בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט אמונה קען מען אלעס פאררעכטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, חינוך הילדים, אמונה, הפצה, יבנאל, עבודת השם, שבת קודש, תשובה, אומאן, בית המדרש, מוהרא"ש, מנוולים, תעניתים, חדר, דאווענען, שובבי"ם, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת בשלח, כ"ו שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


שלום וברכה מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען יעצט אין די לעצטע צוויי וואכן פון שובבי"ם, מיר וויל אלע זוכה זיין צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן. פאסטן קענען מיר נישט, סיי מיר האבן נישט קיין כח צו פאסטן, און אפילו אויב מיר האבן יא כח - האט דער רבי אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצא) מיר זאלן נישט פאסטן; איז וואס זאלן מיר טון צו מתקן זיין וואס מיר דארפן מתקן זיין?


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מיט אמונה קען מען אלעס פאררעכטן; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך 'אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים; דומם, צומח, חי, מדבר, הכל לכל איז ער' - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות און ער איז זוכה צו אלע תיקונים.


שטארקט זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דאס וועט אייך מתקן זיין. דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה וועט דער אייבערשטער דיך מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות; רעד צום אייבערשטן, בעט אויף אמונה, בעט: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו א קלארע לויטערע אמונה? הייליגער באשעפער ווען וועל איך שוין זוכה זיין דיך צו שפירן, דיך צו זען און נאר פון דיר טראכטן, הייליגער באשעפער איך וויל נאר דיר, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, הייליגער באשעפער איך וויל נכלל ווערן אין דיר"; אזוי איז מען זוכה צו אלע תיקונים.


דעם קומענדיגן וואך האבן מיר חמשה עשר בשבט, ראש השנה פאר די ביימער; זאלט איר מאכן א סעודה אין שטוב, יעדער איינער מיט זיין משפחה מיט די קינדער. געבט אייך אפ מיט די קינדער, לאזט נישט די קינדער אויף הפקר, קינדער זענען אזוי ווי ביימער; אז מען פלאנצט זיי, מען באוואסערט זיי - וואקסן שינע ביימער, קומען שיינע דורות, ווידעראום אז די גאנצע קאפ ליגט אין געלט - וואס קען מען שוין ערווארטן פון די קינדער? וועלן די קינדער אויך נאכלויפן געלט.


ביי אונז אין אמעריקע שרעקט אן די נייעס אז די וואך שבת גייט זיין גאר א שטארקע פראסט, פרעגט מיך איינער אויב ער דארף גיין דאווענען אין שול מיט מנין אדער ער קען בלייבן אין שטוב, האב איך אים געזאגט: "מילא דו זאגסט דו קענסט נישט גיין ארבעטן ווייל עס איז זייער קאלט - איז איין זאך, אבער דאווענען? אז דו וועסט נישט גיין דאווענען ווייל עס איז קאלט, וועלן דיינע קינדער זאגן זיי איז קאלט יעדע וואך, זיי וועלן בכלל נישט גיין אין שול".


פארשטייט זיך, עס דארף גיין מיט שמחה; דאס וויכטיגסטע זאך איז - זיין פרייליך ביים טון מצוות, טון מצוות מיט א חיות, מיט א לעבעדיגקייט; יעדע טריט צום שול, ווען דו גייסט מיט דיינע קינדער - זאלסטו זיי זינגען "ווי גליקליך זענען מיר, מיר זענען פון די אויסדערוועלסטע פאלק, קינדער פון אייבערשטן, מיר גייען דאווענען צום אייבערשטן! די אומות העולם האבן נישט וואס מיר האבן".


אזוי אויך ווען עס קומט צו טון מצוות זאלסטו זינגען פרייליכע טענער, נישט גיהנום טענער 'אויב מען טוט נישט אזוי און אזוי גייט מען אין גיהנום'; לאז אפ די גיהנום, שבת איז נישטא קיין גיהנום, שבת איז נאר דא גן עדן.


יעצט איז פונקט א יאר פון אונזער חדר היכל הקודש אין ירושלים, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט אמונה, מיט יראת שמים, מיט קדושה. פאר דעם פרט אליינס, אז מיר קענען לערנען אונזערע קינדער זאלן רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן - איז דאך שוין אלעס כדאי; אז די קינדער זאלן הערן במשך זייערע יארן, פון קינדער-גארטן ביז די חתונה הונדערטער טויזנטער מאל: 'עס איז דא א באשעפער', 'רעד צום באשעפער', 'דער אייבערשטער האט דיך ליב', 'דיינע מצות מאכן א רעש אין הימל', 'יעדע ווארט וואס דו רעדסט צום אייבערשטן הערט מען אין אלע וועלטן', און דאס גלייכן.


