בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיר גייען שטייטליך מיט גוטן, ווייל מיט כח פועל'ט מען נישט
צניעות, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, סבלנות, דן לכף זכות, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב געזען די תקנות וואס דו האסט געמאכט פאר אונזער שולע בית פיגא, איך בין זייער צופרידן אז דו שטייסט על המושמר אז אונזערע קינדער זאלן גיין איידל און שיין. מיינע תפילות זענען אז אלע אונזערער תלמידות זאלן ליב האבן אידישקייט, ליב האבן איידל.


איך קען נישט ליידן די לאנגע האר צווישן די מיידלעך, ביי אונז אין אמעריקע אין בית פיגא איז אויך דא אפאר מיידלעך וואס קומען מיט אזעלכע גאר לאנגע האר, עס עקלט ממש, אבער איך גיי נישט מיט כח, אויך די לערערינס און די מנהלת גייען נישט מיט כח, מיר גייען שטייטליך מיט גוטן, ווייל מיט כח - פועל'ט מען נישט, מיט כח פועל'ט מען נאר אויף די מינוט, מען האט מורא מען וועט אוועק שיקן וכו', אבער מען פועל'ט נישט אויף שפעטער; אבער אז מען גייט שטייטליך, מען רעדט און מען רעדט, מען רעדט נאכאמאל פון שיינקייט, פון גיין איידל - פועל'ט מען.


וואס זאל איך דיר זאגן, מען דארף האבן אסאך סבלנות מיט קינדער און מיט עלטערן פון די קינדער, מען דארף ליב האבן די קינדער און די עלטערן פון די קינדער, מען דארף יעדן איינעם דן זיין לזכות, נאר אזוי קען מען פועל'ן.


איך וויל דיר זייער בעטן מען זאל נישט רעדן ביי אונז אין מוסד די טריפה'נע שפראך, מען זאל רעדן נאר אידיש, און די ווערטער וואס עס איז נישטא אין אידיש - זאל מען נוצן פון די ענגלישע שפראך, אבער נישט די שפראך פון די ערב רב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.