בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דו וועסט היטן די אויגן, וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח
מאוויס, עבירות, פרנסה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ח טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היט דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, קוק נישט קיין מאוויס, קוק נישט אויף פרעמדע. מוהרא"ש זאגט, דאס איז די בעסטע סגולה פאר פרנסה בשפע, מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן, מען קוקט נישט קיין עבירות - "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


אז דו וועסט היטן די אויגן; נישט קוקן קיין עבירות, נישט קוקן מאוויס, קליפס און בילדער פון פרעמדע, אויך ביי די ארבעט מיט די סעקריטעריס פרויען וועסטו נישט קוקן - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח; ווייל ווען מען היט נישט די אויגן - קומט מען נאכדעם צו פוגם זיין בברית, וואס דאס ברענגט אלע צרות אויפן מענטש; דאס ברענגט ארעמקייט. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.