שאלה אין קורצן ענין
#1 - קענען מיינע פרייע עלטערן קומען וואוינען נעבן מיר?
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן ענטפער ווי אזוי זיך צו פירן מיט מיינע עלטערן וואס זענען ליידער נאך פריי און היטן נישט קיין אידישקייט, ס'האט מיר זייער שטארק געהאלפן.


איך האב געוואלט פרעגן נאך עפעס אין דעם זעלבן ענין. איך האב שוין אסאך מאל געבעטן מיינע עלטערן זיי זאלן נישט געבן פאר מיינע קינדער צו קוקן אין זייער סמארטפאון, אבער זיי געבן נאך ווייטער. ספעציעל מיין מאמע וואס זי האלט אז ס'איז זייער וויכטיג פאר קינדער אויפצואוואקסן מיט א קאמפיוטער און א סמארטפאון, ווייל דאס וועט זיי מאכן מער קלוג און אפן צו די וועלט. וואס קען איך טון וועגן דעם?


צווייטנס, איך וויל אז מיינע עלטערן זאלן קומען וואוינען נעבן מיר, אז איך זאל זיי קענען ארויסהעלפן און מכבד זיין, איך ווייס אבער אז אויב קומען זיי דא וואוינען וועל איך נישט קענען לאזן מיינע קינדער גיין צו זיין אליין, אבער איך וועל אויך נישט קענען אלץ מיטגיין מיט זיי. איך ווייס אז אויב איינער זוכט דוקא אינטערנעט וועט ער עס קענען טרעפן, אבער אויב איז עס אזוי גרינג ווי ביי מיינע עלטערן אין שטוב, וועט עס טרעפן אפילו איינער וואס זוכט עס נישט דוקא, דעריבער פארשטיי איך אז אויב וועלן מיינע עלטערן וואוינען נעבן מיר קען עס זיין א סכנה פאר מיינע קינדער. איז מיין שאלה אויב איך זאל זיי פארשלאגן צו קומען וואוינען נעבן אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט אודאי נעמען אייערע עלטערן וואוינען ביי אייך, עס וועט נישט שטערן די חינוך פון אייערע קינדער. איר זאלט ווייטער געבן אייערע קינדער אן ערליכע חינוך און אין די זעלבע צייט זיי פארשטיין געבן אז זיידי און באבי זענען נישט שלעכט, זיי זענען אומוויסנד, מען האט אויסגעריסן פון זיי די תורה און מצוות.


רעדט צו די קינדער איבער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון היטן די תורה און מצוות - וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים, און איר וועט זען אז אייערע עלטערן וועלן אויך תשובה טון, זיי וועלן אנהייבן צוביסליך גיין אין די וועג פון די תורה.


די שכל איז עפעס נישט פשוט, דאס איז א טיפע קלוגע שכל וואס מוהרא"ש האט מחדש געווען. ווי איר ווייסט דאך, מוהרא"ש האט אלע יארן עוסק געווען און די הייליגע מצוה פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער האט גענומען מענטשן פון די טיפסטע אפגרונד און זיי געברענגט צו זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן שיינע שטובער. מוהרא"ש האט אלע יארן געלערנט אנשי שלומינו ווי אזוי צו האנדלען מיט זייערע עלטערן, ממש א חידוש שבחידושים וואס מען געפונט נישט אין אנדערע פלעצער; פון איין זייט האט מוהרא"ש אונז גענומען און אונז געברענגט צו די גרעסטע מדריגות, צו דביקות בשם, צו דרגות וואס פריערדיגע צדיקים זענען אנגעקומען נאך יארן הארעוואניע, און אין די זעלבע צייט איז מוהרא"ש געווען אזוי שטארק דא אויף דער ערד, אזוי פארשטאנען דעם מענטש, אזוי סאך גערעדט מען זאל זיך נישט אפטיילן פון משפחה, מען זאל בלייבן מקושר מיט די משפחה, מען זאל ווייטער גיין צו שמחות און מען זאל איינליידענען די משפחה ווען מען מאכט א שמחה.


אויך האט מוהרא"ש אונז געלערנט מיר זאלן גיין באזוכן אונזערע עלטערן אפילו ווען די עלטערן פירן זיך נישט אזוי ווי מען דארף, השם ישמרינו; פארקערט ווי מען לערנט אין אנדערע מקומות אז מען זאל זיך אפטיילן און נישט האבן שייכות, וואס די וועג האט נישט קיין קיום; אדער פאלט מען צוריק רחמנא לצלן, אדער מאכט דאס א שטארקע פיינטשאפט פון די משפחה אויף פרומע אידן.


מוהרא"ש'ס וועג האט אויפגעוויזן אז הונדערטער און טויזנטער משפחות האבן זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן דורך די וועג פון שלום און שלוה; ווייל ווען מען זעט א מענטש פירט זיך אזוי ווי עס דארף צו זיין, עלטערן זעען ווי זייער קינד רעדט שיין מיט דרך ארץ צו זיי, אפילו ער האט אן אנדערע וועג, ער גייט בדרך התורה, ווען זיי גייען נאכנישט אין די וועג, דאך רעדט ער שיין, ער קומט באזוכן און ער רעדט מיט דרך ארץ; דאס מאכט אז זיי זאלן קוקן אויף די תורה און אויפ'ן באשעפער גוט, און זיי וועלן אויך גיין אין די וועג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אזא איינעם.


עס איז נישט קיין סתירה אייערע עלטערן מיט אייערע קינדער; געבט זיך אפ מיט אייערע עלטערן מיט די גרעסטע כבוד, דרייט אויס די שטוב אלעס ארום זיי, די גאנצע שטוב זאל זיך דרייען ארום זיי; די קינדער זאלן שמועסן מיט זיי, די קינדער זאלן גיין שפאצירן מיט זיי, נעמט זיי ביי די שבת'דיגע סעודות זיי זאלן מיט עסן, געבט זיי צו פארזוכן פון די געשמאקע טעם פון א שבת סעודה, זיי זאלן זען ווי שיין אייער משפחה זינגט זמירות, עס וועט נישט נעמען לאנג ביז זיי וועלן תשובה טון, זיי וועלן צוריקקומען צום אייבערשטן און איר וועט האבן נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.