בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקת
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, שמחות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דעם בריוו.


אז מען האט ענק איינגעליידנט צו די חתונה - זאלן ענק גיין; וואס האסטו צו קוקן אויף א צווייטן? וואס האט עס מיט דיר אז מען האט נישט איינגעליידנט אנדערע פון די משפחה? וואס דארפסטו זיין אריינגעמישט אין מחלוקות? דו גיי מיט דיין ווייב און געב יעדן איינעם שלום, געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקות.


אנטלויף פון מחלוקות, האב נישט מיט קיין מחלוקות. בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר וויי טון מחלוקות און חס ושלום נישט זיך פרייען און הנאה האבן צו הערן מחלוקות.


היינט נאכט איז דער יארצייט פון אונזער רבי - רבי נתן זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "ווען איך זע צוויי אידן קריגן זיך - שפיר איך ווי עס שטעכט מיר אין די זייט"; אז מען הערט ווי מען קריגט זיך ביי אידישע קינדער, קהילות צעטיילן זיך - דארף מען וויינען, און אז מען וויינט נישט דארף מען וויינען אויף דעם אליינס אז מען איז אזוי פארגרעבט; מען פריידט זיך, מען האט הנאה צו הערן די סארט זאכן.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין שווער און שוויגער.


 רבי נתן האט מען אמאל געזען זייער לעבעדיג טאנצן ביי א חתונה, האט ער געזאגט: "איך האב געטאנצן נישט לכבוד החתונה, איך האב געטאנצן ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; אין שטוב איז שווער צו טאנצן אזוי לעבעדיג, ביי א א חתונה איז גרינגער".


אזוי אויך האט מען אים געזען זייער שטארק וויינען ביי א לוי', האט ער געזאגט: "איך האב געוויינט צום אייבערשטן אויף מיינע זאכן, איך האב געוויינט מיט מיינע תפילות, גארנישט מיט די לוי; נאר ביי א לוי' איז א גוטע צייט ווען מען קען וויינען".