בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער סוד וואו מען קען אנטלויפן ווען מען האט צרות
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, משמש דעם רבי'ן, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


אחי היקר, מיין ליבער ברודער, שטארק זיך, לאז זיך נישט צעברעכן, אפילו עס גייען אריבער אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות - זאלסטו זיך ווייטער שטארקן מיט דעם וואס דו ביסט זוכה צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן.


מיר בלייבן נישט דא אויף די וועלט פאר אייביג, עס קומט א צייט וואס אלע דארפן זיך אויסטון דעם גוף, די נשמה גייט ארויף אויבן און דעם גוף באגראבט מען אין קבר, דעמאלט וועסטו זען וואס איז די שכר פון העלפן דעם הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות): "אפילו גרויסע צדיקים וועלן גליסטן אין גן עדן צו די נשמה וואס האט מיך משמש געווען".


מוהרא"ש האט מיר געוויזן א גוטע פלאץ וואו צו אנטלויפן בעת צרה, איך טראכט דיר אויסצוזאגן דעם סוד, דו זאלסט אויך קענען קומען זיך באהאלטן ווען מען יאגט דיך, און ווען עס גייען אריבער אויף דיר ביטערע טעג. די סוד איז: "בְּצֵל כְּנָפֶיךָ אֶחְסֶה עַד יַעֲבֹר וגו'" (תהילים נז, ב), די סוד איז: "יוֹם אִירָא", ווען איך האב מורא, "אֲנִי אֵלֶיךָ אֶבְטָח" (שם נו, ד), אנטלויפט מען צום אייבערשטן; מען זוכט א שטילע פלאץ און מען וויינט זיך אויס, מען בעט, מען שמועסט, מען דאנקט, בסוד "בֵּאלֹקִים בָּטַחְתִּי לֹא אִירָא מַה יַּעֲשֶׂה בָשָׂר לִי" (שם, ה).