען אנדערש, מען פלעכט אריין אינעם דאווענען אייגענע תפילות, ווערט די גאנצע דאווענען א שטיק התבודדות.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין פעלד שפאצירן, עס איז געווען א שיינע וועטער, נישט צו קאלט, עס איז געווען א מחי'. איך האב געשפירט טעם גן עדן, דאס איז נישטא אין שטאט; אין שטאט גייט מען אויך שפאצירן, אבער די שפאצירן אין שטעטל אין פעלד - איז גאר אנדערש; וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם, וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.


נאכן דאווענען ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט פון די מעשה פון די חגר (ספורי מעשיות, מעשה ג), אז די שדים האבן צוגענומען די כח פונעם קעניג, האבן מיר גערעדט אז די כח דאס איז די מח, ווייל ווי לאנג דער מענטש לעבט מיט אמונה האט ער כח פאר אלעס, און ווען מען פארלירט די אמונה - פארלירט מען די כח.


אויך האבן מיר גערעדט, דער רבי זאגט אין די מעשה אז דער חבר האט געזאגט פאר די טאטע און מאמע פון די שדים אז "מיין משפחה נאמען האבן זיי נישט געקענט, דעריבער האבן זיי מיר נישט געקענט מזיק זיין, אבער דיין זונ'ס נאמען האבן זיי געקענט - האבן זיי אים גענומען און מען פייניקט אים"; דא איז מרומז די זאך פון מאכן אן עסק פון זיך און פון די משפחה, די וואס זענען בטל צום אייבערשטן - קען מען גארנישט טון.


דאנערשטאג נאכט איז געווען די וועכנטליכע שיעור אין סטעטן איילאנד, עס איז זייער א שיינע ווינקל דארט, זייער א שיינע חבורה פון אנשי שלומינו.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה מיט א סעודת ראש חודש, מיר האבן גערעדט אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום צדיק, בלייבן ביים רבי'ן. דער רבי האט דערציילט, ער איז געווען ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט ווי אן אדמו"ר; געמאכט תנועות, געפראוועט, און ער איז ארויס און צוריק געקומען אנגעטון ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט; האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך און אט איז מען א גלח"; האבן מיר גערעדט פון דעם ווי שטארק מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, אט ברענט מען, מען שפירט אלע טעמים פון התקרבות לצדיק וואס מאכט דיך בענקען צום אייבערשטן, און אט פאלט מען אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז אזוי שלעכט - גרוע ממשומד, מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, רחמנא לצלן.


דער רבי ברענגט דעם מענטש צו אזעלכע שיינע זאכן, און דאך איז די בחירה אזוי גרויס; נאכן באקומען פון רבי'ן א וועג צו לערנען, א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און א וועג ווי צו לעבן מיט די ווייב - פלוצלונג ווערט מען קלוג און מען הויבט אן טראכטן 'וואס דארף איך דאס אלעס? וואס איז שלעכט אן דעם?' מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.


נאכן דרשה איז געווען א שיינע מעמד, די קינדער זענען געקומען מיט זייערע אוצרות, אלע האבן געזאגט זייערע סיומים, א תענוג ונחת צו זען די קינדער ווי אלע האבן שיעורים אין משניות און גמרא.


איך וויל דיך בעטן זאלסט זיך אויפפרישן, זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים, זאלסט אפלאזן די צאמקומען פון חברים וואס מען רעדט פאליטיק און מען טרינקט לחיים, נעם צוריק די עכטע חברים, די הייליגע ספרים; די משניות, גמרא, מדרש, ספרי רבינו; די חברים וועלן דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות.


אם ירצה ה' די וואך שבת און אזוי אויך די קומענדיגע וואך שבת, אויך פורים און שושן פורים וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


פורים, זונטאג פארנאכטס וועט זיין א סעודה אין ישיבה, אזוי אויך שושן פורים נאכמיטאג וועט זיין א סעודה אין ישיבה.


מיר האבן א רבי מיט גוטע עצות, מיר דארפן איין זאך, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן אוועק לייגן די אייגענע שכל און טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז.


א פרייליכן חודש.