אזוי אויך אז מען רעדט צו די קינדער זיך צו היטן פון מניוולים. ליידער רעדט מען נישט, און דארט וואו מען רעדט שוין יא, רעדט מען אונטער די נאז, אז קיין שום קינד האט נישט קיין אנונג וואס מען רעדט. אבער ביי אונז, ביים רבינ'ס חדר - רעדט מען יא, מען זאגט די קינדער: "היט זיך פון מניוולים", "היט זיך פון לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש".


וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע ברידער, איך בין דער חתן מלמד אין אמעריקע פאר אונזערע חתנים, די קינדער וואס קומען פון רבינ'ס חדר גייען צו די חתונה מיט א ריינעם העמד. אזוי ווי דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז) די וואס וועלן קומען צו אים פאר די זיבן - וועלן חתונה האבן מיט א ריין העמד, דאס מיינט אן פוגם זיין באות ברית קודש; פאר דעם אליין איז שוין כדאי.


איך בעט אייך מיינע טייערע חברים, אויך די וואס שיקן נאכנישט די קינדער ביים רבינ'ס חדר זאלן רעדן צו די קינדער אין שטוב מזמן לזמן פון קדושה, זיי מדריך זיין נישט צו לייגן די הענט אויפן אות ברית קודש, און ווען מען זעט א קינד דארף אין בית הכסא און ער כאפט זיך אן, דארף מען גלייך זאגן "נישט לייגן די הענט", אים מדריך זיין, עס זאל ווערן ביי אים א טבע שני צו זיין אפגעהיטן. דער דור פאלט און פאלט, היינט דארף מען רעדן צו די קינדער נאכמער ווי אמאל, ווייל עס זענען היינט דא אזעלכע מעשיות וואס איז נישט געווען אמאל.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר אויך עפענען בקרוב א חדר אין בני ברק, איך דארף נאר צוגרייטן די ריכטיגע מענטשן וואס זאלן זיין געשטעלט אויף דעם.


די וואך איז די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איר זענט דאך סמוך ונראה, קענט איר אויסרעכענען צו זיין ביים ציון אינעם טאג פונעם יארצייט; דאווענען דארט פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן, איר וועט מיר אויך אודאי מזכיר זיין, איר קענט דערציילן איין גוטע זאך דעם אייבערשטן וואס איך האב ענק מזכה געווען, און בעטן איך זאל האבן כח און קענען אויספירן אלע מיינע פלענער.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל אייך שרייבן אן אנדערע מאל מער באריכות. איך בעט אייך נאר איין זאך, זייט אייך מקבל לכבוד דעם יארצייט פון מוהרא"ש צו עוסק זיין יעדן טאג אין הפצה; מיר מוזן מכיר טובה זיין מוהרא"ש, ער האט זיך מוסר נפש געווען, אלעס אוועקגעגעבן אז מיר זאלן וויסן פון רבי'ן מיר זאלן האבן דעם חיים טובים, דארפן מיר דאס ווייטער געבן פאר נאך אידן.


מענטשן קריכן א גאנץ יאר אויף גראדע ווענט, און בפרט יעצט שובבי"ם, מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען מיינט אז תיקון שובבי"ם איז לערנען שעות רצופות, אדער פרישות אין שטוב, און מען ווערט אנגעגעסן פון דעם און מען לאזט אלעס אפ. דארפן מיר פארשפרייטן אז תיקון שובבי"ם איז גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, תיקון שובבי"ם איז לערנען אביסל חומש מיט'ן תרגום איינגעטיילט יעדן טאג לפי די פרשה, תיקון שובבי"ם איז זיך פרייען מיט די מצוות וואס מען טוט, זיך פרייען מיט די תפילין, מיט די ציצית, מיט שבת קודש, תיקון שובבי"ם איז זיין א ותרן אין שטוב, זיך פירן מיט די ווייב מיט סבלנות, תיקון שובבי"ם איז נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה, וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז נאר גוט, "טוֹב ה' לַכֹּל" (תהילים קמה, ט), דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, און וואס מיר גייען אריבער - דאס איז נאר גוטס; דאס איז תיקון שובבי"ם.


איך האף דער בריוו וועט אייך געבן אביסל חיזוק, איר וועט זיך אלע באנייען און אנהייבן פון פריש גיין הפצה.


א פרייליכן שבת.